היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היי טעק » א פעסווארד אויף א פאלדער

א פעסווארד אויף א פאלדער

10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 12 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2147651

אהליצדיקים » 11/2/2007 20:11

איז דא אזא זאך אז מען קען לייגן א פעסווארד אויף א גאנצע פאלדער?

_________________

קאמענטאטאר » 11/2/2007 21:45

אז דו האסט מייקראסאפט עקסעס, דאן זיפ דעם פאלדער און נאכער עפן עס אויף און ביי פייל קענסטו אפלייען איין פעסווארד צו אלע פיילס אינעם פאלדער, די פאלדער אליינס קען מען עפענען נאר גארנישט ווייטער. 

TheFact » 11/2/2007 22:17

TheFact » 11/2/2007 22:27

TheFact » 11/2/2007 22:56

איך האב פרובירט צו שרייבן "עווערסטרייק.קאם" און עפעס גייט עס נישט
וועל איך ברענגן א לינק וואס האט די פראגראם

http://www.folder-password-protect.com/

TheFact » 12/2/2007 06:43

די נייעס
http://news.com.com/Microsoft+hands+out+private+folders/2100-1012_3-6092153.html

די נייעס אז מייקראסאפט איז עס מעביר
http://www.pcmag.com/article2/0,1895,1989425,00.asp

אפיר געקראצט א סייט ווי מקען עס דאונלאודען (ס'איז א rar. פייל) איך האף עס ארבייט נאך
http://www.softpedia.com/get/Security/Lockdown/Microsoft-Private-Folder.shtml

אהליצדיקים » 8/3/2007 20:00

יישר כח פאר אלע ענטפערס, איך האב שוין געטרייט די אלע, אויך אסאך אנדערע, רוב זענען קאמפליצירט. פאר מיר איז דאס בעסעטע מייקראסאפט פרייוועט פאלדער, די חסרון איז טאקע אז אלע פרייוועט זאכן מוז אריינגיין אין אטא די איינע פאלדער (פארשטייט זיך אז אינעווייניג קען מען מאכן מערערע פאלדערס). אבער די מעלה איז אז עס איז פשוטער ווי פשוט. מוראדיג געשמאק.

איך זעה נישט קיין געהעריגע אורזאך פארוואס מייקראסאפט האט עס צוריקגעצויגן, בלאגערס מיט שטותים מיט לאקשן, עס קוקט עפעס אויס ווי די עף בי איי האט עס פארלאנגט ווייל עס פארשליסט גענצליך די צוטריט און עס איז נישטא קיין וועג צוצוקומען צו די אינפארמאציע אינעווייניג. אזוי חלום איך. און אנדערש פארשטיי איך נישט. אויב איז עס אמת, האב איך טאקע דאס געזוכט.

קאמענטאטאר » 8/3/2007 22:08

און ווי אזוי קען עס קריגן ?

[בילד – נישט אפגעהיט]

אהליצדיקים » 9/3/2007 20:25

מאך א סורטש, איך האב עס נישט גענומען פון יענע סייט, איך געדענק שוין נישט פון וואו יא. זוך עס אויף אויף גוגל.

פאטאקי08 » 17/5/2007 01:50

ווי אזוי עפענט מען די MSPF10ENU.rar פייל?
ביי מיר עפענט ער WIN ZIP אין איך קען גארנישט טוהן דערמיט

_________________