,
עס איז שווער אין די ראמען פין א עפענטליכע פארום אויסצישמיעסן די חסרונות פין דער סעקשן 8, יעדער פארשטייט פארוואס,
איך וועל עס פראבירן מסביר צי זיין בקיצור, תן לחכם ויחכם עוד, עס איז מיר גראדע א חידוש, אז "דיפלעמאט" זאל עס נישט פארשטיין
די מציאות איז, אז רענט פאר א ציגעגענליכע דירה {אדער אפילו א נישט ציגעגענליכע דירה...} קאסט מער וויפיל 95 פראצענט
מענטשן פין אונזער קאמינוטי קען זיך ערלויבען, די זעלבע איז מיט קויפן א דירה, עס שטייט זייער ווייט פין די יכולות פין 95 פראצענט פינעם ציבור
ווען איך שרייב "ציבור" מיין איך אפילו די וואס מאכען א יאר א פערטל מיליאן דאלער, וואס פינאציעל איז ווייט פין אויסגעהאלטן אז זיי זאלן זיך קויפן אכט הינדערט זיבן הינדערט טויזענט דארלארדיגע דירות, בפרט ווען מען נעמט אין חשבון, די טייערע לעבענס סטאנדערט, וואס מיר האבן ב"ה, די גאווערמענט { טעקסעס.} וואס פארגעסט נישט פין די אידן ב"ה, { שרייבענדיג די שירות, האב איך טאקע געהערט אויף די נייעס סטאנציעס, אז אלע דעמאקרטישע ליבעראלע קאנדידאטען, האבן מיט א זעלטענע אחדות, געזאגט, אז זיי גייען העכערן שטייערן פאר די רייכע וואס מאכען העכער צוויי הינדערט טויזענט דאלער א יאר, זיי גייען נישט העכערן, זיי גייען נאר צוריק דרייען בוש'ס שטייער שניטען, שומי שמים!! יסכר פיהם,, אויף אזוינע געדאנקען} אזוי אויך חוץ טעקס, אין אנדערע גרעסערע הוצאות האבן די אלע אידן וואס מאכען גרויס געלט ארום זיך אסאך אסאך מער הוצאות
איז אזוי! דער ארימאן,אפילו דער וואס מאכט א וואך ביז טויזענט דאלער, קען זיך זיכער נישט ערלויבען 2800 א חודש, מארגעטיש/רענט, פאר דער בעל בתישע אינגערמאן איז עס אויך היבש טייט
כולי עלמא מודה, אז אויב עס וואלט נישט געווען קיין סעקשן 8 וואלט עס נישט געקאס אזויפיל, ווייל............ מען וואלט עס נישט "געקענט" באצאלן, עס וואלט נישט געווען בדרך הטבע
דא איז אריינגעקימען די רייכע פעטער, ער האט געגעבן פאר די 40 פראצענט ארמעלייט סעקשן 8
אזוי אז דער בילדער/אינוועסטער זאל קענענן בעטען טייערע פרייזן, ווייל ער האט א גיטע באזע אויף וועם זיך צי רעכענענן,
די אלע וואס נעמען סעקשן 8 האבן נישט קיין שום פראבלעם, פין זייער טאש צאלן זיי נישט מער ווי מאקסימום 1200 א חודש
דער בעל בתישער אינגערמאן האט נישט קיין ברירה, ער מוז זיי נאכטאנצן ווייל די ארמע מיט זייערע סעקשן 8 האלטן אינטער די מארקעט, זיי שטעלן אראפ די טייערע פרייזן, סיי ביים קויפן אין סיי ביי רענט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם, העכסטענעס וועט זיך די גאווערמענט אנשטרענגן אין צאלן נאך א הינדערטער רענט א חודש, מיט די טעקס רעטערן וואס קימט אויס לערך פינף זעקס טויזענט דאלער, קאווערן זיי אנדערע עקספענעסעס פין די דירה
משא"כ דער אינגערמאן וואס מאכט פין טויזענט דאלער א וואך אין העכער, ער בליטיגט ביים טעקס רעטערן סיזאן, ווען ער טיט וואס דער אקענטעוט הייסט, ער האט נישט קיין סעקשן 8, ער מוז אבער האבן א דאך איבערן קאפ, מוז ער בעל כרחו, נאך טאנצן דעם ארימאן, אין זיך אויסוועקלן די טאשן פאר די בילדערס/אינוועסטערס
אויב וועט זיך סעקשו 8 סטאפען, וועלן די פרייזן מוזען פאלען, וועט די סטאנדערט ווערן לויט ווי בעלי יכולות קענענן באמת, נישט לויט וויפיל די גאווערמאנט קען אין "יעדער" וועט זיין ציפרידען, נישט נאר די אינוועסטערס/בילדערס
איך האף אז די פארשטייסט
תוקן על ידי trant_lott ב- 06/02/2007 4:04:25