היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כשרות אלערט אויף OU בראקאלי

כשרות אלערט אויף OU בראקאלי

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2129950

ROCKLAND » 16/1/2007 19:34


http://oukosher.org/index.php/kosher/displayalerts

אינאיינוועגס כאפט א בליק אויף די אנדערע אלערטס



עבדעברי43 » 16/1/2007 20:28

ראקלענד יקירי וידיד בית ישראל. .  פארוואס שרייבט איר "כשרות" אלערט אויף או יו בראקלי. יעדער וואס לייענט עס מיינט אז עס האט נישט צו טאן מיט אונזערע היימישע בראקלי . נאר מיט די או יו בראקלי.
ליידער ליידער איז עס דאך די התאחדות הרבנים "בראקלי" וואס מען האט זיי שוין געבעטען א פאר מאל פאר צוויי וואכען. אז זיי זאלען עפעס מפרסם מאכען און זיי האלטן נישט ביי גארנישט.   נאר ביים מכשיל זיין רבבות יודען מיט שקצים ורמשים רח"ל.  
שטעלט אייך פאר ווען דאס זאל געשען ביי א צווייטן רב המכשיר וואלטן זיי דאך איבעקגעקערט א וועלט און געהאקט אין אלע צייטונגען קעגען דעם שרעקליכען מכשול במזיד רח"ל

א מ ג האט אויף זיין האט ליין מפרסם געווען דעם אמת וועגען די בראקלי. און ער האט געזאגט אז עס קומט א ייש"כ פארן באטורער רב שליט"א וואס האט תיכף געמאכט א ריקאל אויף זיינע בראקלי פון די פירמא "עדן" און ליידער ליידער אונזער התאחדות הרבנים וואס מיר האבען געשטיצט אלע יארן בלינדערהייט כסומא בארובה און אונדז שטיצען מיר נאך אלץ . איז אונדז און אונזערע קינדער מכשיל מיט איסורי דאורייתא.

איך האב אריינגעשריבען פאר צוויי ואכען צוריק דעם געפערליכן מכשול אויף די "בראקלי" אין נאמען פון רבנים.  דא אויפן פארק. . איז געגאנגן איינער וואס האט א ניק "באטשי" און געשריבען אז ער מאכט יעצט זיין בראקלי קוגעל אויף שבת . עס גייט עהם גארנישט אהן .   ווילאנג די התאחדות הרבנים קומט נישט אליין ארויס שרייבען אז עס איז דא חשש . עסט ער און נאך טויזענטער יודען נאך אלץ.
מען האט געקאלט די רבנים און דעם מנהל . און מען האט עהם געוויזען ווערעם. ואין פוצה פה ומצפצף..  מען האט שוין לאנג געשריגען "הבודק צריך שיבטל" די פירמא "בודק איז מכשיל רבבות אידען מיט שקצים ורמשים רח"ל.
בכלל איז עס א שינוי פון די מסורת וואס ערליכע אידען האבען קיינמאל נישט געגעסען די אלע ווערמדיגע "ירקות" ספינאטש בראקלי קאליפלאוער נאר מיט גוט גוט איבעקוקען יעדעס שטיקל אויב עס איז בכלל מעגליך.
עטץ וויסט דאך    א יוד האט געפרעגט דעם הייליגען רבין רב מרדכעלע נאדווערנער זי"ע צו מען מעג עסן בראקלי. האט ער געמאכט א ווערטל און געזאגט. מען דארף מאכען צוויי ברכות שהכל אויף די ווערעם און בפה"א אויף די ירקות
ליידער ליידער התירו פרושים את הדבר . טאקע די התאחדות הרבנים האט צובראכן דעם גדר פון די ווערעמדיג ירקות
און עבר ושנה הותרה להם יעצט ווען זיי זעהן עין בעין אז די בראקלי איז טריפה גייט זיי גארנישט אהן . געוואלד און געשריגען . וויא האלט מען דא.!!!!

ROCKLAND » 16/1/2007 21:43

ווען איינער קען נישט עסן אליין, דארף מען אים פיטערן מיט א לעפל אין מויל אריין...

עבדעברי43 » 16/1/2007 22:32

וויא לאנג עס שטייט נישט ארויס ברחל בתך הקטנה. וויל דער עולם נישט דערהערן . זיי רעדען זיך איין אז אונזערס איז כשר . .
 ווייל אפילו יעצט ממש בין איך געווען אין א גרויסן געשעפט אין וויליאמסבורג און די פריזער איז געווען פול מיט בראקלי מיט די הכשר פון אוי יו און התאחדות הרבנים. און קיינער ווייס נישט פון קיין שום אלערט . 
ווייל ווייניג מענטשען קוקען היינט אויפן היידפארק. און אפילו זיי קוקען יא . אדער ווילאנג די התאחדות הרבנים וועט נישט אליין שרייבן אז זייערע בראקלי איז אויך אונטער ספיקות.  וועט דער עולם גולם זיך איינרעדען אז נאר די סתם או יו בראקלי איז חששותדיג . אבער אונזערס מיט די התאחדות דאס בלייבט בחזקת כשרות וד"ל

CHAPLAIN » 16/1/2007 23:01

What is the commotion all about? I looked up the OU site, & the recall is only on one particular lot number, not on the entire Bodek broccoli line

משנתחסידים » 17/1/2007 00:33

מאנכע רבנים מכשירים האבען לעצטענס אראפגענומען הכשרים פון פיצא געשעפטען אין רעסטאראנטס וואס פארקויפען בראקעלי.

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס עס קומט נישט ארויס די זעלבע חתימות וואס איז געווען קעגען אלל פרעש אויך יעצט.

עבדעברי43 » 17/1/2007 09:14

דו פארשטייסט טאקע נישט? אדער מאכט זיך כאילו לא ידע.  דו ווייסט דען נישט אז קעגען די התאחדות הרבנים קענען נישט ארויסקומען קיין חתימות.

ווייל קוים עס האט זיך געפענט א האט ליין וואס האט אנגעהויבן אויפצודעקען די שווארצע זייט פון די מטבע וואס רופט זיך התאחדות הרבנים.  האט מען שוין די האט ליין טעראריזירט. און יעצט האט מען עס געאסערט.  נו פרעגסט נאך פארוואס עס קומען נישט ארויס קיין רבנים.

Baachi » 17/1/2007 20:54

תוקן על ידי - baachi - 17/01/2007 21:15:53

Baachi » 18/1/2007 00:03


עבד עברי

נלפענ"ד שמעכ"ת הרמה הוא שקרן וכזבן במקצת, ולכה"פ גונב דעת 

די בראקאלי איז שוין נישטא צוויי יאהר אויפן מארק, וואס האבן זיי זיך יעצט דערמאנט

אדער לקיים מה שנאמר "מקץ שנתיים ימים ופרעה חולם"  
אדער צו פאר רעדן דעם עולם די ציין פון זייער דורכפאל מיט די MAJESTIC פלוימען.

אויב דו ווילסט פון מיין בראקאלי קוגעל קען איך דיר אימעלען, אבער סנאך צו פריש פאר דיר, סדארף יישון א צוויי יאהר  





Bodek

Products:

10 oz boxes Broccoli Spears (not bagged)

Company:

Bodek Kosher Produce, Inc., Brooklyn, NY

Issue:

Product bearing code #3193-ZK9 under OU, CRC, and Rav Shlomo Gissinger's certification is being reviewed for possible levels of insect infestation. Anyone in possession of this product code number is asked to call 212-613-8148, or email at kashalerts@ou.org. Consumers should also be advised that this product was packed in 2002 and has not been distributed by Bodek to stores within two years.