היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אינפא איבער שאלה מיט כהן אין ארץ ישראל

אינפא איבער שאלה מיט כהן אין ארץ ישראל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2126685

זשוליאני08 » 11/1/2007 20:32

א קרוב מיינער פון ארץ ישראל האט מיר איבערגעגעבן איבער א לעצטעריגע שאלה מיט א כהן וואס האט ליידער גע'גט די פרוי נאך 15 יאר נאך די חתונה, צוליב זיין קינדערלאז ל"ע.

תיכף נאכן גט האט זיך אנטוויקעלט א שאלה איבער'ן גט, ווייל אנדערע אינפארמאציע האט זיך ארויסגעשטעלט גלייך נאכן גט.

לויט ווי ער זאגט מיר האבן עטליכע רבנים אויף דעם ארויף גע'פסל'ט דעם גט,

ביטע מיטטיילען אינפארמאציע ווער ס'האט

העבר_אין » 11/1/2007 21:03

די שאלה איז טראגי קאמיש

די אנדערע אינפארמאציע איז................. אז די פרוי איז צוויי חדשים טראגעדיג,

די הלכה'דיגע פראגע, איז צו מען קען זאגן אז די גט איז געווען בטעות, און ממילא קען ער צוריק גיין וואינען נאך פרישע קידושין מיט זיין פרוי, אדער איז עס א גט לחומרא, און א כהן טאר נישט חתונה מיט א גרושה אפילו זיין אייגענע ווייב

למעשה ביי די דאזיגע פרשה, האט מען געפרעגט הרב אלישיב, און ער האט גע'פסק'נט לקולא אז די גט איז געווען בטעות

אין להורות נתן, פון הגאון הגדול הרב געשטעטענער שליט"א איז דא א תשובה אויף אזא פראגע בכלליות, ווי דארט שרייבט ער לחומרא