היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היי טעק » HTML הילף

HTML הילף

4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 7 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2148175

TheFact » 12/2/2007 17:30

היות איך קען אקליין ביסל HTML אויך, וועל איך בעזר השם פרובירן העלפן ווי ווייט מעגליך ווער עס ברויך

און כמובן האף איך אז אויב איך וועל האבן א פראגע אדער אויב איינער פרעגט עפעס וואס איך וועל נישט וויסן איז דא אוודאי אנדערע חבירים וואס זענען גרייט צו העלפן  ווי ווייט מעגליך

TheFact » 12/2/2007 20:22

אנאנים:

דו קענסט XHTML מיט CSS

TheFact » 12/2/2007 20:26

זייער גוט און טאקע דאס האב איך געמיינטאז עס  "איז דא אוודאי אנדערע חבירים וואס זענען גרייט צו העלפן  ווי ווייט מעגליך "

TheFact » 12/2/2007 21:04

חשובער מנהל הרב אנאנים:
מיין ציל דא איז נישט זיך גרויסצוהאלטן אדער צוצייגן מיינע קענטעניסן
איך האף בלויז מיטן רשות פונעם מנהל אז אויסער די יסוד פון היי טעק אויף פארשידענע אינטערעסאנטע נייע טעכענעלאגישע ערפונדונגען און קאמפיוטער פראגראמען און זייערע פיטשעווקעס,
זאל דער ארט ווייטער אויך בלייבן אויף א גרעסערן פארנעם א גוט ארט פאר פראגראמער'ס, טעקנישאן'ס, ביזנעס'לייט, און סתם קאמפיוטער באנוצער, צו  פרעגן פראגעס, עצות, און פראבלעמען, ווער עס דארף הילף בנוגע פראגראמינג, טעכניק, און סתם הילף אויפן קאמפיוטער, און דעם אינטערנעט
און כדי דער ציל  זאל צושטאנד קומען  בין איך גרייט מהנה צו זיין דעם ציבור ממה שחנני ד'
און כמובן בין איך מער אויסן צו זיין דא דער מקבל און נישט בלויז א משפיע