גרויסע מחלוקה חיים שלמה פישר- מאיר פערל
"דער רעבע האט געמאכט א טעלעפאן קאל"
וועמען האט דער ראשקעבעהאג געקאלט? וואס האט ער געוואלט? האט ער געקאלט די עדה איבער א וויכטיגן ענין בנוגע די מדינה הטמאה? האט ער געקאלט די התאחדות הרבנים איבער א וויכטיגן ענין פון כשרות.
ניין ניין און נאכאמאל ניין.
דער "סאטמערער רעבע" האט גערופן מאיר פערל אים ווארענען אז אויב ער וועט מאכן א מאביל פאר יטב לב וועט מען אים געבן "אין זיבעטן ריפ אריין" אזוי ווי מען האט געזען "ביים פעטער". דער גרויסער רבי וואס דארף ביזי זיין מיט עניני הציבור, גיט זיך אפ מיט נישט מער און נישט ווייניגער ווי מאבילס דעם קומענדיגן פורים. איינער וואס וואגט זיך צו פארטשעפענען מיט זיינע מאבילס וועט ער שיקן די בחורים זאלן יענעם אנברעכן די ביינער, אפילו אויב ער איז אזא שטארקער חסיד ווי מאיר פערל.
איך מיין אז דער בעסטער נאמען פאר אים איז "מאביל ראביי". דער רבי וואס זארגט זיך פאר מאבילס... (בכלל איז ער א רבי וואס הערט נישט אויף צו פארן, ער האט ליב טריפּס. בני ברק, בארא פארק, וויליאמסבורג ענד די ליסט איס גראואינג. ער פארדינט זיך כשר דעם טיטול "מאביל רבי"...)
באקומען אין תיבה אישית:
דער ערשטער בריוו פין ר אהרן מיט זיין לעהטער העד אלץ סאטמאר ראש ישיבה אין דער איד איז דאכט זיך מיר תשמ"ב אבער מ"ג
איז געווען צו מאכן די מאבליס פאר קרן חתנים פאר פורים
עס שוין דאן געווען זיין הויפט אגענדע
***
אגב, פריער בין איך געווען ביי א שבע ברכות, הער איך וויאזוי צוויי אהרונים שמועסן איבער עפעס אן ענין וואס זיי ווילן אריינגיין צום "רבין", און זיי רעדן אזוי צווישן זיך ווען סאיז די בעסטע צייט אריין צו גיין. זאגט איינער פארן צווייטן מיט א וויץ, אז ער מיינט אז יעצט קען מען נישט אריינגיין צום רבין "ווייל דער רבי איז ביזי מיט מאבילס..." זאגט אים דער צווייטער אז "ווען דער נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויכט געלאכט..."
תוקן על ידי אידעלע ב- 12/02/2007 10:35:57
שוין די אהרונים האבן א קרבן. מען האט גענומען מאיר פערל און מען האט עם אנגעפאנגען צו צושמירן. סקומען שוין מעשות אז ער איז א גנב און ער האט געגנבעט געלט פון די קאסע. אזוי גייט עס נאך יעדן פראסק וואס זיי ליידן, מען נעמט דעם גרעסטען חסיד אין מען צומזיקט אים.
פירוד בין רשעים נאה להם ונאה לעולם!
דער ליוטענאנט פון פישער, א. י. הוראוויץ זאגט אז ס'גייען קומען מעכטיגע סופרייזעס קעגן יטב לב.
פון הינטער די קוליסן הערט מען אז אז פישער גייט פארן אויף די לענסגטע מאביל מיט'ן גרויסן ראשקעבעהאג שליט"א אינאיינעם מיט אשר ישעי' הוראוויץ און יעקב יצחק האראוויץ און דער רבי וועט זיין א ריכטיגער פורים רעבי, בבחינת פורים משולש.
און פישער וועט דערלאנגען א טויט קלאפ פאר די ארונישע יטב לב.
די וויליאמסבורגער ארונים שרייען געוואלד אז חים שלמה פישער מיט די צוויי הוראוויצלעך (אשר ישעי' מיט יעקב יצחק) זענען די וועלכע לאזן נישט אז דער ראשקעבעהאג זאל אריינקומען אויף ווילאיסמבורג אויף שבת שירה און שבת יתרו.
די וויליאמסבורגער ארונים זאגן אז וויבאלד פישער האט נישט דעם קאנטראל אין וויליאמסבורג, לאזט ער נישט דעם ראשקעבעהאג זיין דארט אויף שבת.
אפשר מיט א "מאביל" וועלן זיי אים יא לאזן קומען? !
דער עולם ווארט מיט דארשט אויף די אינסייד עקסקלוסיוו נייעס - ביטע נישט לאזן דעם עולם ווארטן - ווי נאר עטץ טראכט עפעס ביטע פאוסטן