היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » געלונגענע בריוון אין אלגעמיינער ענטפערן אפ זאלי שקרים

געלונגענע בריוון אין אלגעמיינער ענטפערן אפ זאלי שקרים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2136483

ארענדאר » 26/1/2007 05:30

צוויי געלונגענע בריוון אין אלגעמיינער ענטפערן אפ די נארישע ארטיקל וואס די זאליס האבן אריינגעשיקט פאריגע וואך:

דער אמת וועגן סאַטמאַר

חשובער רעדאַקטאָר:

לייענענדיק פאָריקע וואָך אין ''אַלגעמיינעם זשורנאַל'' אַן אַרטיקל פון משה גראָס וועגן דעם סאַטמאַרער רבי'ן, כ''ק אדמו''ר ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט''א, ווי אַזוי ''ער'' האָט שטיל געמאַכט די מחלוקת אין סאַטמאַר און אַזוי ווייטער, וואונדערט מיך זייער צו לייענען ''אַ לאַנגס און אַ ברייטס'' מיט אַזוי ווייניק אמת, און וואָס איז אַזוי ווייט פון דער ווירקלעכקייט.

איך וויל נישט אַריינגיין אין די איינצלהייטן, ווייל עס איז אַ טעמע וואָס קען נישט באַהאַנדלט ווערן אין אַ פּשוטן ''אי-מעיל''. איר מעגט אָבער וויסן, אַז ווען מ'לייגט אַריין ''מטעמים'' איבער אַ טעמע, איז כדאי צו פאָרשן אַביסל די אמתדיקע פּרטים איידער מען פאַרעפנטלעכט עס, און זיך מער אַריינלייגן צו דערגיין די טרוקענע פאַקטן. אַז נישט, קוקט מען אויס ווי אַ ''גוי וואָס לערנט ברטנורא''.

פאַקט נומער איינס: די חסידים פון סאַטמאַרער רבי'ן ר' זלמן לייב שליט''א זיינען נאָך אַלץ אויפן אינטערנעט דאָ און דאָרט, און שרייבן צוזאַמען כלערליי שקרים און רכילות אויפן צווייטן צד. נאָר וועגן דעם ''שיינעם איד'' האָבן זיי אויפגעלעזט דעם אָפיציעלן פאָרום, אָבער די מערסטע שרייבער שרייבן ווייטער מיט נייע ''ניקס'' אין די ''שכנותדיקע'' פאָרומס.

אַ ראיה איז, אַז אין זייער אָפיציעלער צייטונג ''דער איד'' זיינען פאַראַן שרייבער, וואָס שרייבן און העצן דירעקט און אומדירעקט מיט די שענדלעכסטע לשונות של גנאי קעגן דעם אַנדערן רבי'ן, זיין עלטערער ברודער, כ''ק אדמו''ר ר' אהרן טייטלבוים שליט''א. והא ראיה, אין זייער תלמוד תורה רעדן די מלמדים צו די קינדער זייער מיאוס קעגן די חסידים און קינדער פונעם צד שכנגד, און דאָרט געפינט ער נישט פאַר וויכטיק עס אָפּצושטעלן.

פּונקט נומער צוויי: כ''ק אדמו''ר ר' זלמן לייב שליט''א האָט זיך אָפיציעל באַזעצט אין הויז פון זיין פאָטער, כ''ק אדמו''ר ר' משה זצ''ל הרינו כפּרת משכבו, און האָט געירשנט זיין פאָטערס אַלע חפצים, ווי למשל, תפילין, ספרים, און נאָך. דערמיט איגנאָרירט ער גרויסע שאלות אין הלכות ירושה. באַזונדערס איז עס אַ גרויסע שאלה צי מ'מעג מאַכן אַ ברכה ווען מען צינדט חנוכה-ליכט אין אַ גע'גנב'עטער מנורה, אָדער קידוש אין אַ גע'גנב'עטן בעכער. על כל פּנים, איר רעדט גאָרנישט פון דער גרויסער גניבה און גזילה, וואָס לכל הדעות אַז דער עלטערער ברודער האָט רעכטן פאַרן טאַטנ'ס חפצים, צי ער איז יאָ אָדער נישט באַליבט. אפילו אויב ר' אהרן שליט''א איז נישט דער ''רבי'', איז ער דאָך אַ זון.

איז ווייטער אַ חידוש, אַז אַזאַ גרויסער ''שלום-זוכער'', ווי איר באַצייכנט רבי זלמן לייב שליט''א, איז גאָר חשוד חלילה אויף הלכות גניבה ווען עס קומט צו אייגענע אינטערעסן. היתכן איר שרייבט גאָרנישט, אַז רבי זלמן לייב שליט''א איז חשוד אַז ער דאַוונט אין געגנבעטע תפילין, ער זיצט אין אַ געגנבעט הויז און פירט טיש אויף אַ געגנבעט בענקל.

און פאַקט נומער דריי, וועל איך אייך מגלה-סוד זיין די איין-איינציקע סיבה פאַרוואָס ר' זלמן לייב שליט''א האָט אַזוי פאַרפירט קעגן דעם אינטערנעט ''סייט'' מיטן נאָמען ''הייד פּאַרק''. דאָס איז אויסדריקלעך דערפאַר, ווייל דאָרט האָבן זיינע שונאים געפונען אַן אָרט וואו אים צו באַשמוצן. בקיצור, ער און זיינע חסידים האָבן עס געעפנט מיט איין-איינציקער כוונה, צו טרעטן אויפן צד שכנגד, אָבער אַרויסגעשטעלט האָט זיך, אַז ער איז דאָרט געוואָרן באַשמוצט לעיני השמש אויף גאָר אַ מיאוסן אופן. ווי יעדער ווייסט, איז ער נישט דער גרעסטער תלמיד חכם, און דאָרט האָט מען אַלעס אויסגעליפערט קעגן אים, און צוליב דעם האָט ער נישט געהאַט קיין ברירה, נאָר זיך צו בעטן צו זיינע חסידים, ''הערט אויף, ווייל עס ווערט נתגלה קלוני ברבים''.

אַלזאָ, וויל איך נאָר קלאָר מאַכן, איידער איר מאַכט אַ צימעס מיט אַ קלינגענדיקן ''קעפּל'' אויף דער ערשטער זייט פון ''אַלגעמיינעם זשורנאַל'', איבער דעם כלומרשטן גרויסן ''קרעדיט'' וואָס ער פאַרדינט פאַר ''איינשטילן די מחלוקת אין סאַטמאַר'', איז דער ענין ווייט נישט ווי איר שטעלט עס אַהער.

ביטע נישט צו פאַרעפנטלעכן מיין נאָמען פאַרן ציבור, ווייל איך האָב מורא. איך האָב נאָר געוואָלט מעורר זיין אַיבער אַן ענין וואָס איך בין גראַדע באַקאַנט דערין.

אַ לייענער פון ''אַלגעמיינעם זשורנאַל''

(זיין נאָמען איז אין רעדאַקציע).


***

דעם אמת וועגן רבי זלמן לייב'ס ראָלע אין די אינטערנעץ-שלאַכטן

חשוב'ער רעדאַקטאָר:

איך האָב אין פאָריקן נומער געלייענט מיט אינטערעס ווי משה גראָס דערקלערט אז כ''ק אדמו''ר רבי זלמן לייב טייטעלבוים שליט''א האָט ''מינימיזירט די קריגעריי אין סאַטמאַר''. דער אַרטיקל דערציילט, אַז רבי זלמן לייב האָט דירעקטירט זיינע נאָכפאָלגערס צו פאַרמאַכן אַ געוויסן אינטערנעט-פאָרום, אויף וועלכן די פּרטים פון דער סאַטמאַרער מחלוקה זענען אויסגעשמועסט געווארן.

מיר קומט פאָר, אַז אַ קליינע אויסבעסערונג איז נויטיק. די מעשה דאָ איז געווען, אַז רבי זלמן לייב'ס נאָכפאָלגערס זענען אייגנטלעך געווען די וואָס האָבן אינציאַטירט דעם געדאַנק פון אַריבערפירן די מחלוקה אין ''סייבער-ספּעיס''. לשון-הרע'לעך זענען דאָרט אויסגעשמועסט געוואָרן פון פריער; האָבן אָבער די ''הויכע פענסטערס'' פון יענעם לאַגער באַצאָלט מענטשן צו פאַרטיידיקן זייער צד און פאַרשפּרייטן געשיכטעס דורך דעם נעמלעכן פאָרום.

פאַרשפּאַרט האָט זיך דער פאָרום ווען די פּראָבלעם פון באַשמוצן מענטשן איז אַרויס פון קאָנטראָל, און מענטשן האָבן אָנגעהויבן זוכן דעם שולדיקן. די סיסטעמאַטישקייט, פּראָפעסיאָנאַליזם, און כסדר'דיקע ''אינעווייניקסטע'' ידיעות האָבן קלאָר געוויזן דער פאָרום וואָס איז געגרינדעט געוואָרן פון רבי זלמן לייב'ס צד איז אַן אָפיציעלער ענין, געשטיצט פון גאַנץ אויבן.

איך וויל נישט אַוועקנעמען קרעדיט פון דעם רבי'ן. אָנערקענען אַן עוולה און זי פאַרריכטן איז זיכער אַ לייטישער אַקט און אַן אָנזאָג אויף אחריות. אָבער אַ ישר כוח קומט אים ליבערשט פאַרן מתקן זיין דעם קלקול ווי איידער פאַר ''מינימיזירן די קריגעריי''.

דאָס זעלבע וואָס נוגע די בילדער. רבי זלמן האָט ביז דער מחלוקה האָט אָנגעהויבן אויפקומען געוואוינט אין באָראָ פּאַרק און געהאַט אַ רעפּוטאַציע ווי אַ מער ''מאָדערנער'', ''באָראָ פּאַרקער'' בעצם. דערפאַר האָבן די נאָענטע מענטשן זיינע פאַרשטאַנען אַלס אַ גוטע מאַנעוורע פאַר אים זיך דווקא צו אויסדריקן קעגן דער בילדער-דערשיינונג - הגם אין סאַטמאַר וואָלט עס געדאַרפט זיין אַ זעלבספאַרשטענדלעכע זאַך.

מיט דרך ארץ,

שמואל סאַפּיר

ברוקלין, ניו יאָרק


_________________
כאפטס אריין א וואדקע

trueonly2 » 26/1/2007 06:00

זכור לך עתה אתמול אשר דברת!

 

קושקע:

 

חידה: וואס האבן די 5 צייטונגען IN COMMON ?

 

תיקון טעות:

פיין געענפערט.

דער קאמפלעט ענטפער:

1. האבן פיינט געהאט ר' משה טייטלבוים זצוק"ל

2. האבן פיינט געהאט ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל

3. האבן פיינט ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א

4. האבן זייער ליב די מדינה.

5. האבן זייער ליב ר' אהרן טייטלבוים שליט"א.

 

איזראלי:

נאך אזעלכע גרויסע הסכמות פאסט ער טאקע צו זיין רבי אבער נישט און סאטמאר ווייל אין סאטמאר דארף א רבי קענען לערנען און לוחם זיין מלחמת ה' ותורתו און נישט געפעלן פארן אלגעמיינער ז'ורנאל און כל מיני פורקי עול ודומיהם . 

 

געגאנגען » 26/1/2007 06:41

אויב עמיצער דא קען זיי אריינשיקן א בריוו, וואלט כדאי געווען ארויסצוברענגען אז די בילדער אפערע אין סאטמאר האט רז"ל טיטלבוים אנגעהויבן, מיטן עפענען די קינדערישע בילדער אויסגאבע "דער בליק", וואס נאך אפאר חדשים פון דער בליק האט דער בלאט אנגעהויבן לייגן בילדער אלס ענטפער צו דער בליק, און פון דארט האט זיך עס דערקייקלט ביז וואו ס'איז אנגעקומען.

און די סיבה פאר זיין יעצטיגן לייגן א "האלד" אויף בילדער איז זייער פשוט, ווייל ער האט בשום אופן נישט געוואלט אז אזוינע הושענא רבא, חנוכה, כ"א כסליו בילדער אד"ג זאלן ווערן אן אפיציעלער פארמעסט, וד"ל.

ארגינעלער » 26/1/2007 07:27

trueonly, שוטה איז נישט גענוג א גוטע ווארט דיר צו דעסקרייבן.

ס'זענען געווען צוויי אפיציעלע ארטיקלען אין אלגעמיינער - דער זעלבער אלגעמיינער וואס האט אראפגעריסן אלע סאטמארע רבי'ס פון רבי יואל ביז רבי אהרן - ארויסצוהייבן וואספארא צדיק וקדוש ר' זאלי איז.

דערנאך איז געקומען אן אומאפיציעלן ר' ליפא פריעדמאן-סטייל בריוו-ענטפער אויף די ווילדע אטאקעס פונעם אלגעמיינער.

פון אזא שוטה ווי דיר שטייט נאך אויס צו זאגן אז די היידפארק בעלי בתים זענען פרא-זאלי, ווייל די מענטשן וואס שרייבן אויף זייער סייט זענען זאליס.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 26/01/2007 7:27:46

איזראלי » 26/1/2007 12:28

דער משה גראס וואס שרייבט די ארטיקל אין ''אלגעמיינער'' איז נישט אפשר מ'ל'ד' דער שרייבער פונם ''פארווערטס' ?

trueonly2 » 26/1/2007 17:29

ארגינעלער!

 

דאכט זיך אז די וואס שיקען אריין בריווען צום אלגעמיינער זענען נישט קיין סאטמארער, נאר פונעם זעלבען טייג געקנאטן!

 

גוטזאגער » 28/1/2007 09:06

True Only, איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט דיר, אז די בריוו שרייבערס זענען נישט קיין סאטמארע, נאר די וואס שרייבן די ארטיקלען דארט איבער סאטמאר זענען סאטמארע פון דעם זאלונישן לאגער...

(אויב האסטו דאס נישט געוואוסט ביז יעצט: דער אלגעמיינער האט נישט קיין אייגענעם שרייבער מיט'ן נאמען: משה גראס!)



תוקן על ידי גוטזאגער ב- 28/01/2007 9:10:17