אנהייב האבן זיי נישט גערעכנט קיין געלט פאר דער סערוויס, אבער מיט דער צייט זענען זיי קלוגער געווארן, און פאר א פרייז פון פינף און צוואנציג דאלער קען מען האבן אן אוידיענץ מיט הרב הערשקאוויטש ני"ו וואס אפי' פאר א מינוט צו רעדן מיט אים ברויך מען צאלן דעם פרייז. און מען קען זען ווי עס שלענגלט זיך א שיינער ציבור די עטליכע מאל א וואך וואס ער זיצט דארט.
ווען עס איז געקומען די נייעס איבער די פריש געעפנטע סלאטס פון סעקשן 8 וואס מען גייט בקרוב אויסטיילן, האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו, און פארן פעטן פרייז פון פופציג דאלער האט מען געקענט אראפגיין צו זיי אין אפיס צו באקומען אן אפליקאציע, עס אויספולן, צוריקברענגען און זיי האבן עס געזאלט אראפטראגן צו די ריכטיגע אפיסעס.
די זעלבע סערוויס האט מען אויך געקענט באקומען ביי די יו. זשעי. או. אן צאלן קיין פיאסטער (זיי האבן גענוג געלטער פון די רעגירונג אזוי אויך - עס מוז דא ארויסגעברענגט ווערן די ארבעט פון סי. זשעי. סי. וואס ווען נישט זיי זענען געגאנגען אין קאמפעטישן מיט די פריערדערמאנטע קאמפאני, וואלט מען ניטאמאל געוואוסט אז עס איז דא אין וויליאמסבורג א ארגאניזאציע מיטן נאמען: UJO) אבער פילע אידן האבן דאס נישט געוואוסט און האבן ארויסגענומען דעם פופציגער פאר 'דירות פארמיטלונג'.
איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים. אבער פאר געוויסע סיבות האבן זיי נישט געקענט באווייזן דאס וואס זיי האבן צוגעזאגט, און קיין שום אפליקאציע וואס מען האט פון זיי באקומען איז נישט ווערד מער ווי דאס שטיקל פאפיר.
לויט ווי עס הייסט גייען זיי נישט צוריקגעבן קיין פרוטה פון די געלטער וואס זיי האבן גענומען פונעם ציבור. איז די פראגע אויב זיי האבן רעכט דאס צו טאן. זייער טענה איז אז זיי האבן געדארפט אויפנעמען מער מענטשן צו קענען סערווירן אזא גרויסער עולם וואס איז געקומען אין די מאסן.
איך גלייב אבער אז זיי האבן געמאכט א גרויסן פראפיט פון נעמען פופציג טאלער פאר עטליכע מינוט ארבעט.