היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 82 זאלי גנבים לאזן נישט נאך

82 זאלי גנבים לאזן נישט נאך

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2136377

שורשנגח » 25/1/2007 23:34

די זאלי גנבים וואס האבן גע'גנב'ט די מוסדות הק' אין ווילי פון אונז, און זענען מסרבים לדין פון גיין צו דין תורה, שיקן כסדר בריוון מיט שטערענגע ווארנוגען אז מען וועט רח"ל פארשניטען ווערן פון אלע וועלטן אז מען באצאלט נישט פאר זיי די באלאנס פון די שכר לימוד וואס מען איז שולדיג.

א נייע בריוו איז די וואך אנגעקומען ווי זיי שרייבן "אז הירא דבר ה' וועט טאן וואס יושר פארלאנגט צו באצאלען די חוב וואס איז א חיוב גמור זיי צו באצאלען".

די גנבים פארשטייען נישט אז הירא דבר ה' דארף גיין צו דין תורה, און אז מען טאר זיי נישט געבן קיין פעני, און ווער עס שטיצט די גנבים און רויבערס האט א חלק און זייער גניבה און השתמטות לדין!

און אז הירא דבר ה' ניצט נישט הקדש געלט פאר טעראריסטישע צוועקן, און נישט אויסצוהאלטען ר' זלמן און זיינע בנים, און אויך נישט פאר קארטס כדי נישט צו גיין צו גיין דין תורה.

די דייני דקהלתינו הק' שליט"א האבן שוין לאנג גע'פסק'נט אז מען טאר זיי נישט באצאלען די חוב, ווילאנג זיי שטעלן זיך נישט צו קיין דין תורה.

בן_אהרן » 26/1/2007 17:57

אונז האבן אויפגעבויט מיט אונזער שווער געהארעוועטע געלט
די בילדינגס עטרת יואל ויאל משה אאו"ו סיי מיט די קרן הבנין געלטער
און סיי מיט די שווערע דינער נדבות
די נייע חסידים האבן נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלטע וואסער
און זיי זיצן אין אונזערע בילדינגס בגנבה וגזילה שאין כמוהו און זיי שרייען קאזאק הנגזל
דאס איז זיכער אז פאר מיידלעך דארף מען גארנישט צאלן פאר תמוב אב
די בילדינגס זענען פארשפארט און די טיטשערס באקומען באצאלט נאר פאר 10 חדשים
דאס וואס מיר זענען געווען געצווינגען יעדעס יאר צו באצאלן פאר זימער ביי די נייע רעגיסטרעישאן
איז שוין איינמאל באצאלט פאר אלעמען
קיינער זאל נישט געבן קיין פרוטה