סאטמארע רבי דרשה אין ישיבה גדולה וועגן אריזאנע ווייץ
און ארויסגעברענגט דאס אז די אריזונע ווייץ איז סאך מער מהודר ווי די היזיגע צוליב כמה טעמים
איך האב גערעדט צו א עלטרע איד אין ער האט מיר געזאגט אז פאר בערך 35 יאר צוריק איז געווען פון די
אריזאנע ווייץ און ער זאגט אז ער איז געווען שלעכט אין טעם תוקן על ידי - טאמעטא - 01/02/2007 2:59:01
I don't have reshis keseeva, please write this in the form.
Tomato says that 35 years ago someone had already Arizona wheat and it was bad in taste, tell him that the type of wheat that were grown in Arizona were special ordered they took grains from the wheat that usually grow in NY and sent them to a farmer in Arizona to plant, last year they planted samples [I saw them last year] the entire process has been enabled thru the agriculture department who has programs to support farmers, first only the minimum [I believe 100,000 lb.] was ordered at that time it wasn't planned that KJ bakery will have it as well as pupa was also not planned only Monsey Matzoh and a few individuals ordered them in advance
איך וויל רעדן צו דעם חכם וואס האט דיר געשריבן דער בריוו שיק מיר זיין נאמען
איך וויל עם פרעגן אסאך קושיות
(1 די ווייץ פון פאר א יאר איז געווארן פארשימלט ווייל מען האט דאס געשניטן ביי 7 אין עס האט נאך געהאט ליחות)
כבוד טאמעטא!
דיין נאמען שרייבסטו דאך יא, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן א קליינטשיקע קשיא:
אויב קענסטו דיר נישט אויס אין די נומערן פון ווייץ שניידען, דאן פארוואס נעמסטו בכלל א טייל אין דער ויכוח, יעדער "בר בי רב דחד יומא" אין ווייץ שניידן ווייסט זייער גוט אז ביי 7 איז די ווייץ אויסגעטרוקענט ווי פעפער, און עס איז נישט מעגליך צו האבן ליחות [ווי קלענער די נומער איז אלץ טרוקענער ווערט עס, די יומערן לויפען פון אויבן אויף אראפ], אדרבא ביי 7 איז דא פארקערטע טענות אז עס איז עס שוין מער נישט צריכות לקרקע און עס קען שוין חמץ'דיג ווערן אפילו דורך טל. דו מיינסט אוודאי די ווייץ וואס מען האט געשניטען פאראיאר ביי 18 און העכער וואס זענען נאך צריכות לקרקע, און דאס איז פארשימעלט געווארן, וטעות לעולם חוזר.
(אדרבא שיק מיר אין אישית די אלע קשיות וואס דו האסט יענעם געוואלט פרעגן, איך וועל די עס ענטפערו בטוב טעם ודעת)
עס איז מיר מורא'דיג געפאלען ווי ער זאגט דארט עתידות אין די דרשה אז איבערעס יאר אדער א יאר דערנאך וועלן אלע בעקערייען אנקומען צו אריזאנע צו שניידען ווייץ!
"סוף כל סוף וועט יעדער אהין אנקומען", פירט ער אויס מיט פאטאס!
גייט מען היי יאר אויך אויסקלויבן ווייץ ווי אלע יארן?
אדער איז דאס א אנדערע סוגיא אינגאנצען?