היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס גייט פאר אין שומרי שבת???

וואס גייט פאר אין שומרי שבת???

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2127231

trueonly2 » 12/1/2007 19:54

איך בין נעכטן בטעות ארייגעפאלען אין בית המדרש שומרי שבת אין בארא פארק אויף 13 קארנער 53, זע איך ווי עס איז פארפלייצט מיט פאשקעווילען וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:

 

"בעזרת ה' נעשה ונצליח

אנחנו מתפללי וממוניי ביהמ"ד שומרי שבת

53 & 13 Ave.

ומשלמים את החשמל ואת הנקיון הביהמ"ד

וכל ההוצאות, מבקשים לעשות בחירות לפרעזידענט

ווייספרעזידענט ולועד הקהל תיכף ומיד

ואותו האיש שקורא לעצמו (זליג שפיגל) שאינו מבני אברהם אבינו

שהרי אברהם אבינו נתן אוכל לאנשים. והוא זרק -ברציחה-

את כל האוכל לאשפה, לך!!! חזור ללונג איילענד, ואנחנו

תומכים לר' משה מצגר איש החסד לפרעזידענט

החותמים התומכים"

 

און פון די 2'טע זייט שטייט געשריבען ווי פאלגענד:

 

"בס"ד

כפי הנהוג מימות קדם בכל תפוצות ישראל

כל קהילה אחראית על הדו"ח של הגבאים והממונים

על קופות וצדקות הציבור

ןלכן דבר זה מתבקש מאליו, ולכן אנו רוצים

וועד נאמן שימסור את הדו"ח

כמבואר בשו"ע

 

ואפילו לפי חוקי המדינה ניו יורק כל ביהמ"ד וביהכ"ס

צריך רואה חשבון, ולמסור דו"ח בכל שנה"

 

ווייסט איינער וואס גייט דא פאר הונטער די קוליסען???

 

קושקע » 12/1/2007 20:12

איין זאך ווייס איך אז זייט מ'האט געברענגט דארט די עסן איז אן עקל צו דאווענען דארט. עס איז נגד הלכה צו מאכן א SOUP-KITCHEN אין א ביהמ"ד.

13Hooper » 14/1/2007 03:39

אפילו אין SALVATION ARMY איז מיט אסאך זויבערער ווי לעצטענס אין שומר שבת
ווען איינער פין די  מנהלים ר שפיגעל האט אראפ גענימען באנדאז  FRENCH TOAST פין די טישען וואס  עס איז איבערגעבליבען אין איינעמס רעסטאראנט האט זיך איינער מיט שוואכע נערווען צישריגען אויף עיהם נאצי נאצי

אין האט געווארפען נאכדעם פאשקעווילען  עס איז גארנישט מיט גארנישט ער ברויך נאר גיין רעגעלמעסיג צי א נערווען דאקטער