מיט פרייד גרויס פרייד זאגן תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק ברוך שפטרני, פארן געוועזענעם סאטמאר דיין ר' חיים דוד כ"ץ ני"ו.
דער געוועזענער דיין האט ענדליך נאך לאנגע חדשים וואס מען האט אים אויפגעזאגט פון זיין פאסטן, און ער האט זיך נישט געלאזט און געקומען ווייזן וואס ער קען, האט ער מיאוס אויפגעבען.
דער געווזענער דיין האט היינט געלאזט מעלדן אז ער איז מער נישט סאטמאר דיין, און ער גייט ווערן א רב פאר זיך, און גייט עפענען א שול.
דער געוועזנער דיין קומט שוין נישט אריין אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר 53, ווי ער פלעגט אמאל דאווענען שבת, און זייט מען האט אים אויפגזאגט האט ער געפייט דערפאר מיט ציין און נעגל, ווי יוסי בראך פלעגט טאן אין ראדני, די לעצטע 5 וואכן טרעט ער מער שוין נישט אריין, נאכדעם וואס מען האט געמאכט אויף אים א צאתכם לשלום.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/01/2007 3:36:22
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ובא לציון גואל
נישט אין קיין סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק ווייל דארט האט ער שוין נישט קיין דריסת הרגל
רח''ד כ''ץ גייט אויף מאכן א בהמ''ד פאר זיך אבער ער גייט ווערן רב ביי די זאלונים - סיגעט אין ב''פ ? צו אפשר זיי דארפן אים אויך נישט האבן ?
ב"ה די וואך האבן מיר ווידער געהאט די זכיה און אריבער 50 אינגעלייט און בעלי בתים האבן זיך היינט משתתף געווען ביים וועכענטליכען זונטאג שיעור פונעם דיין הג"ר חיים דוד כ"ץ שליט"א, אין היכל בית חיה בביהמ"ד הגדול דסאטמאר ב"פ אויף 53טע סטריט.
כה לחי!
וואס איז געשעהן פאריגע וואך איז דאך געווען טויזענט מענטשן, ווען זענען די 950 נפטר געווארן?
די וואך האבן מיר ווידער געהאט געהאט די זכיה - נאך א קורצע צייט אפשניט פון קנאפע 2 וואכען - אז די דיין שליט"א האט ווידער געדאווענט שבת אין גרויסן בית המדרש אין בארא פארק אויף 53'סטע סטריט, אזוי ווי זיין שטייגער אלעמאל.
מיר וואונטשען אלע פארן דיין הצלחה בכל הענינים!
א יעדע וואך איז צופיל פאר ענק אויך, אין פין באלקאני איז מען אויך פטור געווארען פין עיהם, באין ברירה מיז ער קימען אביסעלע אויף 53
פאריגע וואך האט ער אויך געהאט א פראבלעם מיט באקימען די שירה
די קימענדיגע וואך האט ער נישט דעם פראבלעם האט ער שוין געזאגט אז ער גייט דאווענען אויף 52
תוקן על ידי - 13Hooper - 13/02/2007 4:18:01
_________________
please explain did he get any Kibbid in 53?