היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייטראלע ליסטע געווינט אין מאנטריאל

נייטראלע ליסטע געווינט אין מאנטריאל

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2138358

מאנטריאל » 29/1/2007 05:51

די נייטראלע ליסטע האט געווינען מיט א שטארקייט

118 נייטראל  
98 ארונים
8 ליידיג
30 האבן נישט גשטימט

לולא_תורתך » 29/1/2007 05:57

נייע ראשי הקהילה אין מאנטריאל:

1) ר' מרדכי קאהן שליט"א
2) ר' שלמה יעקב שפיצער
3) ר' מענדל שווארץ
4) ר' שלום מענדל וואלטער
5) ר' ישראל פרידמאן
6) ר' סיני ראטה
7) ר' חיים שלמה רייך

עלו והצליחו!!!!!!!!!!

שורשנגח » 29/1/2007 06:31

דאס מיינט 4 אהרונים
ר' שלמה יעקב שפיצער
ר' ישראל פרידמאן
ר' סיני ראטה
ר' חיים שלמה רייך


צוויי זאליס
ר' מרדכי קאהן
ר' שלום מענדל וואלטער

סתם שונא
ר' מענדל שווארץ

hotwire » 29/1/2007 06:35

שור, וואס זענען געווען די נעמען אויף די אנדערע ליסטע

_________________

לולא_תורתך » 29/1/2007 06:38

ר' חיים שלמה רייך איז אזא ארוני ווי איך בין א מילכיגער.

נעם דיך עס אריין אין קאפ אריין: אין די קהילה וועט מער נישט געטון ווערן קיין שום זאך וואס זאל קענען צוברעכן די קהילה, ענקערע חלומות זענען פארטיג!!!!!!!!

ווער סוועט רודערן אדער וועלן אונטערברענגען די קהילה, וועט מען קלאר שטעלן אויפן פלאץ, אזויווי מהאט אלעמאל געטון אין יעדע קהילה, און בפרט אין סאטמאר.

סהאט זיך קלאר ארויסגעשטעלט ווער סהאט דעם רוב, איינמאל פאר אלעמאל!!!!!!!!!!!!

שורשנגח » 29/1/2007 06:44

קרישקעלך
1) ווען נאך 11 מענטשן וואס האבן געשטימט מיט די נייטראלע ליסט וואלטן ווען געשטימט מיט די אהרונים וואלטן די אהרוים געווינען.

ד.מ. ווען די 4 אהרונים אויף די נייטראלע ליסט אליין וואלטן געשטימט מיט די אהרונים וואלט נאך אויסגעפעלט בלויז 7 מענטשן.

2) אז די אהרונים האבן א שטארקע רוב.
נאר די אהרונים דזשיהאד האבן נישט רוב.

3) די זאליס זענען זיכערע פאלירערס פון זיי האט קיינער נישט גערעדט און נישטמאל א ליסטע האבן זיי געהאט.

4) מרדכי קאהן וואס האט געהאט געלייגט די מיידל שולע אויף זיין נאמען האט עס צוריק געשריבען אויף קהל פאר די וואלן.

5) און צוויי יאר ארום איז דא נאכמאל וואלן.

6) די אהרונים ליסט האט געמיינט אז די קהלה אין מאנטריאל ווערט צוטיילט און די זאליס און אלע שונאים דארפן זיך גיין.

7) די נייטראלע ליסט האט געמיינט אז עס בלייבט אזוי ווי עס איז אין יעדער קען זיין אין די קהלה.

שורשנגח » 29/1/2007 06:49

לולא איך וועל מיך נישט ארום טאנען מיט דיר וועגן ר' חיים שלמה רייך די זאגסט דיינס אין יעדער ווייסט און די פאקט איז פארקערט.

אדרבה זאג מיר וואס איז ער א זאלי אדער אהרוני?

איין זאך איז זיכער!

די מיט דיינע זאליס האבן שוין פארלוירען נישט יעצט נאר ווען מען האט געמאכט די ליסטע.

שורשנגח » 29/1/2007 06:52

נאך א וויכטיגע זאך איז.

אז אין קרית יואל ווי די שונאים האבן א גרויסע באזע, איז דא וואלן יעדע צוויי יאר אין די אהרונים זענען א שטארקע רוב.

אין וויליאמסבורג זאגן די אהרונים אז זיי זענען א רוב.
נאר די זאליס טוען אלעס אויף די וועלט אז עס זאל קיין וואלן נישט זיין, ווייל אז יא איז ר' זלמן היסטאריע.

13Hooper » 29/1/2007 07:18

שור
פארוואס האבען די זאלונים נישט ארויס געשטעלט א זאלונישע ליסט
עד כדי כך אז זיי מיזען זיך פרייען מיט א אהרונישע ליסט אבי די דזיהאד ארונים זענען נישט אריין געקימען

איז עס דיר נישט א סופרייז אז די דזיהאד ארונים האבען אנגעצוגען כמעט א געווינס ווען א גרויסע חלק פין אהרונים האבען דווקא נישט געוועלט פאר זיי , וייל זיי האלטען אז אזוי וועט זיין  מנוחה אין אז ר מרדכי קאהן וועט נישט אויפהערען זיין געלט שטיצע ווי ער האט געסטראשעט.

לולא_תורתך » 29/1/2007 07:33

ווען איך זע ווי פרייליך די ארונים זענען, ביז זיי האבן געמוזט שיקן זייערע אקסן שטויסן אויף היידפארק, ווייס איך פונקטליך ווער סהאט געווינען, און אויך וואו ר' חיים שלמה (וועם איך קען פערזענליך) באלאנגט.

נאר אגב, איך בין גערן גרייט מיט מיין גאנצע הארץ אז מאנטריאל זאל דינען אלס ביישפיל פאר די משוגענע ארונים פון איבעראל, הלואי זאלן איבעראל די נארמאלע ארונים זיך אפטיילן פון די משוגעים, איך גאראנטיר ענק אז ענק וועלן פלוצלונג "געוואר" ווערן אז די זאליס זענען נארמאלע מענטשן מיט וועמען מקען פארהאנדלען. פארשטייט זיך בתנאי אז מרוקט אין די זייט די עקסטרעמע משוגעים.

אפשר וועט עס זיין א גוטע לעסען פאר רעב ארון אליינס אז ער זאל זיך שוין ענדליך אפלאזן פון די יונגע צוהיצטע מענטשן וואס נעמען אים ארום. אויב יא, וועט דאס זיין די גרעסטע געווינס פון די היינט נאכטיגע וואלן!!!!

ברוינפן » 29/1/2007 08:21

לולא    דאס איז א טו וועי סטריט   ביידע ברודערס האבען משוגענע עקסטרעמיסטן

אידעלע » 29/1/2007 08:52

מיט גרויס שטאלץ און צופרידנהייט טו איך דא באגריסן דעם געווינס פון די סאטמארע ליסטע!

מזל טוב מאנטריאל! מזל טוב סאטמאר!

ווידעראמאל האט מען אונז געוויזן אז אונזערע הייליגע רביס שלאפן נישט אין הימל. זיי מאכן זיכער אז קיין שום חלק פון סאטמאר זאל ח"ו נישט קומען אונטער די שליטה פון די אהרונים.

פארגעסט נישט איין זאך: די יעצטיגע וואלן אין מאנטריאל האט געדארפט זיין די ערשטע טעסט זינט די פטירה פון רבינו זי"ע נישט מער געדאכט, ווער ס'האט דעם עולם. די אהרונים האבן איינגעריסן וועלטן, זיי האבן פארפירט און געלארעמט. מען האט גענוצט טאטעס און שווערס, ברודערס און שוועסטערס וואס וואוינען אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט, צו בעטן און ווארענען זייערע קרובים אין מאנטריאל אז מען זאל וואוטן פאר די אהרונישע ליסט. אויך האבן זיי גענוצט אלע סארט טעראר שטיקלעך צו אפהאלטן סאטמארע חסידים פון קומען שטימען.

אבער ב"ה אז די סטרא אחרא האט פארלוירן. די אהרונים האבן פארלוירן די ערשטע און קריטישע טעסט! די ערשטע וואלן וועלכע האבן געדארפט ווייזן ווער ס'האט דעם עולם.

יעצט דרייען זיי זיך ארום זאגן אז ס'איז נישט געווען קיין וואלן נאר א פריימערי צווישן צוויי אהרונישע ליסטעס, כא כא כא, און די מעסיגע אהרונישע ליסטע האט געווינען.

לויט דעם קומט אויס אז ס'איז נישטא קיין זאליס אויף די וועלט, נאר אהרונים און מעסיגע אהרונים...

תוקן על ידי אידעלע ב- 29/01/2007 8:57:24

13Hooper » 29/1/2007 13:51

אוודאי איז דא זאליס דארט נאר נישט געניג אפילו צי האבען א אייגענע ליסט
ווען עס וואלט געווען  א ליסט פין אהרונים אין זאלונים וואלט די רעזאלט געווען
בערך אזוי
אהרונים  140
זאלונים  80
מען געדענקט נאך  די וואלען פין עטליכע יאר צירוק ווי די אהרונים האבען געווינען ביג טיים ווי מען האט נישט מפרסם געווען די רעזאלטאטען למען השלום

דאס וואס די שרייבסט אז "מען האט גענוצט טאטעס און שווערס, ברודערס און שוועסטערס וואס וואוינען אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט, צו בעטן און ווארענען זייערע קרובים אין מאנטריאל אז מען זאל וואוטן פאר די אהרונישע ליסט. אויך האבן זיי גענוצט אלע סארט טעראר שטיקלעך צו אפהאלטן סאטמארע חסידים פון קומען שטימען."

האסט פארלוירען אין הער אויף צי וויינען ווי א סאל לאזער אין וויש דיר אפ דיין נאז

גאסט » 29/1/2007 15:10

לולא. די קענסט חיים שלמה פונקט ווי איך קען דיין עלטער באבעס קאץ

ווייל ער הייסט נישטאמאל חיים שלמה ער הייסט חיים שמואל

ביזדערווייל האב איך נישט געהאט די געלעגענהייט צו פראווען אז די ביסט א שקרן, יעצט האסטו עס מיר געגעבן מיט א גאלדענעם טאץ

mechel19 » 29/1/2007 15:54

ס'איז דא א פשוטע פראבע צו זעהן ווער עס האט געווינען, אויב וועט מנחם ליבערמאן אדער איצי פערלמוטער עולה זיין שבת דאן האבן די אהרונים געווינען, און אויב נישט, דאס מיינט, אויב וועלן די זאלונים זיי שטערן און נישט לאזן עולה זיין דאן האבן די זאלונים געווינען, כפי ידיעתי איז דאס געווען די איינציגע אישוי ביי די וואלן.

שורשנגח » 29/1/2007 19:32

היינט צופרי ווען העסקן החשוב ר' מנחם ליבערמאן ני"ו האט עולה געווען לתורה אינעם גרויסען ביהמ"ד, האט דער צוהיצטער משה פריעדמאן אים אנגעהויבען צו באשרייען מיט יאמערליכע קולות, גלייך איז די ציבור אים באפאלען און ארויסגעפירט משה פריעדמאן פון ביהמ"ד מיט בזיונות.

דערנאך איז ר' מרדכי קאהן צוגעגאנגען צו משה פריעדמאן און אים געזאגט די האסט נישט וואס צו שרייען דא, די ביסט מער נישט אין קהל, און די קענסט נישט שרייען אויף ר' מנחם, ער האט קלאר געוויזען אז ער פארטרעט כאטשיג האלב פונעם ציבור, און אונז דארף מיר זיך צושטעלען צו אים, אז די ווילסט עפעס זאלסטו ארויף קומען צו קהל, די זאלסט נשיט טאן קיין אייגענע אקציעס.

דער_אמת » 29/1/2007 20:18

שור sweet dreams

איך פארשטיי נישט פארוואס די דארפסט באקען דיינע מעשית די האסט דאך סייווי געווינען, געדענק אן ארויני געווינעט אייביג

מעכעל
יעדער וועט קענען עולה זיין, מאנטריאל בלייבט נייטראל פאר די נעקסט 4 יאר.

kleinekup » 29/1/2007 20:57

למען האמת

פאר אזא קליינע קהילה אז ס'זאל ווערן צושפליטערט און מזאל זיך "מוזן" טיילן איז נישט געווען כדאי.

און דער עוורידזש עולם האט דאס אזוי פארשטאנען

איעדער ווען עס קומט הייליגע טעג גייט ער צו זיין רבין אדער בלייבט ער אינדערהיים.
איז וואס לוינט זיך זיך צי טיילן און עפענען פיצעלע מוסדות?

פארוועמען?  פארן רבי'ן שליט"א?  פאר די חסידים? פאר קיינעם

אמת אינז האלטן אז דער רז"ל איז א גנב און א רויבער וכו' וכו'  און מ'באדארף צו ווייזן איינמאל פאר אלעמאל...און וואס מהאט נישט באוויזן אין ווילי ווייל מהאט ארויסגעוואקט  דאס וועט מען אויספירען דא אינעם לעכל  מאנטריאל...

אבער למעשה בלייבן א רוב און לאזן נייטראל די זאך איז לטובת כל התושבים.

איך זע אפאר פארלירער

1- די היציגע ארונים - ווייל למעשה האבן זיי נישט געוואונען

2- אלע זאלונים- למעשה  זענען זיי געווען א נאנ-פאקטאר

3-הרב דוד- ער איז יעצט נאך מער ווי פריער אויף געבארגטע צייט אין א אנגעצויגענע ענווייראמענט

4-ק"ק מאנטריאל-ווייל אזא מין זאך ווי נייטראל איז א חלום וואס קען יעדע מינוט צירינען
הסבר:  אין עני סעקאנד קען א זאלי היץ קאפ דעסיידן צי ברענגן רזל אהין און די געמיטער וועלן פלאקערן
נאך אזא טייט רעיס וואלט בעסער געווען א טיילונג אפילו עס איז נישטא מיט וועם ....  ווייל די האס לויפט טיף אין מטרעפט זיך יעדן טאג
אבער לאמיר חלומ'ען מיט די חלומאקעס ציזאמען אין זען ווען דער וועקער זייגער וועט קלינגען

אידעלע » 29/1/2007 21:53

13 הופער, כא כא כא, אזוי ווי איך האב מורא אז דו וועסט אויסמעקן וואס דו האסט געשריבן פאר מיר לייג איך עס דא איבער.

"האסט פארלוירען אין הער אויף צי וויינען ווי א סאל לאזער אין וויש דיר אפ דיין נאז"

זאג עס נאך איינמאל: ווער האט פארלוירן?

אוודאי די זאליס, זיי פארלירן אלעמאל...

דער_אמת » 30/1/2007 03:51

קליינע קאפ, דיין ניק דארף זיין פיצי קאפ

די עכטע געווינער

1) די נארמאלע מענטשען וואס האבן נישט געוואלט זיך לאזן פארדרייען א קאפ פון די ארונישע היץ קעפ.
2) דער מאנטריאלער רב, וואס האט שטארק געארבעט פאר שלום, כאטש יעדער האט אים אויסגעלאכט.
3) דער מאנטראלער דיין,
4) די זאליס, זיי זענען די שטערקסטע געווינער, זיי האבן געוויזען אז אין מאנטריאל זענען די ארונים נישט רוב, און א נייטראלע זאלי געשטימטע ליסטע האט געווינען שטארק.

די לוזערס

1) די ארונים, זיי האבן פארלאנגט די וואלן ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז אין מאנטריאל האבן זיי א גרויסער רוב, עס האט זיך ארויס געשטעלט אז זיי האבן ארויס געברענגט זייער מאקסימום, און זיי האב נישט געהאט מער ווי 98, עס איז קלאר געווען א גאנצען צייט אז די ארונים האבן געהאלטן אז זיי זענען א גרויסן רוב און זענען גרייט צו טון אלעס און דער וועלט אז עס זאל קומען צו וואלן, און ווען ס'איז געקומען דערצו האבן זיי פשוט נישט געהאט די נומבערס צו געווינען.

בור כרה ויחפרהו



תוקן על ידי דער_אמת ב- 30/01/2007 3:54:40

פאטאקי08 » 30/1/2007 04:16

ווייסט איינער די ליסטע וואס האט פארלוירן?

לויט ווי איך הער איז נישט געווען אויף די ליסטע קיין איינער העכער 30 יאר
חוץ א פ
איז דאס אמת?

דער_אמת » 30/1/2007 16:13

די ארונים דרייען זיך ארום ווי פארסאמטע מייז, זיי זוכן דעם פאררעטער!
טייל פרובירן צו באשולדיגן די פרומע ערליכע ארונים וואס זיי רופן אן "פארשאלטענע פרומע"
טייל פרובירן צו באשולדיגן א אומשולדיגן אינגערמאן אן ארוני וואס האט געמאכט אן אומגעלונגענעם וויץ פאר זיין חבר אן ארוני פרעגדיג פאר וויפיל געלט ער וואלט געשטימט פאר די זאליס, יענער האט געענטפערט $5000 און ער האט געענטפערט אז ערלעדיגט, פאר דעם וויץ איז ער געווארן דער שעיר לעזאזל.

דער אמתדיגער פאררעטער איז דער וואס האט איינגערעדט די ארונים אז זיי זענען רוב, די בעלי דמיונות האבן זיך איינגערעדט אז ווער עס האט  זיך באטייליגט ביי א מסיבה וואס די ארונים האבן געמאכט די לעצטע 7 יאר וועט שטימען פאר זיי, זייער ליסטע פון מענטשן איז געווען געבויעט אויף הוילע דמיונות.

איצט נאך דער גרויסער דורכפאל אנשטאט צו מאכן א חשבון הנפש און זען ווי זיי האבן זיך פאררעכנט, און זיך פרובירן זיך צונזאמען נעמען וואס זיי האבן נאך, מאכן זיי זיכער צו פארטרייבן נאך פון זייער אמתדיגע מענטשן מיט נארישע באשולדיגען, איך קען איין זאך צולייגען keep it on!

דער_אמת » 1/2/2007 03:28

[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 1/2/2007 23:44

ווער זענען געווען אויף ליסטע א?
איצי פערלמוטער
מנחם ליבערמאן
ווער נאך?