א העכסט אינטערסאנטע מחאה קעגן דעים פובליק "סקול דיסטריקט" אין מאנראו, איז פארגעקומען די וואך שבת אין גרויסן בית המדרש פון קהל "יטב לב" אין קרית יואל, ווען עמיצער האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגען אז די פאבליק סקול איז אסור, און איז גלייך אנטרינען פון ארט, אדער מען האט אים ארויסגעפירט פון דארט.
[זעט אויס ער האט געוואלט נאכמאכן א.מ.ג. וואס האט מוחה געווען בשעתו אינעם זעלבען ביהמ"ד, און איז דרשלאגען געווארן כמעט ביז טויט, מיט וואס ער שטאלצירט נאך ביזן היינטיגען טאג אויף זיין האטליין].
ווער עס ווייסט מער דעטאלען זאל ביטע מיט טיילען מיטן עולם.