רוב מבינים האלטן אז עס וועט יא זיין א דורכברוך. עס וועט שטעלן אנדערע סעלפאנ'ס אין שאטן. די צייטונג האט נאר געשריבן בקיצור אויפן שפיץ גאפל, אבער דער פאקט אז אמעריקע איז צוריקגעבליבן מיט סעלפאן'ס איז א דבר ידוע לכל, און איי פאון וועט זיין די ערשטע צו ברענגען נייערע טעכנאלאגיע אין א טעלעפאן.
http://www.apple.com/iphone
אודאי גייט עס נישט טון אויסטערלישע זאכן. א פאלם טעלעפאן קען אויך טון רוב זאכן - ס'איז אבער "וויאזוי" מען טוט דאס. די יוזער אינטערפעיס, שנעלקייט און באקוועמליכקייט וואס איז דער עיקר אויפטוה. א גרויסע לעכטיגע סקרין, אן קיין באטענס, נאר טאטש סקרין, האבן די גאנצע אינטערנעט אין טאש (זעלבסטפארשטענדליך אז רבנים גייען דאס אסר'ן... וואס דען?) - און בעיקר ווי אזוי צו מאכן פשוט'ע טעלעפאן קאלס וועט זיין מער באקוועם און פארגעשריטן, סיי מיט די קאנטאקט נעמען, און סיי אויב איינער קאלט אריין, וכדומה וכדומה.
ס'וועט קאסטן מסתמא א 600 דאלער. איך גלייב נישט איך וואלט עס געקויפט, (חוץ מזה וואס דערווייל הייסט עס אז עס וועט ארבעטן בלויז מיט סינגיולער), אבער איך האף אז אנדערע סעלפאן קאמפאניס וועלן זיך ארויפשארצן די ארבל, און מיט א קאך און א ברען אנהייבן צו קאמפיטן, און זאגן הויך "מתי יגיעו מעשי למעשה א..."
http://www.macworld.com/news/2007/01/09/iphone/index.php