די וואך קומט פאר די וואלן פאר קהלה אין מאנטריאל.
ס'גייט זיין די ערשטע טעסט נאך די פטירה פון רבי'ן בעל ברך משה זי"ע, ווער ס'האט דעם ציבור.
נישט קיין וואונדער אז די אהרונים אין מאנטריאל דרייען זיך ארום אזוי אנגעזעצט, ווען זיי זעען וויאזוי זיי פארלירן די וואלן פאר זייערע אויגן.
די חשוב'ע עסקנים האבן בעצת מרן רבינו הגה"ק שליט"א צוזאמגעשטעלט א ליסט פון זיבן מענטשן אינקלודינג דריי פארווע נארמאלע אהרונים (איך האב נישט געוויסט אז ס'איז דא אזא זאך, אבער קוקט אויס אז איך האב מיך גע'נער'ט) וואס האבן זיך מחייב געווען נישט אריינצורעדן אין עניני רוחניות, וואס אין דעם וועט נאר ר' דוד און ר' משה מנחם האבן די לעצטע אויטאריטעט.
די ליסט איז צוזאמגעשטעלט געווארן מיט גרויסע סודות אז די אהרונים זאלן נישט וויסן דערפון. זיי האבן געמיינט אז מען שטעלט צוזאם א ליסט נאר פון סאטמארע חסידים זענען זיי געגאנגען און צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון אולטרא עקסטרעמיסטישע אהרונים, וואס זענען נישט צו גאט און נישט צו לייט, זיי האבן נישט קיין געלט און זענען נישט אהוב על הבריות און קיינער האט זיי נישט ליב. ווען די ליסטעס זענען אריינגעגעבן געווארן האט זיך ארויסגעשטעלט די ביטערע אמת אז די באליבטע ראשי וחברי הקהלה זענען אויף די סאטמארע ליסט און די עקסטרעמיסטן און אומבאחנטע מענטשן זענען אויף די אנדערע ליסט. דאס מיינט אז יעדער איינער וואס וויל אז סאטמאר זאל זיך פירן נארמאל, מיט נארמאלע און באזעסענע מענטשן, און זאל זיך נישט צוטיילן אויף פיצלעך - וואס דאס ווילן די אהרונים - וועלן שטימען פאר די נארמאלע ליסט.
די סאטמארע ליסט באשטייט פון
3 חסידי רבינו שליט"א
3 פארווע און נארמאלע אהרונים
1 נייטראלער וואס האט זיך מתחייב געווען אז אין פאל ווען די איבריגע 6 וואוטס וועלן זיין צוטיילט גלייך אויף גלייך וועט ער נוטה זיין מיט די 3 חסידי רבינו שליט"א, אזוי וועט קיינמאל מער נישט קענען געשען אז די אהרונים זאלן קענען אוועק'גנב'ענען די בנינים.
וואלן אין מאנטריאל די וואך
די זאליס זענען גאר א קליינע מיעוט דארט און האבן נישט געחלומט צו שטעלען א ליסט.
ר' משה מנחם מענטשן צוזאמען מיט די זאליס, און פארעווע אהרונים - וואס ווילן נישט אז די קהלה זאל צוטיילט ווערן - האבן אינאיינעם געמאכט א ליסט, און האבן געשטעלט אפען ליסט 4 אהרונים ר' שלמה יעקב שפיטצער, ר' סיני ראטה, ר' רייך, ר' ישראל פריעדמאן, איין נייטראלער און צוויי זאליס.
ווי אזוי מען וועט דרייען דא, האבן די אהרונים רוב, נאר פארשטייט זיך אז עס איז בעסער ווען די אהרונים געווינען אינגאנצען אלע 7.
די זאליס האבן שוין זיכער פארלוירען!!
_________________
ב. לויט מיין אינפארמאציע איז דערווייל נאכנישט דא קיין אהרונישער מנהל, און איך האב דיין תגובה בכלל נישט געזען. זיכער נישט געמעקט.
ג. די וואס וועלן קריטיקירן דעם מנהל אין פובליק וועט מען די ערשטע מאל אויסמעקן זייערע תגובות, און די צווייטע מאל וועט מען זיי חוסם זיין.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/01/2007 22:55:40
איך האב געהערט אז בערך 120 מענטשן האבן שוין געשטימט זונטאג פ' בא.
נאך בערך 130 מעמבערס קענען שטימען, נעקסטע וואך זונטאג בשלח.
ס'איז דא בערך 250 שטים בארעכטיגטע מעמבערס.
ער טענה'ט אז פיר פון די 7 זענען אהרונים. דאס איז שקר וכזב.
נאר דריי פון די זיבן זענען אהרונים. יא, איר הערט גוט, נישט מער ווי 3 פון די 7 פון די סאטמארע ליסטע זענען אהרונים, און נישט קיין היציגע אהרונים נאר פארווע. די אהרונים גייען זיין א מינאריטי אין די קומענדיגע קהלה. ס'איז נישט געווען קיין איין נארמאלער מענטש וואס האט געהאלטן אז מען דארף געבן פאר די אהרונים א מאיאריטעט אין די נייע קהלה, היות זיי זענען נישט קיין מאיאריטעט פון סאטמאר.
שור שנגח באווארנט זיך, אז אויב די אהרונישע ליסטע וועט פארלירן (וואס ס'איז דא א גרויסע טשענס אז דאס זאל געשען) זאל ער קענען קלעימען זיג, אז די נייע קהל גייט האבן א מאיאריטעט אהרונים.
די אהרונים דרייען זיך ארום סטראשענען אז אויב זיי פארלירן גייען זיי ארויס פון שוהל. דער עולם לאכט פון זיי אין די פויסטן, און מען האט זיי געזאגט אז אדרבא, מען וועט זיי העלפן ארויסגיין און זיי ווייזן דעם וועג.
דער פלאן איז שוין ממילא געווען אז תיכף נאך די וואלן וועט מען ארויסווארפן די צען היצקעפ, און ס'וועט ענדליך ווערן ארדענונג אין די קהלה. אויב די אהרונים וועלן ארויסגיין פרייוויליג וועלן זיי נאר גרינגער מאכן פאר די ראשי הקהלה. תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 25/01/2007 2:57:03
_________________
וואס מיינט "היציגע" אין וואס מיינט "פארווע"
למשל אין וועלכע קאטעגארי זאלי וואלסטי זיך געריפען ?
זאג מיר אדרבה ווער די פיר זענען זאליס און נישט קיין אהרונים?
ר' שלמה יעקב שפיטצער, ר' סיני ראטה, ר' רייך, ר' ישראל פריעדמאן.
זאגטשע מיר?
שור שנגח דו שוטה, אין וואס שטעקט רייכ'ס אהרוניזם. האט ער שוין אמאל געגעבן א קוויטל פאר רבי אהרן? איז ער שוין אמאל געקומען צו א טיש פון רבי אהרן? האט ער שוין אמאל געגעבן געלט פאר אן א' שמות וכדו'? אויב עפעס איז עס נאר דאס פארקערטע.
און בנוגע וואס פאר א שטארקער אהרוני שלמה יעקב שפיצער איז וויל איך נישט שרייבן יעצט. אבער מיר וועלן דאס דיסקאסן אי"ה תיכף נאך די וואלן.
[מודגש](אזהרה אחרונה: עובר זיין אויף די תקנות וועט ברענגען נחסם צו ווערן פונעם פארום!
דער מנהל) תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 25/01/2007 8:43:11
_________________
לולא
פארוואס טשעפעסט די מיט אינזער מנהל
אלעס אבי צי פראווען אז ער איז אן אהרוני?
אויך זאלסטי וויסען אז ביי אינז רעדט מען איידעל נישט ווי ביי די זאליס
קשוט עצמך
עפעס אפדעיטס ???
ס'איז געלונגען פאר די זאלי'ס צו ברעינוואשען די מאנטריאל'ע עולם גולם אז זייער ליסט מיינט בלויז שלום און אונזער איז מחלוקת.
כ'האב געהערט פון א אינסיידער (אבער כ'האב עס נישט קאנפירמט) אז זיי - די זאלי'ס- האבן געוואונען מיט א גענוג גרויסע מערהייט אז מ'דארף נישט קיין ריקאוינט.
קיין פעני וועלן מיר זיי דעמאלטס נישט געבן, אז זיי האבן נישט קיין שכל איז עס זייער פראבלעם!!!
למעשה לויט ווי איך הער קען מען לויט די מאנטריאלער געזעצן מאכן יעדעס יאר וואלן, און איך גלייב אז ביז א יאר צוויי וועלן אלע אהרונים וואס האבן יעצט געוואוט "נייטראל" אויך איינזען אז מיט זאליס קען מען נישט פארהאנדלען, און דעמאלטס וועט שוין אזא סיני ראטה און די אנדערע נישט גיין צוזאמען מיט די זאליס מאכן א "נייטראלע" טיקעט. וועלן די אהרונים געווינען מיט א לענדסלייד, לויט די מעזשאריטי וואס די אהרונים האבן דארט.
אוי, כאב פארגעסן, זיי האבן מיטאמאל א ליסטע.
מ'ציילט שוין
[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'איז געוען א סך הכל פון 224 וואוטס.
98 עקסטרעמע ארונים
118 באלאנסירטע ליסטע
8 ליידיגע ליסטעס
כך שמעתי
שענער ווי כ'האב באמת געטראכט......
אזוי פיל ווי 98 מענטשען האבען געוואוט פאר א ליסטע וואס איז געווען בלויז ארוינים נאך אלעם וואס מ'האט זיי אפגעשראקען אז ס'וועט זיין מחלוקת אויב די ליסטע געווינט.....
קוים אפאר שעה צוריק האבן די ארונים זיך ארומגעדרייט מיט א אויפגעהויבענע קאפ אז זיי האבן געווינען מיט איבער 20 שטימען, און זיי גייען ווייזן וואס זיי קענען.
יעצט ב"ה זעט מען אז זיי האבן געכאפט א מיאוסע דורכפאל דארט וואו זיי האבן געשריגן ווי שטארק זיי זענען, און דאס איז נאר א אנפאנג!!!!!!!!!!
גייעט מען זיך אפטיילען, אדער מען בלייבט ווייטער צוזאמען
תוקן על ידי hotwire ב- 29/01/2007 6:35:35
די "שלום" פארטיי האט געוואונען, מ'גייט לעבן באהבה ואחוה.
עס וועט ווייטער זיין אזוי ווי ביז יעצט יעדער וועט וועלן אויפעסן דעם צווייטען.
זעט אויס אז אין קלינע שטעט איז נישט דא זעלבע.
בקיצור, ס'האט אויסגעבראכן א מיאוסע מחלוקה אין מאנטריאל סאטמאר, טייל וויל שלום טייל וויל נישט שלום, און מ'קען זיך נישט אדורכקומען, מה עשה הקב"ה, פון די טייל וואס וויל נישט שלום האבן א טייל מסכים געווען למען השלום, זאל יא זיין שלום.
...שלום שלום צווישן אידן...