זענען מיר שוין גרייט פאר נאך א פינקל?
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2128948
וואס האבן מיר שוין געטוהן, און וואס טוען מיר צו פארמיידן א פינקל #2?
לאמיר זיך גוט ארום קוקן, וואס פונקטליך האט יעדער זיך געמאכט גדרים כדי מיר זאלן זיך נישט טרעפן מארגן אין א זויערן פעקל.
נאך די מעשה פון די נבילה וטריפה וואס פינקל האט אזוי מיאוס אפגעטוהן
פאר כלל ישראל בכלל, און בפרט פאר די מאנסיער איינוואוינער, האט די וועלט
געטרייסלט ווי ביי אן ערדציטערניש.
אין מאנסי זענען געווען אידן וואס האבן וואכן לאנג נישט געקענט
ארייננעמען א שטיקל פלייש אין מויל אריין, אין די גאנצע לאנד האבן פיל
מענטשן זיך געמאכט קבלות אויף וועלכע שחיטה מ'מוז דוקא מקפיד זיין,
וועמענס השגחה מ'קען זיך פארלאזן, און וועלכע השגחה מ'דארף לאזן פאר'ן
גוי, אויך
האט זיך דער עולם גענומען בעסער נאכפרעגן אויף הכשרים, די תמימות און
"אמונה פשוטה" אין יעדן הכשר וואס האט אידישע בוכשטאבן האט אויסגעוועפט, די טעלעפאנען פון די בעלי מכשירים האט גענומען פעסט קלונגען מטיט שאלות און קשיות, דער עולם איז געווארן קלוג און געלערנט, און ס'האט זיך אנגעהויבן א היפשע
מהפכה אין עולם הכשרות.
דאס האט אנגעהאלטן אזוי עטליכע וואכן... דערנאך איז געקומען די
פארכטיגע ראש השנה און יום כיפור, ווען דער עולם, בפרט די באטראפענע און
דורכגעפאלענע האבן מיט פארווייטאגטע צובראכענע הערצער זיך אויסגעוויינט
צום רבוש"ע דער חנון המרבה לסלוח, און דערנאך איז געקומען דער הייליגער
סוכות, די תשובה מאהבה... און ביי פיל איז געקומען דער געפיל פון זדונות
נעשו לו כזכיות, און מ'האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן אין גרויסן מוחל זיין די עבירות,
אזוי אז ביז עטליכע וואכן נאך סוכות איז שוין כמעט נישט געווען צו
דערקענען אז דא איז מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק פארגעקומען אזא
לאנגיעריגער מכשול.
דער עולם האט צוביסלעך אנגעהויבן צוריק איינקויפן פלייש אין די
סופערמארקעטס, די שרעקליכע עוולה פון ריפעקעזשינג אויף כל מיני מעדנים
ומטעמים, אריינגערעכנט פלייש און פליישיגע פראדוקטן איז פארביי געפלויגן,
און א גרויסער עולם, אפילו פון די אדורכגעפאלענע, האלטן בערך דארט ווי
פריער.
א טייל האבן נאך עטליכע פארשריפטן וואס מ'האלט יא שטרענג איין, און טייל געשעפטן האבן א געהעריגע השגחה אויף די ריפעקעזשינג, אבער
"רוב עולם" טוט היינט בערך דאס ווי פריער, די גרעסטע ראי' דערצו קען יעדער
זען אין די פאליצעס פון די סופער געשעפטן און גראסעריס, און ביים
"טשעק-אוט" וואו די קונדן שטייען אין די שורה צו צאלן זייער ארדער.
גייט היינט אריין אין די גרעסערע געשעפטן, צי איז דאס מאנסי,
וויליאמסבורג, בארא פארק אדער פלעטבוש, זענען די געשעפטן פול מיט
איבערגעפאקטע פראדוקטן פון פלייש, פיש, מזונות, ביז טשאקאלאד, קענדיס, און
אנדערע זיסווארג.
אין איין גראסערי געשעפט האב איך געפרעגט דעם אייגנטימער, צו ער קען
מיר אפשר ערקלערן פארוואס ער מוז דוקא פארקויפן ריפעקעזשט פראדוקטן נאך
אזא מיאוסע ערפארונג וואס כלל ישראל האט דא געהאט.
ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען ער האט מיר געענטפערט אז די קונדן
זענען די וואס פארלאנגען דאס, קיין איינציגער קונה האט אים נאכנישט
געפרעגט פארוואס ער טוט ריפעקעזשן, און ער מוז צושטעלן וואס דער קונה
פארלאנגט!
אין אנדערע ווערטער, קען היינט יעדער סוחר - אויב ער וויל ח"ו - ווערן נאך א פינקל, אן קיין שום פראבלעם אדער הארץ קלאפעניש...
יעצט
זענען מיר שוין ערפארן, מיר זענען עס דורך אויף א גראבן און ביטערן
פארנעם, מיר ווייסן שוין אז מיר דארפן זיך בעסער צו היטן, אלא מאי, וואס
איז פשט פון דעם מצב ההפקירות אין די געשעפטן אין אידישן מארק?
צו ווארטן מיר חלילה פאר נאך א גוטן קיצל?
זיי נישט אזוי שווארץ
רוב עולם האט זיך זיין גדר
א טייל קויפן נאר ביים שלאכט הויז אדער קליינע פריוואטע שחיטות
אדער ביי באגלייבטע בוטשערס
ווי מאנסי גלאט וואס מען ווייסט אז דארט איז דא די בעסטע און כשרות
עס איז אפן יעדער קען זעהן אלע מאל
צו די וואס פארלזן זיך אויף סאטמאר קויפן נאר ביי קאנטינענטל
מען האט איינגעפירט גרויסע חומרות
צו ביי אלל פרעש ווי עס האט א שטרענגע השגחה
און טאקע ביי הצלחה איז דא TRAY געפאקט גלייך פון פאבריק
ביי פינקל איז געווען א הפקרות קיינער (חוץ דער משגיח) האט נישט געהאט א אנונג
Here in Lakewood there is talk that this Mr. Finkel is living now in Natanya and the Klausenburger Rebbe is him Mekarev and gave him a Tikun- Tshuva
חשובער בעל גאוה, איך פרוביר נישט מאכן שווארץ, איך פרוביר צו זיין רעאליסטיש.
תיכף
ווען דער אומגליק איז געשען, איז געשטאנען לאנגע שורות ביי קאנטינענטאל,
און ביי אנדערע פריוואטע בוטשער סטארס אין גאנץ ניו יארק, ווייל יעדער
וויל גיין גראד צו א בוטשער סטאר, מ'האט זיך נישט סומך געווען אויף א
סופערמארקעט, אפילו מיט השגחה.
היינט איז שוין א גרויסער עולם באקוועם צו איינקויפן פלייש אין סופערמארקעט אזויווי פריער.
די
פוינט איז נישט די פלייש, די פוינט איז די גאנצע זהירות און שטרענגקייט
האט פאקטיש גאר שטארק נאכגעלאזט, און דאס איז נאטורליך די טבע ביי יעדע
זאך, דא טאר דאס אבער נישט זיין, מיר האבן עס געלערנט די שווערע וועג.
לידיעתך,
פינקל האט געהאט א השגחה, און דו אליין זאגסט אז דער משגיח האט געוואוסט
וואס טוט זיך דארט, נאר וואס דען, מ'דארף זיין אביסל מער פארזיכטיג ווי
סתם זיך האלטן רואיג אז ס'איז דא א משגיח.
למשל הצלחה האט טאקע נאר
"פרי פעקעזשט" פלייש פון די אלע קאמפעניס, אריגינאל געפאקט מיט די חותם
פון די בוטשערס, דאס איז מיט א דרגה מער ווי ריפעקעזשד מיט א השגחה, (ווי
עס איז אויך געווען ביי פינקל...)
איך האב נישט דוקא געמיינט
מאנסי, איך רעד פון אלע אנדערע שטעט, גיי אליין און זע מיט דיינע אויגן
וואס טוט זיך, מאנסי איז אין א געוויסע חלק טאקע די שטערקסטע מיט תיקונים,
ווייל דא איז דאך ליידער געשען וואס איז געשען, און אויך ווייל די חשובע
רבנים האלטן נאך א שטיקל אפענעם אויג, פלעטבוש, וויליאמסבורג אין ב"פ איז
פיל שוואכער ווי מאנסי, דארט איז אויך דא מיט השגחות, אבער עס ווענדט זיך
וועמענס השגחה, און וויאזוי די השגחה גייט צו... ס'איז דא געציילטע וואס
איז א ברכה צו מאכן ווי שיין און שטרענג די השגחה איז, און ס'איז דא
אזעלכע וואס די נאמען פון בעל מכשיר שטונקט שוין ביז ארויס... און
פארשטייט זיך אז אין די פלעצער פארט א ווילדער באן אינגאנצן ארויס פון
קאנטראל..
אויסער דעם רעד איך נישט דוקא פון פלייש, הוא הדין
קענדיס און טשאקאלאדן ועוד ועוד, וואס ווערן פארקויפט אין אלע גראסעריען,
דער בעל מכשיר איז דער מעקסיקאנער אדער רוסישער גוי, ער באשליסט וואסערע
לעבל צו לייגן און וועמענס השגחה צו שרייבן דערויף, און דעם ערל דארף מען
געטרויען מיט אונזער כשרות, ס'איז א ביטערער פאקט, און דאס גייט אן אין
רוב געשעפטן.
טייל געשעפטן וואס האבן בכלל א השגחה, איז דא וואס
גיבן זיך בכלל נישט אפ אויף די "קלייניגקייטן", זיי קוקן נאר אויף פלייש
וכדומה (אויב איז דארט בכלל דא א הכשר, און וואסערע סארט הכשר..)
האסט
אנגערירט מאנסי, וועל איך דיר געבן א משל וואס האט פאסירט טאקע דא אין
מאנסי, א געוויסער סופערמאקעט מיט א "שטרענגע" השגחה, האט מען דעם ווינטער
עטליכע מאל געפאקט אז ער האט געהאט געלעבלט פרשידענע פראדוקטן מיט א
געוויסן לעבל, און שיין ארויפגעלייגט די נאמען פון יענעם כשרות
ארגאניזאציע, בשעת ווען יענער קאמפעני האט ניטאמאל געמאכט די סארט מאכל...
דאס האט דער גוי מחליט געווען אז עס גייט באקומען למשל דעם נאמען "פאשקעס"
מיט איר בעל מכשיר בשעת פאשקעס מאכט בכלל נישט די סארט זאך, אזוי איז
געווען מיט עטליכע פראדוקטן פון פארשידענע קאמפעניס, וועמענס פראדוקטן איז
עס יא געווען? דאס ווייסט אפשר דער גוי..
אין די שטאט איז דאס פיל ערגער, ווייל רוב גראסערי סטארס האבן בכלל נישט קיין הכשר, און כמעט אלע טוען איבערפאקן אין גרויסן.
מיין
ארטיקל איז נישט געצילט צו קריטיקירן קיינעם, נאר צו מאכן דעם עולם
אויפמערקזאם, ווען א מילך איז זויער ברענגט מען עס צוריק אין סטאר, ווען א
פראדוקט איז פארשימלט ברענגט מען עס צוריק, אמאל איז דאס באגלייט מיט
קולות אויפ'ן סטאר מעענזשער אדער בעה"ב, לכל הפחות דאס זעלבע דארף זיין
ביי כשרות, א קאסטומער מער פארהאלטן זיין געשעפטס מאן היתכן ער פאקט
איבער, אדער ער האלט אומאויסגעהאלטענע זאכן.
דאס איז די איינציגסטע
וועג מצליח צו זיין, דער קאסטומער האט די אויבערהאנט, סיי אויף די בעלי
בתים, סיי אויף די קאמפעניס, און אויך אויף די בעלי מכשירים.חשובער בעל גאוה, איך פרוביר נישט מאכן שווארץ, איך פרוביר צו זיין רעאליסטיש.
תיכף
ווען דער אומגליק איז געשען, איז געשטאנען לאנגע שורות ביי קאנטינענטאל,
און ביי אנדערע פריוואטע בוטשער סטארס אין גאנץ ניו יארק, ווייל יעדער
וויל גיין גראד צו א בוטשער סטאר, מ'האט זיך נישט סומך געווען אויף א
סופערמארקעט, אפילו מיט השגחה.
היינט איז שוין א גרויסער עולם באקוועם צו איינקויפן פלייש אין סופערמארקעט אזויווי פריער.
די
פוינט איז נישט די פלייש, די פוינט איז די גאנצע זהירות און שטרענגקייט
האט פאקטיש גאר שטארק נאכגעלאזט, און דאס איז נאטורליך די טבע ביי יעדע
זאך, דא טאר דאס אבער נישט זיין, מיר האבן עס געלערנט די שווערע וועג.
לידיעתך,
פינקל האט געהאט א השגחה, און דו אליין זאגסט אז דער משגיח האט געוואוסט
וואס טוט זיך דארט, נאר וואס דען, מ'דארף זיין אביסל מער פארזיכטיג ווי
סתם זיך האלטן רואיג אז ס'איז דא א משגיח.
למשל הצלחה האט טאקע נאר
"פרי פעקעזשט" פלייש פון די אלע קאמפעניס, אריגינאל געפאקט מיט די חותם
פון די בוטשערס, דאס איז מיט א דרגה מער ווי ריפעקעזשד מיט א השגחה, (ווי
עס איז אויך געווען ביי פינקל...)
איך האב נישט דוקא געמיינט
מאנסי, איך רעד פון אלע אנדערע שטעט, גיי אליין און זע מיט דיינע אויגן
וואס טוט זיך, מאנסי איז אין א געוויסע חלק טאקע די שטערקסטע מיט תיקונים,
ווייל דא איז דאך ליידער געשען וואס איז געשען, און אויך ווייל די חשובע
רבנים האלטן נאך א שטיקל אפענעם אויג, פלעטבוש, וויליאמסבורג אין ב"פ איז
פיל שוואכער ווי מאנסי, דארט איז אויך דא מיט השגחות, אבער עס ווענדט זיך
וועמענס השגחה, און וויאזוי די השגחה גייט צו... ס'איז דא געציילטע וואס
איז א ברכה צו מאכן ווי שיין און שטרענג די השגחה איז, און ס'איז דא
אזעלכע וואס די נאמען פון בעל מכשיר שטונקט שוין ביז ארויס... און
פארשטייט זיך אז אין די פלעצער פארט א ווילדער באן אינגאנצן ארויס פון
קאנטראל..
אויסער דעם רעד איך נישט דוקא פון פלייש, הוא הדין
קענדיס און טשאקאלאדן ועוד ועוד, וואס ווערן פארקויפט אין אלע גראסעריען,
דער בעל מכשיר איז דער מעקסיקאנער אדער רוסישער גוי, ער באשליסט וואסערע
לעבל צו לייגן און וועמענס השגחה צו שרייבן דערויף, און דעם ערל דארף מען
געטרויען מיט אונזער כשרות, ס'איז א ביטערער פאקט, און דאס גייט אן אין
רוב געשעפטן.
טייל געשעפטן וואס האבן בכלל א השגחה, איז דא וואס
גיבן זיך בכלל נישט אפ אויף די "קלייניגקייטן", זיי קוקן נאר אויף פלייש
וכדומה (אויב איז דארט בכלל דא א הכשר, און וואסערע סארט הכשר..)
האסט
אנגערירט מאנסי, וועל איך דיר געבן א משל וואס האט פאסירט טאקע דא אין
מאנסי, א געוויסער סופערמאקעט מיט א "שטרענגע" השגחה, האט מען דעם ווינטער
עטליכע מאל געפאקט אז ער האט געהאט געלעבלט פרשידענע פראדוקטן מיט א
געוויסן לעבל, און שיין ארויפגעלייגט די נאמען פון יענעם כשרות
ארגאניזאציע, בשעת ווען יענער קאמפעני האט ניטאמאל געמאכט די סארט מאכל...
דאס האט דער גוי מחליט געווען אז עס גייט באקומען למשל דעם נאמען "פאשקעס"
מיט איר בעל מכשיר בשעת פאשקעס מאכט בכלל נישט די סארט זאך, אזוי איז
געווען מיט עטליכע פראדוקטן פון פארשידענע קאמפעניס, וועמענס פראדוקטן איז
עס יא געווען? דאס ווייסט אפשר דער גוי..
אין די שטאט איז דאס פיל ערגער, ווייל רוב גראסערי סטארס האבן בכלל נישט קיין הכשר, און כמעט אלע טוען איבערפאקן אין גרויסן.
מיין
ארטיקל איז נישט געצילט צו קריטיקירן קיינעם, נאר צו מאכן דעם עולם
אויפמערקזאם, ווען א מילך איז זויער ברענגט מען עס צוריק אין סטאר, ווען א
פראדוקט איז פארשימלט ברענגט מען עס צוריק, אמאל איז דאס באגלייט מיט
קולות אויפ'ן סטאר מעענזשער אדער בעה"ב, לכל הפחות דאס זעלבע דארף זיין
ביי כשרות, א קאסטומער מער פארהאלטן זיין געשעפטס מאן היתכן ער פאקט
איבער, אדער ער האלט אומאויסגעהאלטענע זאכן.
דאס איז די איינציגסטע
וועג מצליח צו זיין, דער קאסטומער האט די אויבערהאנט, סיי אויף די בעלי
בתים, סיי אויף די קאמפעניס, און אויך אויף די בעלי מכשירים.
דא אין וויליאמסבורג איז בערך אזוי!!!
עס איז דא עטליכע גרעסערע געשעפטן . וויא לאנדא'ס וכדומה וואס עס ווערט אלעס איבערגעפאקט "פלייש" "פיש" פילעי אהנע שיפען"(קשקשת.) איך רעד שוין נישט פון קענדיס און טשאקלעטס. . די סטארס האבען קיין איינער נישט קיין שום משגיח. (אפשר א משגיח מן החלונות) אבער יעדער ווייסט דאס נארישע ווערטל . מען האט געפרעגט א געשעפטסמאן . ווער איז אייער משגיח ? האט ער געזאגט אז כביכול דער אייבישטער אליין . ווייל קיין אנדערער משגיח איז נישטא
.אלעס ווערט געפאקט דורך גויים. דער בעה"ב קוקט זיך אים . אויף עהם איז די גאנצע נאמנות.
פאר א פאר יאר צוריק ווען א פאר יודען האבען פארפירט היתכן!! אז מען קויפט אין געשעפטן זאכן וואס ווערן געפאקט דורך גויים. רויע און געקאכטע מאכלים.דעמאלס האט נאך די סטאר נישט געהאט קיין שום הכשר. האט ער אהנגערופן עטליכע בעלי מכשירים. ער האט נאר געוואלט נעמען א בעל המכשיר וואס דארף נישט קיין משגיח וד"ל. און עד היום האט ער נישט קיין משגיח.
עס איז דא א מהודרדיג פלאץ אין וויליאמסבורג וויא מען שחט דארטן אליין די עופות עס איז געווען אדוועטייזט אויפן קול מבשר מיט א גרויסע רעקלאמע מיט א אינטערויוו. יעדער מדקדק במצוות ובכשרות קען אהינקומען זעהן אליין וויאזוי מען שחט זיין אייגענעם עוף און ער קען דארט זיין ביים כשר מאכן. אבער אין דעם זעלבן געשעפט ווערט אויך פארקויפט סתם טשיקן מיט אנדערע הכשרים פון פארשידענע שחיטות. און עס איז נישטא א משגיח אז די עופות זאלען זיך נישט אויסמישן. און טאמער איינער שטייט נישט דארטן א גאנצע צייט . האלט ער פונקט וויא פריער.
נאך א פראבלעם . דער רב המכשיר קומט דארט נישט יעדען טאג. און קיין משגיח האט ער נישט אפילו אויף די אייגענע שחיטה. און אוודאי נישט אויף די בשר בהמה וואס איז סתם מיעל מארט..
און למשל די וואך וואס צענדליגער עופות זענען טריפה אויף די לונגען (אבעבועות בריאה) וואס איז טריפה מדאורייתא. און סוף כל סוף באלאנגט די בוטשער צו א פרייועט בעה"ב און אז קיינער שטייט נישט דארט. איז זייער שווער אוועקצוווארפן צענדליגע טשיקענס . עס איז א געוואלדיגער שאדען דער נסיון איז געוואלדיג.
ווען מען פרעגט דעם רב המכשיר ווער איז משגיח אויף די היימישע שחיטה (פאר דעם וואס קומט נישט אליין צו די שחיטה און מליחה) ענטפערט ער אז איינער פון די ארבעטער איז משגיח.
קודם כל אן ארבעטער ארבעט וויא א פערד ער קען נישט טון צוויי שליחותער סיי ארבעטין און סיי זיין משגיח.
צווייטענס. דער ארבעטער איז דאך איינגעשטעלט ביים בעה"ב און ער איז איינגעשטעלט מיט זיין פרנסה. דער רב המכשיר צאלט עהם נישט קיין געהאלט . ער האט נישט מיטן רב המכשיר גארנישט נאר מיטן בעה"ב.
פאר א פאר וואכן צוריק האט מען טאקע דארטן אוועקגעווארפן צענדליגע טשיקענס נישט וועגען די טריפה שאלה. נאר ווייל דער שוחט וואס איז ערליך האט באמערקט א פגימה אין סכין (חלף) נאך צענדליגע עופות.
דאס איז שוין די בעסטע.
אין א אנדערען געשעפט אויף ליע עווע. ווערט געקאכט צענדליגער מאכלים אלע מינים פליישען
יעדען פאר שבת איז דארטן געפאקט אין די ליין צו קויפן מאכלי שבת למהדרין. די געשעפט איז וויא אלע מיעל מארט געשעפטן אונטער די השגחה פונעם באטורער רב שליט"א . אבער אלע מאכלים שטייט אויפגעשריבען היימיש. און זיי ווערן דארטן געמאכט און געקאכט אין דעם געשעפט אהנע שום משגיח פון קיינעם אין די וועלט. און טויזענטער אידען מהדרין מן המהדרין פארלאזען זיך אויף אלע מאכלים סתם אהנע שום משגיח.. עס קומט נישט אמאל א יוצא ונכנס.
די היימישע בעקערי . סיי מיט די התאחדות און סיי פון א צווייטען רב אין וויליאמסבורג וואס דארטן ווערן געמאכט חוץ די מזונות צענדליגע מינים מאכלים .האט ביז די פארפירעכצער נישט געהאט קיין שום יוד דארטן אלעס איז געמאכט געווארן "היימיש" דורך פולישע און רוסישע גויטעס מיט גויים. און קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט.
היינט ב"ה ווען די קאסטומערס האבען געפענט זייערע אויגן און מויל צו פארפירן האבען די צוויי פלעצער אין וויליאמסבורג אויפגענומען א יוד זאל אויך דארט זיין חוץ די גויים און גויטעס.
עס פלעגט פשוט זיין א "עקל" א חוץ כשרות צו זעהן אז ווען מען גייט קויפן איז נישטא צו וועם צו רעדען מען זעהט נאר א גויטע דרייט זיך דארטן ארום מיט אלע געקאכטע מאכלים און מזונות
און ווען מען איז אריין דארטן וויא מען באקט היימיש האט מען אויך נאר געזעהן גויים און גויטעס דרייען זיך ארום א גאנצע צייט אהן קיין איין יוד .. דער בעה"ב איז זיך געזיצען אין דערהיים אדער אפילו אין ביהמ"ד און געקולעצט אדער געלערנט . און די געלט איז עהם אריינגעפלאסען דורך פולישע גויים און גויטעס. וואס אידען מדקדקין האבען געקויפט אלס עכט היימיש.
איך מיין אין פלעטבוש איז נישט דא אזא הפקרות ווייל די קהילה גיט אכטונג דאס זאך נישט זיין.
אבער אין באראפארק איז ממש א שרעק.
כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו. וועגען דעם איז אין וויליאמסבורג ערגער.
The way I see it out of my focus, BP is the one of the worst, fact being that somes stores don't even have a Hecsher at all, and some do have low grade hechshairim
and let's not talk about these restaurants and dinings around town, with the hechshers of such .... hashgochos as Rav A.R. or Rav Sh.D.K. etc......
טשאפלין האט געזאגט זייער א וויכטיגע זאך
איך מיין אז דעס איז די גרעסטע חורבן, יעדע שמויגער געבט זיך השגחות אפילו ער ווייס גארנישט וואס טוט זיך מיט אים, מאדאך דעי וואס ווייסען יא דארפען א גרויסע ישועה, זיכער דעי וואס ווייסן נישט זאלען גיין אין בי ענד עיטש ארבעטן און נישט אנשטאפן די עולם מיט פראבלעמען
שיויתי
אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז דער פראבלעם.
היינט ליידער ווייסט מען אז די צרות האבען די געמאכט ביי די וואס שטעלען זיך אהער אלטץ מומחים.
מנחת אלעזר איז דאך ליידער גערעכט. אזוי וויא רב נחום זאגט אויפן ליין. אז ביי די הכשרים פון התאחדות הרבנים האט מען שוין משתיק געווען טויזענט מיני זאכען וואס זענען געווען טריפה מדאורייתא אדער מדרבנן. אבער אויף די יחידים וויא הרב שמואל בערגער מישקאלצער רב אדער אודוואריער דיין האט מען נאך ב"ה קיינמאל נישט געחאפט ביי טריפות.
אלע פראבלעמען קומען פאר ביי די גרויסע וואס זיי האבען ביג פאוער (גרויסן כח) צופארדעקען זייערע במזידיגע פארברעכענס. אבער די קלענערע האבען מורא פון די גרויסע וואטשדאגס. וואס טאמער עס וועט זיך טרעפען ביי זיי אפילו א קלייניקייט וואלטן די גרויסע איבערגעקערט די וועלט וועלט וד"ל
דעס איז טאקע ליידער א פראבלעם אז די גרויסע טרייען צו פארדעקען, און נישט אלעמאל געלונגט עס... אבער סאיז א פלעינע חוזק צו זאגען אז וועגען דעם זאל מען נוצען די גארבידזש השגחות, ווייל זיי כאפט מען נישט....
דעס איז אפשר אמת אז מזוכט זיי נישט אזוי צו כאפען, ווייל א נארמאלע מענטש וועט נישט טאטשען א זאך מיט יענע מיני השגחות, אבער כאפט מען זיי דען נישט?
קודם כל מ'כאפט זיי יא, מהאלט אין איין כאפען ביג טיים, איך בין נישט אזוי באקאנט אינווייניג אין די השגחה ביזנעס און קאראפציע, אבער מהערט גענוג און נאך מעשיות וועגען דעי אלע פוסטע השגחות, וואס גייען אפילו נישט אראפ צו טשעקען צו זייער נאמען שטייט נאך אויף די סטארס.. לאמיר זיך נישט פאפען, ווייל אונז וועלען אליין דערפון ליידן אויב אונז וועלען זיך פאפען
Eved ivry, come on
are you kidding? or you simply want to push me to spread out on the table the whole garbage and loshon hora on these phony hashgochos, we are absolutely no nuts! each and every right minded person in town knows exactly what to expect at a facility under (over) these phony hashgochos, mentioned above, walk in to any of these "glatt" eateries, and be convinced by yourself first hand
don't forget to post your report in hydepark
ידידי היקרים. כמעט אלע חתונה זאלען אין וויליאמסבורג . זענען אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב הרב שמואל בערגער שליט"א און אלע חסידישע אידען . אפילו די וואס לייענען נישט און שרייבען נישט אויפן היידפארק עסען פון זיין השגחה.
אפילו די זאלען וואס זענען מכלומערשט אונטער סאטמארע השגחה. נעמען אלע קעיקס און בילקעס פון הרב שמואל בערגער שליט"א
די קאנטינעטאל זאל וואס מאכט אלע רעבישע חתונה פון צדיקי און גאוני הדור. אפילו פרומע ליטוואקעס . אלעס איז נאר אויסשליסליך אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב.
די נאכטמאלס זומער פון פאפא איז אויך אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב.
עטס קענטס ווייטער עסן הודו מיט כוש פארעווע מילכעיגס און פליישיגס. מיט די הכשרים פון די בארא פארק סטארס.
און עטס מאכטס חוזק פון רבבות עמך בית ישראל צדיקים וחסידים וואס פירן זיך בקדושה וטהרה אויף דעם זאגט די גמרא אין חולין למה נקרא שמה "ראה" שעומד בבל ורואה נבילות בארץ ישראל. פארוואס הייסט דער עוף טמא "ראה" שעומד בבל ער שטייט מיט זיין קאפ און גוף אין "בבל" אין אלע בבלישע תאוות . ורואה נבילות בארץ ישראל . און ער זעהט נאר נבילות אויף די ערליכע אידען בקדושת ארץ ישראל.
כמעט אלע חתונה זאלען אין וויליאמסבורג . זענען אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב הרב שמואל בערגער שליט"א...
איין איינציגער קאנטינענטעל מיינט ביי דיר "כמעט אלע חתונה זאלען"???
אפשר קענסטו זאגען וועלכע בעקערי איז אונטער הרב בערגערס השגחה אז דו זאגסט אז אלע עסען זיינע בילקעלעך און קעיק
זאלסטו וויסען אז די סאטמערע זאלען נוצען פראנצאז און גערטעל וואס איז ביידע התאחדות און קאנטינענעטעל נעמט אויך ביי התאחדות בעקעריס גערטעל און סאנדערס
ווען מרעדט דארף מען האבען דעקונג
I didn't mention Berger, I was talking about those who give hashgocho (i mean = get paid to let their names being used), on the entire BP, and it ain't worth nothing, zilch.
and if you don't get whom i'm aiming at, I have no problem to give their full names
גוטע וואך . ווען מען רעדט דארף מען האבען דעקונג..(לשון הניק "שויתי") כדבריך כן הוא. אז מען געט א הכשר דארף מען האבען דעקונג. נעם דיר די מיה און פאר אריבער אינמיטן די נאכט אדער פארטאגס קיין "גערטל" וועסטו אליין זעהן מיט דיינע אויגען . וויא נאר גוייים זענען דארטן אליין אין די בעקעריי און באקען אליין מילעכיגע טשיז קעיק. און נאכדעם באקען זיי חלות פאר יודען וואס עסן נאר די התאחדות. מיטצועסן די חלות מיט טשולענט בשר בהמה. און מען זיפט נישט קיין מעהל. און טאמער די פיילוט לעשט זיך אויס צינדט עס דער גוי אליין אהן.
נאכדעם ווען דו און דיין גלייכן וועסט דאס אליין זעהן . וועסטו ווייטער מדקדק זיין עסן נאר התאחדות.
ווייל די פארטיי שטייט ביי דיר העכער פונעם רבש"ע רח"ל.
דאס האט שוין יא א דעקונג. קענסט דאך זיך אליין איבערצייגען לא מפי השמועה ולא בבחינת פתי יאמין לכל דבר. עס איז דא א געשעפט א קעגען איבער די בעקערי. א חשובער יונגערמאן וואס וואינט אין קרית יואל וו. איז די ראשי תיבות פון זיין לעצטן נאמען. . ער זעהט דאס יעדע נאכט וויא גויים שחורים באקען אהן איין יוד וד"ל. און דו קענסט דאס אליין זעהן . טאמער דיך אינטערסירט בכלל א משהו אמת..
למה הקדים פ"א לעין (מגילת איכה ב פסוק טז) אמר רבה א"ר יוחנן בשביל מרגלים שאמרו בפיהם מה שלא ראו בעיניהם.(סנהדרין ק"ד) . קענסט דאך מבטל זיין דעם חטא המרגלים . און גיי זעה אליין.
מיין טייערער יונגערמאן. לערן דיך אויס און שרייב נישט סתם זאכען וואס איז ליגענט. היינט איז א אפענע וועלט וואס אלעס איז גלוי פאר דעם וואס וויל הערן.
נאר איין קאנטינענטאל האט די הכשר פון הרב שמואל בערגער מישקאלצער רב שליט"א
און וואס איז "דייטש קעטערערס" ראיעל מענאר, 274 קיעפ.
און וואס איז אונגאר 2 זאלען "פאפא שמחה" סאמבאטהעלי" . און "ריווער טערעס" געוועזענער "בעקבי הצאן"
און רעסטוראנטס.
קפעי קעי ליע עווע.
גוסטא פליישיג
אלד וויליאמסבורג(געווען פריעד)
ג-טליעב רעסטוראנט
לאנדאס רעסטוראנט
מר. וואק פלאשינג עווע.
און דו פרעגסט מיך וועלכע בעקערי איז אונטער די הכשר פון הרב בערגער.
אלע היימישע קעיקס וואס נשים צדקניות באקען היימיש. און זיי ווערן באשטעלט ביי אלע שמחות אנגעהויבן ביי בר מצוהס אדער שבת שבע ברכות אין רוב זאלען. זיי ווערן אנגעונומען אין אלע זאלען . אפילו נאך די תקנה וואס דער סאטמארער בי"ד האט געמאכט אז מען זאל נישט אריינלאזן אין זייערע האללס נאר בעקערי זאכען.
און צו דיר טשאפלעין. עס איז א סאך ערגער א הכשר אויף א האלל . וויא אין א רעסטוראנט.
ביי א רעסטוראנט מוזט דו דאך נישט אריינגיין עסן. ביי א האלל קומט דיר אויס אז דו גייסט צו א גאר נאנטע שמחה און דו מוזט עסן מחמת איבה.
ביי א האלל אפילו דו מאכסט א שמחה און דו מאכטס אלעס אליין. איז טאמער דער הכשר פריער האט נישט געטויגט זענען אלע כלים טריפה. ממילא ווערט דיין עסן אויך טריפה.
וועגען די בארא פארקער רעסטוראנטען. וועל איך די מגלה זיין סודות וואס די האר פון קאפ וועלען דיר זיך אויפשטעלען . טאמער דו ווילסט אמתדיג וויסן. . איך קען דיר אויך שרייבן אין אישי. אויב דו ווילסט.
_________________
ידידי היקרים. כמעט אלע חתונה זאלען אין וויליאמסבורג . זענען אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב הרב שמואל בערגער שליט"א און אלע חסידישע אידען . אפילו די וואס לייענען נישט און שרייבען נישט אויפן היידפארק עסען פון זיין השגחה.
אפילו די זאלען וואס זענען מכלומערשט אונטער סאטמארע השגחה. נעמען אלע קעיקס און בילקעס פון הרב שמואל בערגער שליט"א
עד כאן לשון עבד עברי
א ליגענער דארף האבען א גוטען קאפ
דו האסט געזאגט אז אלע "חתונה" זאלען זענען אונטער זיין השגחה, סאו רעכען מיר נישט אויס אלע רעסטרואנטען און קליינע זאלען, ווייל נישט דעיס האסטו געזאגט
דו האסט אויכעט געזאגט אז אלע נעמען בילקעלעך פון הרב בערגער, יעצט דרייסטו שוין צוריק אז נאר דעי וואס באשטעלען פרייוועט קעיק נעמען אויך פון אים...
מדארף אכטונג געבען זיך צו האלטען ביי די נעכטיגע נישט זיך סותר זיין מניה וביה
בנוגע וואס גייט פאר אין גערטעל אדער התאחדות האמיר נישט גערעדט ביז היצטערט, דו האסט געזאגט א בעלאני אז אלע נעמען פון מישקאלץ, און אזויווי איך האב געוויסט די גרויסע סוד ביי וועמען דעי האלס נעמען חלות און קעיק, האב איך גענענפערט מיט די אמתע פאקטען, הייבסטו יעצט אן א נייע ענין פון גערטעל מיט התאחדות
געזונטערהייט נעם דיך איבער אלע השגחות און בעיקעריס און האלס געזונטערהייט, אבער פארדריי נישט דעם שמועס מיט דעם
ענטפער קודם די קשיא פון אשכול . געמיינע יונגען . נאכדעם וועל איך דיר ענטפערן בל"נ אי"ה
please don't play dumb!
Shivisi was talking from the years before hisachdus was forced to take over hashgacha from rav sh. d. k. of Ud. (and maybe it still isn't 100% ok yet), but it was well known that when K. gave the hechsher, it was a kashrus disaster, and when the consumers put up a fuss, the owner of the bakery & take out was supposed to change hashgacha in order not lose his business completely.
ער שרייבט שוין ווייטער ענגליש. ווייל ער וויל חאטש נישט שרייבן ליגענט אויף אידיש. אזוי וויא איך האב שוין מודיע געווען אז דער שרייבער טשאפלעין באלאנגט צו די התאחדות הרבנים חברה. און ער פארקויפט שקרים.
הרב ק. האט אויפגעגעבען די השגחה. פון "קאשער ווארלד" און רבי ש ג. ע"ה האט עהם געבעטן ער זאך נאך אלץ געבען די השגחה. און ער האט נישט געוואלט . רבי ש . ע"ה האט עהם אפילו געוואלט רופן צו דין תורה צוזאמען מיט ר מ ק. דער בעה"ב און אייגענטומער פונעם געשעפט. אבער ער האט ערלעדיגט אז די התאחדות זאל איבערנעמען די השגחה
דעם וואס די מעשה איז א נפקא מינה און ער וויל וויסן דעם אמת. קען פרעגען דעם דעעשער רבין אויךקערעסטירער רבינס משפחה . אויך ר' י י ג. זון הרב ש. ע"ה. וואס וואינט דא אין וויליאמסבורג.
ויסכר פי דוברי שקר.(איך מיין נישט עהם ח"ו . איך מיין זיין ניק וואס שרייבט סתם פאלש)
והאמת תהא נעדרת בעיקבתא דמשיחא
איך האב נישט געוואלט דערמאנען נעמען אפילו מיט רמזים, טשאפלין האט יא דערמאנט דעי נאמען וואס כהאב געמיינט, און כהאב טאקע געברענגט דעי מעשה אן א נאמען, ווייל עבד האט אריינגערוקט געוואלטיגע לימוד זכות אויף יענעם בעל מכשיר, האב איך געוואלט טשעקען צו איינער געדענקט
איך בין מכיר טוב פאר שטאפלין פאר ברענגען א חלק פון די מעשה, אבער איך בין נישט צופרידען אז ער האט געזאגט א נאמען, ווייל איל על שוין נישט קענען מאחיב הדיבור זיין ווען מרעדט פון א פרטיתדיגע מענטש
אבער אזויווי טשאפלין האט גארד געכאפט פון וועים מרעדט, אזוי קען עדות זאגען יעדער וואס האט זיך געדרייט אין קערעסטיר, מיין זיידע האט אמאהל געקויפט חלות דארטען, ווען דער דערמאנטער האט געגעבען דארטען השגחה
ר' שמשון האט אים געזאגט ערב שבת נאכמיטאג אז די חלות זענעןאפשר גאר א שאלה פון מוקצה, ווייל סאיז נישט כשר, נישט קיין פת ישראל, און סאיז זיכער נישט חלה גענומען, ער האט פארשאפט פאר מיין זיידע אנדערע חלות מיט מצות נאנט צום זמן
ער האט פארפירט אויף דע גאנצע טעיק אוט און בעיקערי אז סאיז געפערליך, און ער פלעיגט ארומגיין אין קערעסטיר און פארפירען אויף די הפקירות
קען זיין עבד איז גערעכט און היינט געט שוין התאחדות, קען אויך זיין אז סאיז נישט הונדרעט פרעצענט גוט אפילו אונטער התאחדות, איך בין נישט התאחדות לאיער, אבער יענע יארען איז געווען שרעקליך, און די שטענדיגע איינוואינער פון מיאמי זאגען אז סאיז יא אסאך בעסער יעצטערט די כשרות ווי אמאל ווען סהאט אינגאנצען נישט געהאט קיין השגחה סהאט בלויז געהאט א חותם פון א רב 1500 מייל אוועק, וואס יענע רב האט נישט אפילו געהאט קיין געהעריגע משגיחים אונטער זיך, אין דער זעלבע צייט וואס ער האט געגעבען השגחות דעמאלץ אויף נאל אסאך סטארס רעסטאוראונטס אין בראקלין, און אויף א גרויסער עסען און נאש קאמפעני
און איך מיין נישט יענע רב פערזענדליך חלילה, איך מיין נאר זיין חותם וואס האט געגעבען די השגחה...
כדי שלא להוציא הזמן חלק.
אזוי וויא מיין פריינט שויתי זאגט אז עבד עברי איז א ליידיג גייער. און אין א אנדערען אשכול ענטפערט ער גארנישט מיט גארנישט . ער שרייט נאר געוואלד אז ער וועט ענטפערן. אזוי וויא יענער טוען זאגט "יש לי ראיות להביא" יש לי עוד טענות וכדומה . פוסטע שטותים והבלים. יכלו הנייר (הנאר והפתי) והם לא יכלו .
מוז איך עהם נאך עפעס ענטפערן.
און אפילו ער וועט נישט מקבל זיין אבער דער ערענסטער עולם דא אויפן פארק וואס וויל יא וויסן דעם אמת. זאלען נישט פארפירט ווערן מיט שקרים און כזבים. וועל איך נאכאמאל ענטפערן. אזוי וויא אונזער היילגער רבי בעל דברי יואל זי"ע שרייבט אין קונטרס שלש תשובות פאר הרב כאהאנאוו. אז ער וויל עהם בל"נ מער נישט ענטפערן . ווייל ער עקשענט זיך צו פארקויפן שקר.
רבותי דער רב המכשיר האט נישט געוואלט געבען קיין הכשר אין מיאמי. איז געקומען הרב ש. ג. מיט מ. ק. דער בעה"ב און זייער געבעטען אז ער זאל געבען דארטן א השגחה. איז ער אהינגעפארן 2 מאל איינמאל אינמיטן סליחות טעג. ביז מען האט אויסגעארבעט א סדר ההשגחה.
און ר ש ג ע"ה האט אונטערגעשריבען אז ער וועט זיין משגיח אין דעם געשעפט. קיין בעקערי איז נאך דעמאלס אין מיאמי נישט געווען. רוב עולם האט געקויפט חלות אדער ביי טאוער פארטי וואן. אדער ביי א בעקערי וואס האט געהאט די הכשר פון ראביי ליווי פון די אקעי . מיט א משגיח א סופר א ליובאוויטשער פון מיאמי.
ר ש ג ע"ה האט געמאכט צעטלען מיט די הסכמה פון הרב ר ש ד ק קעגען יענע בעקערי. די אקעי איז געקומען צו הרב ש ד ק און געוואלט עהם רופן צו א דין תורה אדער גאר לערכאות. האט עהם ר ש ג ע"ה געזאגט אז ער זאל גארנישט מורא האבען און ער וועט קער נעמען.
ביז זומער איז הרב ש ד ק געפארן נאך 2 מאל קיין מיאמי . אויך ממש צוויי טעג פאר פסח. אהין און צוריק . יעדעס מאל איז ער איינגעשטאנען ביי ר ש ג ע"ה להבחל"ח.
און עס קען זיין אמת אז דעם יונגערמאנס(שויתי) זיידע האט טאקע געקויפט חלות ביי די בעקערי וואס איז געווען בימים ההם די איינציגע בעקערי אין מיאמי וואס האטו בכלומערש געהאט א הכשר און עס איז געווען פת ישראל דורך א ליובאוויטשער משגיח. (וואס טראגט נישט מיטן וויליאמסבורגער ווייערלעס עירוב)
אבער ר ש האט געפערליך פארפירט מען זאל נישט נוצען די ברויט און חלות פון יענע בעקערי.
אדרבה ער האט געמאכט אז ווען מען פלעגט ברענגן בילקעס צו של"ס אין קערעסטירער ביהמ"ד פון יענע בעקערי האט ער מרעיש עולמות געווען. און ערלעדיגט אז דער רבי דער ברך משה זי"ע זאל נישט עסן פון די חלות אין קערעסטיר.
שפעטער איז ר ש ג ע"ה געקומען קיין וויליאמסבורג און געבעטען הרב ש ד ק אז ער זאל קומען קיין מיאמי מען האט אפגעקויפט א פלאץ ארויס פון די געגענט וויא מען גייט מאכען א בעקערי וואס וועט זיין עכט כשר לכל הדעות פארן סאטמארען חסידישען עולם. איז הרב ש ד ק געפארן מיט עהם באין ברירה.
און מען געקויפט נייע כלים און מען האט געגליט דעם אויבען כדת וכהלכה. און מען האט אריינגעשטעלט א משגיח תמידי. און ווען מען האט נישט געהאט איז ר ש ג געווען דער משגיח.
ויהי היום אינמיטן זומער איז ר ש ג געקומען צופארן דא אין די סאטמארע קעמפס. און דער משגיח פון דארטן איז אויך אוועק געגאנגען האט הרב ש ד ק געבעטן הרב רפאל גרויס קערעסטירער רבי השי"ת ישלח לו רפו"ש מן השמים במהרה בתחשח"י. אז ער זאל איינעם פארשאפן.
איז הרב ק אהינגעפארן און ארומגעזוכט . ער האט אפילו געבעטן איינעם ש וואס האט דארטן געוואינט אבער למעשה האט ער נישט געקענט טרעפען. האט ער אראפגענומען די השגחה. אזוי וויא עס איז געשטאנען אין דער איד. און אויף צעטלען אין אלע בתי מדרשים אין מיאמי.
נאכדעם איז געקומען ר"ש ובנו י"י און געמאכט א סקאנדאל אוןן ער האט פארפירט א מערכה קעגען הרב ק אז ער זאל שוין צוריקגעבען די השגחה. אבער ער האט נישט געוואלט.
האט מען געמאכט א קאנטראקט און ער האט איבערגעגעבן די השגחה . פאר די התאחדות הרבנים.
פארן סיינען דעם קאנטראקט האט רבי ש ג ע"ה געפרעגט הרב ק נאך איינמאל אויב ער וויל ווייטער ממשיך זיין מיט די השגחה. דעמאלס . נעמט ער נישט די התאחדות. האט ער עהם גענטפערט אז ער וויל נישט מער . איז עס אריבער צו די התאחדות
נאכדעם ווען רבי שמשון האט שוין נישט געהאט כח . האבען מענטשען געפערליך פארפירט ובתוכם משפחת ב. החשובה ממאנרוי. און נאך משפחות חשובות. האט די התאחדות אראפגענומען די השגחה אויף איין וואך . און תיכף דערנאך צוריקגעלייגט. און יעצט לעת עתה מה דהוה הוה. אבער יעצט ווערט דארטן געקאכט אלע מינים פליישען . מיעל מארט . רובשקין . ליובוויטש. נאר גוויים קאכען עס איז בכלל נישט דא קיין משגיח . יעדער קען אריינגיין און זעהן עין בעין.
נאכדעם איז פארגעקומען די אויבערשטע מעשה פון הרה"ח ר בר.. בייל.. מיט די לעבער. וואס דער גוי האט עהם געוואלט פארקויפן. .
יעצט נראה למי החוותמת ולמי הפסילים. ר"ש האט טאקע פארפירט קעגען די טעיקאוט וועגען דעם האט ער אראפגעברענגט קיין מיאמי הרב ק נאר אויף די סטאר נישט אויף די בעקערי. און די בעקערי איז הערשט שפעטער נתייסד געווארן.
והרוצה לשקר ירחיק עדותו.. מען קען פרעגען דער הרב ק אליין . ער ענטפערט יעדען איינעם .וואס יעדער פרעגט עהם. און מען קען אויך פרעגען דעם זון פון הרב ש ג. און אויך דעם דעעשער רבין מיטן קערעסטירער רבין.
יעצט טייערער "שויתי" איך זעה אז דו ביסט נישט אזוי ליגנער וויא איך האב געמיינט. איך זעה נאר אז דו דרייסט איבער די יוצרות. דו ביסט נישט אינפארמירט כהוגן.
בתחילה אומר על טהור טמא ואח"כ יורד ואומר על טמא טהור. .
דו ווילסט נאר זעהן יעדע זאך אזוי וויא ווילסט עס זאל זיין. וועגען דעם זעסטו אז די עירוב חברה שלאגען וכדומה.
על כן בעט איך דיך וילסטו וויסן דעם אמת. וועל איך דיר א טובה טון . איך וועל דיר זאגען דעם אמת. און דו וועסט זוכה זיין והגדת לבנך ולבן בנך דו וועסט קנען דערציילען פאר דיינע קינדער און קינדס קינדער אי"ה אמתע פאקטן מיט נארמאלע זאכען. ואם תפנה לבבך ולא תשמע. און אויב דו ווילסט בלייבן א עקשן. און גלייבן לגיונות מיט דמיונות יהי לך אשר לך געזונטערהייט.
הלואי זאל זיין אונזער השגחה פראבלעם נאר דעם רב וואס מען האט זיך דא גענומען איבער זיינע ביינער, מען נארט זיך, דער פראבלעם איז טיף און ווייט...
די גאנצע סיסטעם פון השגחות און כשרות ביי אונז אין אמעריקא, אין יעצטיגן זמן, איז ליידער גוט אין פעסט באגראבן, פון פיל וואס הייסן שוין פון אביסל בעסערע השגחות דארפן זיך נאך אסאך פארבעסערן, קיין משגיחים תמידיים איז כמעט נישט דא, נאר ממש אויף געציילטע ערטער ביי געציילטע מכשירים, די סטאנדארטן זענען נישט דאס זעלבע ווי עס ווערט פארלאנגט א שטייגער אין א"י ביי די בד"ץ העדה, אדער ביי הרב לאנדא וכדומה.
אויב וויל מען זיך דוקא נעמען איבער די ביינער פון די השגחה געבער, זאל מען גיין אחת לאחת, נישט זיך אפשטעלן ביי איינעם.
איך פארשטיי די געפיל אז דער עולם איז יעצט אנגעצינדן דירעקט אויף דעם דערמאנטן דיין, צוליב זיין דורכפאל פון געבן השגחה אויף די פאלשע שמן זית פאר חנוכה, און דער עולם האט געצינדן מיט הונדערט פראצענט וועזשטעבל אויל אנשטאט שמן זית, און בשעת איינס פון די צוויי דיינים וואס האט געגעבן א השגחה דערויף, האט צוריקגעצויגן וויבאלד ער האט געהערט וואס דא טוט זיך, האט דער דערמאנטער דיין נישט געהאלטן ביים צוריק ציען, זיין חותם ליגט נאך יעצט דערויף.
אבער דאך האלט איך אז עס איז נישט מענטשליך און נישט ריכטיג זיך נעמען איבער די ביינער פון א יחיד, אפילו ער איז באגאנגען עפעס נישט ריכטיג, וויבאלד עס איז פארהאן אין די אידישע מארק פיל אנדערע מכשולות אין כשרות וואס זענען נישט ווייניגער פראבלעם, אפשר נאך פיל מער ווי דעם דיין.
ווער עס וויל באמת אויפטוהן אין כשרות, זאל זיך אפטשעפענען פון צולייגן א יחיד, און גיין איינס נאכ'ן צווייטן, אדרבה, ראטעווען אידן פון מאכלות אסורות איז נישט פון די קלייניקייטן, יעמוד מי שירצה, ווער עס ווייסט קראנטע אינפארמאציע, און זיכערע ידיעות איבער כשרות און מכשירים זאל אינפארמירן דעם ציבור.
מיט די רעכטע פיס!.
ראקלענד,
איך ווייס נישט צי הרב שעהן (וואס האט געהאט די אינטערוויוען מיט א.מ. ג"ב) איז דער מענטש וואס דו מיינסט, "ווער עס ווייסט קראנטע אינפארמאציע און זיכערע ידיעות איבער כשרות און מכשירים"... ווילאנג עס איז שטיל בעהט מען אז די דאזיגע וועלכע האבן ידיעות זאלן זיך לאזן הערן, איינמאל זיי הייבן אן זיך צו לאזן הערן, בא'טיטל'ט מען זיי ווי משוגעים און נישט נארמאלע...
Rockland
I didn't do the profiling, I brought up issues on 2 hashgochos (initials only), looks like "Eved" only caught up to 1 of the 2 mentioned rabbonim - for some reason, & he started mixing the kasha on a high flame, & here are the results... it was only 'Eved Ivry' that attracted all spot lights to focus on rav k. from u.
in my gut feeling, the other hashgocho I mentioned is more of a threat to the kashrus of community - as of now, since rav k lost most of his hashgochos in BP, versus rav r. that has his logo hanging in numerous food stores & eateries all over town,
איך האלט נישט מיט דעם גאנצען שמועס דא. אבער וואס טשעפלעין איז מעורר איז טיילווייז גערעכט.
גערעכט איז ער אז דער ר' ע"ר'ס השגחה הענגט אין א שיינע פאר געשעפעטן, און גערעכט איז ער אז עס פלעגט נישט טויגען ווי עס דארף צו זיין. איך האב טאקע געהאט אן געזאגט ביי מיר אין שטיב אז מען זאל זיך אויף דעם השגחה נישט פארלאזען.
אבער ב"ה לעצטענס (מחמת כמה טעמים) געווארען ביי זיין השגחה א שינוי לטובה. ער האט אויף גענומען א נייער משגיח, א פיינער יונגערמאן גראדע, וואס גייט א גאנצען טאג ארום באזוכען זיינע געשעפטען.
איך ווייס נישט וואס די קוואליפיקאציעס פון דעם יונגערמאן זענען, צו ער קען זיך אויס אין בדיקת תולעים, הלכות הפרשת חלה ה' בישול ישראל וכו' וכו', אבער דאס ברענגט עכ"פ ארויף דעם השגחה פון ר' ע"ר לכה"פ אויף דעם לעוועל פון אנדערע השגחות, און זיכער אויף א הכערע לעוועל פון יענער השגחה, וואס חוץ אויף בעקערייען ווי זייט זיי זענען אזוי מיאוס דורעך געפאלען האבען זיי אויף גענומען א משגיח מיוחד נאר אויף בעקערייען (לפי ידיעתי טוט דער זילבערשטיין א הפלא'דיגען דזשאב), זעהט מען כמעט נישט א משגיח פאר די אויגען אין זייערס א רעסטאראנט וכו'.
אויף באגעטוסט אויף 13עוו. הענגט א צעטל פון ר' ע"ר ווי ער איז מסביר ווי זיין השגחה ארבעט. ווי ווייט איך בין עס נאך געגאנגען שטימט אלעס. צו איך וועל יעצט עסען פון א רעסטאראנט מיט אן השגחה פון אים איז א באזונדערע שאלה, אבער אים אינגאנצען אוועק צו מאכען און אים צו גלייכען צו די אנדערע האשגוכע'ס/לעיבעלס איז זיכער נישט גערעכט.
ר' קאפלאן הערט מיך אויס .
אייך באדערט עפעס. אדער האט איר עפעס א שייכות מיט די התאחדות הרבנים. אדער מיטן מנהל הרב גליק. . איר ווילט נישט הערן דעם אמת ווייל איר ווילט נישט רעדען אויף זיך אליין. אין אדם רואה נגעי עצמו.(לשון הספרי . משנה נגעים. כעין לשון גמ' שבת קיט.) הטרם תדע אז די השגחה פון די התאחדות הרבנים איז זייער א שוואכע השגחה.. דער עולם גולם איז אייגערעדט וויל עס איז א ברענד נעים. און זיי גייען אהן אפען מיט זייערע פרעכהייט בלי שום מורא ובלי שום בושה.
קודם אפילו די בעקעריס וואס זענען טאקע עטוואס בעסער געווארן. איז נאך אלץ דא ג . און ס. וואס גויים באקען אהנע שום משגיח אדער אפילו אהן א יוד ארבעטיר.
איך רעד שוין נישט פון דעם געשעפט אין פלארידא וואס איז ממש הפקר פעטרישקע. ווייל די יודען וואס זענען עובר אויף דעם איסור פון די התאחדות און פארן אויף מיאמי ביעטש מעגען לשיטתם עסן טריפות ונבילות אויך.
אבער למשל ביי די מעשה פון בודק ווילאנג האט געדויערט ביז דער עולם האט גערודערט און גערודערט . טאקע דא אויפן היידפארק און אויף די האט לייןס. ביז ענדליך ענדליך האט זיך די אייז אביסל געבראכן .
אז נאך וואכען עסן שרצים ושקצים ורמשים האט מען אויפגעהאנגען א צעטל אין סאטמאר ראדני פון די התאחדות אז די סטראבעריס און בראקלי פון בודק איזן ווערעימדיג.
אבער מען האט דאס נישט אריינגעשטעלט אין קיין שום צייטונג. און אין קיין שום סטאר . מען האט נישט געמאכט א ריקאל. נאר א צעטל פאר ראדני. און וואס איז מיט די אנדערע אידען וואס נוצען התאחדות
זיי מעגן עסן טריפות. ר"ל?
און צו דיר טשאפלעין . שרייב נישט ענגליש אין דעם פורום ווייל דאס איז א יודישער פורום אויסדרוקליך. ענגליש איז דא גענוג פורוםס וד"ל
איך האב מיך אנגעומען פאר הרב ק השגחה. ווייל דארט בין איך מער ווייניגער באקאנט אבער ביי הרב ר קען זיין עס איז אפילו בעסער וויא די התאחדות. אבער איך בין נישט באקאנט.
טשאפלין האט א רעכט צו שרייבען אויף וועלעכע שפראך סאיז אים גרינג אין באקוועימט
אויב סאיז פאר דיר וועגען סיי וועלעכע סיבה אומבאקוועמט צו ליינען זיינע שרייבאכץ, האסטו אלע ברירות עס נישט צו ליינען
איך קען נישט אזוי גוט שרייבען ענגליש, אבער איך קען זייער גוט ליינען ענגליש, און איך באלעק מיך מיט אסאך פון טשאפליןס תגובות
טשאפלין, געב נישט אויף, דו ביסט א פיינער שרייבער!
אין וואס טיט זיך מיט די שארטענונגס וואס האט זיך אמאל געטימעלט
אויך מיט אנדערע אינגרידיענטס וואס די רעסטאראנטען אין בעקערייען באניצען זיך
עבד עברי
איך זעה דו האסט א פראבלעם מיט מיין ענגליש, איך קען עס נישט העלפן, אויף די קאמפיוטער וואס איך באנוץ, איז זייער קאמפליקעיטעד מיט יודיש, מיין פערסאנעל קאמפיוטער האט אויפגעריכטעט יודיש זייער גוט.
אויך ארבעט איך מיט ענגלישע דעטע אגאנצע טאג, ווען איך וויל עפעס אפקלאפן מיט קאמפיוטער, גייט עס מיר גרינגער אין ענגליש.
אבער איך פיל אז אמת'דיג, נישט די ענגליש איז עס וואס באדערט דיך.....
דו האסט דא עפעס א אדזשענדא....און איך בין נישט אזוי פארשטענדליך וואס עס איז...
אויף דעם וואס דו עקיוזד מיך צו ארבעטן פאר התאחדות, זאלסטו וויסן, אז דאס איז פשוט זינלאז, נישט איך ארבעט נישט פאר זיי, נאר מיין אינדוסטרי וואו איך בין עמפלויד אין, האט נישטאמאל גארנישט מיט פוד אדער פוד פראדאקטס, סאו, מאך זיך נישט צונער מיט אזעלכע לעכעריגע אקיוזעישאנס.....
איך בין א פשוט'ע יוד, און איך וויל עסן כשר ווען איך באצאל פאר כשר, "איי וואנט טו געט וואט איי פעי פאר", סימפל.
און איך בין נישט באוויליגט צו באצאלען פאר פאוני כשר, א כשר'ע פרייז, דו פארשטייסט? און איך בין רעדי צו קער נעמען פון אלע פאוני בעלאוני דורך די צייט... איינס נאך איינע...
BUCKLE UP
קוקטס דא וואס די עדה האט דורך געפירט אין אר"י
און רב לאנדא און ב"ב האט דאס שוין עטליכע יאהר
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2147599
א משגיח מטעם העדה מוז זיגלען אויף א יעדע פעקעל פלייש וואס גייט ארויס פון גישעפט פאר דעליווערי
ווען וועלען מיר שוין דאס זען דא אין בארא פארק
מי יתן והי', דא אין אמעריקא הייבט מען הערשט יעצט אן פארשטיין וואס מיינט השגחה, און יעצט אז מ'ווייסט שוין "עפעס" דארף דער עולם פארלאנגען און טון דערצו אז 'השגחה' זאל מיינען "השגחה"!