היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היי טעק » הפוך על הפוך

הפוך על הפוך

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2141428

TheFact » 1/2/2007 23:33

א פראבלעם וואס מאכט זיך זייער אפט. און מסתמא פאר טויזענטער אנדערע אויך (בעיקר פאר די וואס טייפן נאך נישט אויסנווייניג): 

איר האלט אינמיטן טייפן אידיש, און איר קוקט נאר אויפן קיבארד. נאכן אפטייפן א שורה צוויי, זעט איר אויפן סקרין אז האלב דערפון איז אין ענגליש, אדער פארקערט איר האלט אינמיטן טייפן ענגליש, און איר קוקט נאר אויפן קיבארד. נאכן אפטייפן א שורה צוויי, זעט איר אויפן סקרין אז האלב דערפון איז אידיש

עס איז פארהאן אפראגרעם (בחנם) פאר דעם פראבלעם

הפוך על הפוך איז אמחי',
איר היי-לייט דאס געשריבענע און איר געט א דרוק אויפן ווינדער קנעפל  F10

נאך א מעגליכקייט, איר היי-לייט דאס געשריבענע, און איר געט א דרוק אויפן קנעפל   F6  איבערצודרייען די ווערטער אין די זעלבע שפראך למשל פון "קראפדייה" וועט ווערן "היידפארק" און פארקערט

http://www.freeware.co.il/HEBREW/


זעהט די ווידיא פרעזענטעשאן  http://www.freeware.co.il/HEBREW/zombit.mpg

קאמענטאטאר » 7/2/2007 22:49

נאר פארן דאונלאודן דארף מען טון ווי פאלגענד:
start>control panel>regional & language options>advanced
און סעלעקטן ביי non-unicode היברו אנשטאט ענגליש, אז נישט קען מען גארנישט לייענען.

עולם_מלא » 8/2/2007 08:10

דע פעקט

hhar fij xwegi nhr txtl mubh. eungi'

TheFact » 8/2/2007 17:20

עולם_מלא
:יישר כוח פאר נעמען די מיה זיך צו באדאנקען
 
איך האב נאר געדארפט א דרוק טאן אויפן ווינדער קנעפל  F10 און פון
hhar fuj xwegi nhr txtl mubh. eungi'
איז געווארן "יישר כוח ס'קען מיר אסאך צוניץ קומען"
 
דרך אגב, לרבים השואלים:
 
פארשטייט זיך אליין אז F10 ארבייט נאר ווען דער פראגרעם  "הפוך על הפוך" איז אינסטאלירט  און אפן, עס איז נישט עפעס  א זאך וואס איז אריינגעבויט אין ווינדויס