היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שבת ויחי שובבי"ם: רבינו שליט"א בוויליאמסבורג

שבת ויחי שובבי"ם: רבינו שליט"א בוויליאמסבורג

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2121882

yones69 » 4/1/2007 18:05

דעם שב"ק פרשת ויחי וועט רבינו שליט"א וויילן און פראווענען אין וויליאמסבורג.

די תפילות ועריכות השולחנות וועלן געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר הופפער סט.

מיט געגועין דקדושה ווארטען תלמידי וחסידי סאטמאר אויף די געהויבענע שלש סעודות ווי רבינו שליט"א וועט זאגן די הייליגע שובבי"ם תורה, ווי אידן וועלן זיך אויסוואשען און אויסוויינען פארן בורא כל עולמים.

עס וועט זיין די ערשטע שובבי"ם תורה פון רבינו זינט די התמנוות.

זינטאג נאכט וועט פארקומען דעם געהויבענעם דינער פאר די הייליגע מתיבתא הקדושה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר קרית יואל יצ"ו, וואס געפינט זיך על קברו של מרנן רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיעועכי"א זצוק"ל.

אנטוערפןרב » 4/1/2007 18:16

אין די טענטער חסידות זאגט מען שובבים תורה ניטל..

משמשבקודש » 4/1/2007 18:25

אלע אנדערע שבתים בימי השובבי"ם

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2121895




שורשנגח » 4/1/2007 19:30

דער בעל דברי יואל האט אויך געזאגט תורה שובבים אין 2 פאלן.

אויב די תקופה פאלט אויס שפעטער (ווי דאס יאר) מעג מען זאגן תורה 6:15 שבת נאכמיטאג.

yones69 » 4/1/2007 20:35

מען וועט פירן שלש סעודות פריער כדי צו קענען זאגן שובבי"ם תורה.

להבדיל
רז"ל וואלט זיך געוואנטשען אז עס זאל זיין ניטול א גאנץ יאר...

משמשבקודש » 5/1/2007 20:59

 
כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה אריינקומען געהעריג צו שלש סעודות

א  3/4 שעה נאכ'ן זמן הדלקה כנהוג,  און גייט 'נישט' זאגן קיין 'דברי תורה',  

נאר כ"ק מרן רבינו שליט"א גייט זאגן
                               דברי מוסר והדרכה לימי השובבי"ם!
  (א מוסר שמועס...)
  
  

 

 



תוקן על ידי משמשבקודש ב- 05/01/2007 21:13:19