עלבון כבוד התורה איז היינט פארגעקומען, ווען בראדער רב שליט"א וואס געפונט זיך יעצט אין ארץ ישראל וואו ער פארטיילט זיין שטענדיגע תמיכה פאר אלע ערליכע מוסדות התורה - אויך געבענדיג א שיינע נתינה פאר די ערליכע כולל אברכים אין ירושלים און אין בני ברק - איז היינט פארשריגען געווארן דאווענענדיג אין בני ברק צוזאמען מיט אנשים נכבדים פון ירושלים, דורך 2 אנשי בליעל אויסשרייענדיג: "ארויס פון בית המדרש אין קרית יואל בני ברק".
אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, און מיר אלע וואונטשען אסאך הצלחה פאר בראדער רב, ובכל אשר יפנה יעשה ויצליח.