היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עפעס גייט פאר ביי 82 לי עוו. ?

עפעס גייט פאר ביי 82 לי עוו. ?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2128571

טאראראם » 15/1/2007 01:35


ווייסט איינער וואס גייט פאר ביי 82 ?
ס'איז דא דארט גארד'ס און מ'לאזט נישט אריין יעקב שמעון כהן

ווער ס'ווייסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן תומ"י !!!!!!!

געשמאק » 15/1/2007 01:39

יא, איך האב געהערט אז יעקב שמעון איז געפלויגן, און מען האט געטוישט אלע שלעסער.

כא כא כא, ער האט געוואלט ווארפן דעם רבי'ן פון די באורד אוו דירעקטארס פון די קאלעדזש פראגרעם. יעצט איז ער געפלויגן.

פירוד בין... נאה להם ולעולם.

_________________

yones69 » 15/1/2007 04:29

ער וועט ווארפען סטעפלערס גיט אכטונג

trueonly2 » 15/1/2007 04:40

מעשה שהיה כך היה:

 

פון די העכערע פענסטער'ס – פון די באורד און הנהלת הישיבה - זוכט מען אים שוין א לענגערע צייט צו קאפענען פון דארט, אבער אזוי ווי ער איז דאך א הארטע ניס האט זיך נישט געקענט אזוי גרינג זיך א עצה געבן מיט אים אויף א שיינע און מילדען אופן, דעריבער ווען ער איז די וואך געפארן אויף אפרוה אויף שבת קיין שווייץ, האט די הנהלת הישיבה געפונען א גלענצענדע געלעגענהייט, אדורך פירענדיג אן מעכטיגע אבלאווע אויף זיין אפיס, אויפטוישענדיג אלע שלעסער, און היטענדיג מיט גארדס, אזוי אז יעצט איז ער געבליבן קרח מכאן וקרח מכאן, א ריכטיגע רחמנות.

 

האט אפשר איינער א נייע דזשאב פאר אים? עס איז א גרויסע מצוה, והחזקת בו!

 

און ווייסט איינער אפשר וואס זענען די סיבות אים צו ווארפען???

בן_אהרן » 15/1/2007 05:03

א צווייטער זאלויניער ימ"כ האט זיך פארגליסט
אין די מאות אלפים וואס פליסט אריין אין די פריוואטע
קעשענעס פון יש"כ
פשוט א ענין פון לא תחמוד
איינע פון די 10 געבאטן

איזראלי » 15/1/2007 14:33

די וועלט זאגט אז די גנבים צוקריגן זיך ווערט מען געוויער די גניבות, אפשר יעצט וועט ארויס קומען אויף די עפנטליכקייט  זייערע גניבות .

NYPD » 15/1/2007 19:22

נו וואס וועט שוין זיין ווען מען וועט געוואויר ווערן פון די גניבות ?
מהנעשה אין להשיב

yones69 » 16/1/2007 22:03

די זאליס פארקויפן שוין סחורה אויף יעקב שמעון און בארעדן אים אין די גאנצע שטאט.

זיי זאגן אז מען האט אויפגעשניטן די סעיף דארט און עס איז געליגען 800 טויזנט דאלער קעש געלט.

אויך זאגן זיי אז זיי האבן דארט געטראפען מעכטיגע סחורה וואס זיי גייען ניצן קעגן יעקב שמעון.

מען האט אויך אויפגעזאגט דערווייל אלע ארבעטערס וואס האבן געארבעט אין יעקב שמעון אפיס

vnclesam » 16/1/2007 22:06

מען האט נישט געטראפן קיין שום קעש!

די 82 הנהלה האט נישט באקימען פין עם קיין געהעריגע חשבונות האבן זיי עם געווארענט אין יעצט אויסגעפירט זייער ווארענינג

העבר_אין » 16/1/2007 22:10

הערט אויף צו חלומ'

מען ארבעט ווייטער איז יעקב שמעון אפיס, געהעריג

יא, זיינע טעכטער צוויי אדער דריי, ארבעטן טאקע אויך נישט

אויך די העד סטארט האט מען איבערגעגעבן פאר איינעם שאלאמאן

אבער די קאלעדזש פראגרעם, איז נאך אפיציעל ליידיג

מען זאגט אז יוסף מרדכי כהנא, וויל לייגן די לאפעס דערויף

ימים ידברו


עבדעברי43 » 16/1/2007 22:40

באקומען אין אישי

גוט געטון אז מען האט עהם ארויסגעווארפן . מען האט דאס שוין געדארפט טון לאנג צוריק. זאל ער גיין צו סאלקא און רבי טודרוסען. סתם ארבעטין פאר זיך אויף אונזער חשבון
גענוג איז גענוג!!!

סאטמאר (רז"ל) איז שוין ב"ה גענוג שטארק. מיר האבען נישט מורא פאר י ש כ . נישט פאר א מ ג. נישט פאר נ .ר. . אפילו נישט פאר די ביקעס פון זענטא.
די באן שטייט שוין אויף די גוטע רעלסן.
נאך א פאר מענטשען וועלן בקרוב פליען . און די קלין אפ איז גענדיגט.
ע"כ באישי