ווי באקאנט איז ליידער אנטשטאנען א גרויסן שינוי לרעה אינעם מצב הבריאות פון הגריח"מ פר"מ שליט"א, מלפנים דומ"ץ סאטמאר וויליאמסבורג. אויסערליך איז גארנישט אנצוזען, אבער אינערליך איז ער ל"ע שטארק נישט בקו. דאס איז ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט, מיט א שטארקן בזיון, ווען די נטו"ק האט פארשפרייט א טעיפ וואו ער ווערט לחוכא ולטלולא בנוגע זיין יא/נישט אונטערשרייבן דעם וואנזיניגן ווילדן בריוו אקעגן די נטו"ק, יעצט האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען א פרישע פרשה, וואס אויב די באטרעפנדע אינטערעסן וועלן עס נישט באצייטנס אפשטעלן וועט ארויסקומען דערפון שרעקליכע בזיונות אקעגן די אויבנדערמאנטע שברי לוחות, וד"ל.
עס האנדלט זיך אין אן אונטערשריפט וואס אברהם לויפער האט ארויסגעשווינדלט פון הגריח"מ קעגן די אריזאנע ווייץ.
כידוע איז אין די לעצטע יארן אויפגעקומען א שטארקע שערוריא איבער די ווייץ וואס מען האט גענוצט ביז היינט צום באקן די מצות, און לויט מערערע בארימטע פוסקים איז דא ערנסטע חששות בנוגע די דאזיגע ווייץ און די צייט ווען מען שניידט עס אראפ. אברהם לויפער האט צוליב פערזענליכע אינטערעסן זיך אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט מתיר צו זיין די היגע ווייץ, ביז צום ארויסגעבן אן אייגענעם ספר אקעגן די ווייץ. אנדערע רבנים זענען ארויסגעקומען גאר שארף קעגן אים און זיינע נארישע פלפולים של הבל אויף וועלכן סמך ער וויל כשר'ן די יעצטיגע ווייץ און נאך גאר אסר'ן דאס ברענגען ווייץ פון אריזאנע.
פאריאר האט שוין דוד ראזענבערג אראפגעשיקט א גאנצע דעלעגאציע קיין אריזאנע, צווישן זיי אויך הגרז"ל פילאף שליט"א, אבער מעשה שטן האט פונקט דאן זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן וואס האט געמאכט אוממעגליך צו נוצן די דארטיגע ווייץ אויף יענעם יאר.
למעשה האט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א ואתו עמו נאך אויסגערופענע רבנים זיך אריינגעלייגט מיט אלע כוחות ביז עס איז געלונגען אויף היי יאר צום ערשטן מאל צו פארשאפן גרויסע קוואנטומען פון די אריזאנע ווייץ, און אין קרית יואל'ער מצה בעקעריי וועט מען היי יאר בע"ה נוצן נאר די דאזיגע ווייץ. אויך אין פאפא-צעלימער בעקעריי האט מען באשלאסן צו נוצן אויסשליסליך נאר די אריזאנע ווייץ.
איז אברהם לויפער געגאנגען צו הגריח"מ פר"מ און פון אים באקומען א בריוו אקעגן די דאזיגע ווייץ אז מ'טאר עס נישט נוצן. זיין פלאן איז געווען עס צו האלטן בסוד ביז נאך פורים, און דאן ארויסקומען אין די גאס מיט א באמבע אז גריח"מ איז קעגן די מצות.
ווי נאר די פאפא'ער ראה"ק זענען דערפון געוואויר געווארן איז ארויפגעגאנגען א גאנצע דעלעגאציע פון די פאפא'ער און צעלימער ראשי הקהילה, דוכט זיך אז אויך דער פאפא'ער דיין איז דארט געווען, און נאכן אויסשמועסן דעם ענין מיט הגריח"מ האט ער זיי קלאר געזאגט אז מ'קען רואיג נוצן די ווייץ אן קיין פקפוק, אדרבא, ס'איז נאך פיל מער מהודר ווי די היגע ווייץ !
אויך דעם סמך האט מען טאקע אפגעמאכט אז אין פאפא-צעלים מצה בעקעריי וועט מען נוצן נאר די ווייץ.
יעצט איז אברהם לויפער ווייזט אויס געגאנגען צום אודוואריער רב און באקומען פון אים א בריוו אויפן סמך פון הגריח"מ'ס בריוו (דערמאנט אביסל דעם שפיל צווישן בעלזער רבי'ן זי"ע און טשעבינער רב זצ"ל אויפן בריוו פאר די בחירות).
די פאפא'ער ראה"ק זענען גרייט ארויסצוקומען מיט אן ערקלערונג אז זיי האבן זעלבסט געהערט פון הגריח"מ פר"מ אז די ווייץ איז כשר וישר בלי שום פקפוק בכלל. פארשטייט זיך אז דער צער און בזיונות וועט זיין תלוי בקולר פון לויפער וחביריו, וועלכע זענען גרייט אז כלל ישראל זאל עסן א חשש חמץ אבי זיי זאלן אויספירן זייערע פלענער.
מאנכע זאגן אז דאס קומט אים אלס עונש פארן מבזה זיין אויפן מיאוס'טן אויפן דעם רשכבה"ג, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, מיט אט דעם זעלבן פראבלעם, וכאשר עשה כן ייעשה לו. אבער נישט זייענדיג אין הימל קענען מיר זעלבסטפארשטענדליך נישט מאכן קיין הימלישע חשבונות.
(נ.ב.
עס האט געהאט געהייסן אז די וויליאמסבורגער זאלי מצה בעקעריי וועט קומענדיגעס יאר אויך נוצן די דאזיגע ווייץ. קען זיין אז יעצט וועט עס ווערן א אהרוני/זאלי פאליטיק, דאן וועט דוד ראזענבערג אויך גרייט זיין אריינצולייגן זיך און א גרויס טייל כלל ישראל אין חששות פון חמץ, אבי נישט צו מחזק זיין ח"ו די אהרונים...)
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!