וואו געהערט פלאנט די ווילעדזש צו עפענען א אייגענע פאליס דעפארטמענט, די אשכול איז דורך צושמיסען דעם ענין צו ס'איז בכלל בכדי שיעשה, צו דער איצטיגער CHIEF ר' משה לייב וויטריאל נ" איז דער פאסיגער פערזאן צו זיי זיין א פאליציי הויפט און בכלל אויב מען וועט הנאה האבען דערפון אדער עס וועט נאר ערגער מאכען דעם מצב און ס'איז בעסער מיט א דערויסענדיגע פאליס דעפארטמענט וואו למשל די סטעיט פאליס
ביטע האלטען דעם אשכול ריין, דאס איז נאר אויף אויבן אויף דורכצושמיסען, מיר זענען נישט אויסן דא קיינעם צו באשמוצען
א דאנק
________________________________
כאפטס אריין א וואדקע, לחיים
א פרישער דמיון, אז די ווילעדזש פלאנט צו עפענען אן אייגענע פאליס דעפארטמענט.
וואס איז? ס'קומט שוין ווייטער וואלן אז ס'פעלט אויס אויפצוקומען מיט זיסע פאנטאזיעס?
אבער, ס'איז נאו דאוט אין מיי מיינד אז א פאליס דעפארטמענט אין קרית יואל איז העכסט וויכטיג. בעסער אפילו אז ס'זאל אנגעפירט ווערן דורך א גוי, נישט דורך א איד, כדי קיינער זאל נישט האבן קיין טענות אז מען טוט אים/איר טארגעטן ווייל ער איז א קעגנער.
יעדער איינער וואס וואוינט אין קרית יואל ווייסט אז מענטשן דרייוון/פארקן דא ווי חיות, ווייל קיינער האט נישט מורא פון קיין טיקעטס, און אויב קומט די סטעיט פאליס אמאל אריין און גיט טיקעטס שרייט מען: אנטיסעמיטן.
חז"ל זאגן אונז שוין שאלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו בלעהו. אין קרית יואל איז נישטא אזא זאך ווי מוראה של מלכות. אפשר וועט א פאליס דעפארטמענט עס ברענגען.
פאר נאך א סיבה פעלט אויס אן אייגענע פאליס דעפארטמענט: יודעלע וויינשטאק מיט רביצין שפיץ בישיבתנו הק', וד"ל.
דאס איז טאקע מיין פוינט, אז ענדערש זאל מען האבען א גוי וואס איז נישט מבחין צווישן אן ארויני זאלי אדער בני יואל, נישט אריינגייענדיג אין דעם ענין צו מען דארף זיי אין שטעטל צו נישט, וואס דאס איז זיכער אז א אייגענע דעפארטמענט וועט מען נאר קענען גיין אין געריכט אויב האט מען קאנעקשן'ס
אדער קען מען מאכען אזוי ווי סקווירא אז זיי האבען אן אייגענעם געריכט אויף זאכען וואס מען קען האבען אן אייגענעם געריכט אבער פאר טיקעטס ודומה לו ניצען זיי די רעמעפאו פאליס
איך הער אז יואלי וויטריאל געט זיך אן פאר די ערשטע קאנדידאט צו היטען קרית יואל, סוף-כל-סוף טראגט ער דאך די זעלבע נאמען ווי די שטעטל זעלבסט.
מיין וואויט
משה לייב איז די פאסיגסאע מענטש דערפאר
ער האט שוין עקספיריענס אין די אויבן דערמאנטע פראבלעמען
פאטאקי:
עקספיריענס מיט א אינדערויסענדיגער קען אסאך מאל - און איז געווענליך בעסער
איך מיין צוזאגען עקספיריענס אין די פראבלעמען אז ער איז א אינסיידער וד"ל