איז דא צו באקומען אזא זאך ?
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » טאגבוך פון אננא פראנק אין אידיש
טאגבוך פון אננא פראנק אין אידיש
43 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 44 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2120018
די ביידע לינקס פירן צו גארנישט, דאס האב איך אויך געפונען ביי גוגעל ארומזיכענדיג, איך ווייס אז מ'האט דאס שוין אמאל איבערגעזעצט אבער ווי קען איך עס קריגן ?
אין אנא פראנק מוזיאום קען מען עס קויפען אויף אלע שפראכען.
איך געדענק נישט אידיש, אבער עברית איז יא דא.

ווי איז דער מוזעאום, אדער זייער "זייטל"
_________________
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/01/2007 19:54:42
אין אמסטערדאם, אין דעם בנין ווי זי האט זיך באהאלטען ביי די מלחמה
נו, זאל איך יעצט פארן קיין אמסטערדאם קויפן דעם בוך ?
_________________
פארוואס נישט?
אין דבר העומד לפני הרצון!!!!
אין דבר העומד לפני הרצון!!!!
עס איז דאך שוין פאקויפט!
ווען איך האב עס ארויפגעלייגט איז עס נאכנישט געווען פארקויפט, איך וואלט דיר עס געדארפט שיקן אין אישי
נו וואס'זשע זאל איך יעצט טאן, איך ברויך דאך עס ?
BTW זיסקייט מיט אהלי צדיקים זענען קרובים ?
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 03/01/2007 19:45:04
ניין, אנא פראנק האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
אהלי דא האסטו.
א מיידל פון דרייצן יאר מיט אזעלכע השגות
Her handwriting, translated: "This is a photo as I would wish myself to look all the time. Then I might have a chance to go to Hollywood." Anne Frank, 10 October 1942
Statue of Anne Frank, by Mari Andriessen, outside the Westerkerk in Amsterdam.
וואס מיינסטו "אזעלכע השגות", לגנאי ?
אהלי
געוואלדיג איך האב מיר אזוי צו לאכט אז די ווענט האבן מיטגעלאכט

תוקן על ידי jewboy ב- 04/01/2007 20:24:38
יעדער האט זיך שוין געוויצעלט דא אבער עדיין לא נושענו, א י ך ד א ר ף ד ע ם ב ו ך ווער קען ענטפערן צו דער זאך דא ?
נישט ממש לגנאי,
די מושג פון א קליין קינד אנצוקומען קיין האליוואד
איז אביסל א הויכע אמביציע , א געוואגטע רצון

__________________________מודעה____________________________
איך דארף אויך דעם בוך
מאכט נישט קיין דיל מיט קאמענטאטער, פאר איר רעדט מיט מיר
קען זיין אז איך בין גרייט צי צאלן מער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
{איז עס א שאלה פין עני המהפך בחררה?.........איך ווייס נישט, אבער איך דארף עס אויך}
עצה טובה! פאר די היימישע בוק שרייבער אין פארקויפער, ווי למשל קינדער שפיל, וואגשאל וכדומה
נעמטס ענק איבער די ליין, דריקטס איבער אזעלכע היסטארישע ביכער אויף אידיש, עטץ וועטס עס אנזען אין אייער קעשענע
טרענט לאט דארף דאך שוין צו וויסן וואס געשעט ווען מ'רעדט איבריג...
מלוה מלכה
ביי אונז און איבער די וועלט איז דאס א נארמאלע אמביציע
---------------------------------
and that in it of itself is the biggest highlight of this book,
because she is like millions of other children growing up, and her life so suddenly gets disrupted , and all the beauty and innocence of childhood, that is a g-d given gift to every child growing up, was robbed and taken away, and in the end..........died a sensless death amongst millions in an unruly cruel era

איך בין גראדע היבש נייגעריג צו זעהן וואס דארט שטייט, אבער Jnet האט ג'פסק'ט לחומרא.
אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי...
אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 07/01/2007 19:06:00
קלייןקאפ, אנאנים,
למעשה היינט צוטאג האב איך אויך די אמביציע אנצוקומען קיין האליוואד.
אבער איך האב באקומען די תאוה ביי די 25 יאר נישט ביי די דרייצן, דעמאלטס האב איך געוואלט אויסוואקסן די וועלטס גאון. נאר צייטן בייטן זיך און גארנישט קומט נישט צופיס.
איך ווייס נישט ווי שטארק אידיש אנא פראנק איז געווען אבער א גאון האט זי נישט געוואלט זיין. דאס איז דער חילוק

איך בין דיר דן לכף זכות, מן הסתם ביזטו זיך טועה מיטן Holy Wall, אך... ווי דערלעבט מען שוין דערצו, ותחזנה ענינו...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 08/01/2007 0:51:51
היינט געלאנדעט אין מיין פאסט קעסטל.
און, טרענט, ס'איז מיר שוין העכסט פארשטענדליך פארוואס די היימישע פאבלישער קענען עס (און טארן עס) נישט איבערדרוקן...
און, טרענט, ס'איז מיר שוין העכסט פארשטענדליך פארוואס די היימישע פאבלישער קענען עס (און טארן עס) נישט איבערדרוקן...
_________________
ס'איז גראדע צום שטוינען פון אירע אנשויאונגען, איך וואלט זי ליבערשט אנגערופן א דענקערין, מסיים זייענדיג דעם טאגבוך האב איך זיך באגעגענט מיט אירע טעגליכע פראבלעמען (אידישע און גוי'שע) און ס'איז באמת מפליא צו זיין ווי אזא יונג קינד פון 13 יאר האט זיך אזוי טיף ארויס און דעם גאנצן ארום און ארום,
זייער (ווייטאגליך) אינטערסאנט איז וויאזוי דאס אידישקייט איז ביי איר, דהיינו אין איינע פון די טעג (ביי וועלכע דער דאטום איז דרך אגב ליידער פיל מאל אום שב"ק) ברענגט זי א שמועס מיט איר'ס א פריינט (נישט פריינדין...) ווי יענער האט מיט איר דעבאטירט איבער וואס זיי וועלן טון נאך די קריג,
יענער - וועלכער איז נעבאך פיל ווייטער פון אידישקייט ווי אנא - קרעכצט אונטער אויף זייערע ליידענישן אלעס ווייל זיי זענען אידן, בתוך הדברים ערקלערט ער אז ער זעט נישט פארוואס ער ברויך ליידן פארן זיין א איד ווען ער האט (ליידער) ממילא קיין שום שייכות דערצו און צו רעליגיע בכלל, דעריבער נאכן קריג קלערט ער איבערצולאזן דאס גאנצע געשעפט (רח"ל),
וויינט זי זיך אויס צום טאגבוך (זי רופט עס "קיטי", א שטייגער ווי HelloKiddy) זי קען נישט נישט פארשטיין הלמאי ער גרינגשעצט אזוי אין ג-ט, און - להבדיל בין טומאה לטהרה - אין קריסטנטום, ווייל זי איז בדעה אז פאר די טובה פון א מענטש איז יא ער זאל געהערן צו סיי וועלכע רעליגיע, אך וואס פאר א גוט געפיל האבן די וואס שטייען אין קירכע און בעטן זיך אויס אלעס גוטס ביי ג-ט (ס'ארא געפיל...)
ניטל האט מען זיך געטיילט מתנות מיט א בילד פונעם "הייליקן" (ימ"ש),
מאידך גיסא, אין איין אנדער געלעגענהייט דרוקט זי זיך אויס ווי שטאלץ זי איז צו זיין א איד (נישט האבנדיג דאס מינדעסטע באגריף דערין), שוין 2000 יאר וואס אידן זענען אונטערדרקט אין גלות און זי שפירט זיך העכסט גליקליך צו טיילן זייער גורל, שבת ביינאכט צינדט מען "שבת ליכט" (און דערנאך זעצט מען זיך שרייבן דעם טאגבוך...), און ווי אויך חנוכה ליכט איז א באגריף,
ובכן ווען איר ראמאנטישער האט זיך אפגעקילט פון איר, זעט זי דערין נישט אנדערש נאר פון אויבן וויל מען איר פרובן זי זאל זיך שטארקן צו בויען א פעסטן עתיד... (ס'קאסט א ביטער שמייכל),
איך וויל נישט מאריך זיין דערין, אי ווייל ס'איז נישט פון הדברים שהכתיבה יפה להם, און סיי ווייל אחרי מות קדושים, און כל שכן ווען לויט אלע דעות זענען זיי אומגעקומען עקיה"ש, ווי פארשטענדליך איז זי מיט אלע איר'ס גלייכן אמת'ע תינוקת שנשבו, וואס האבן קיינמאל געהערט אדער געזעהן עפעס אנדערש,
אבער עס גיט בלי שום ספק א מורא'דיגן בליק איבער וויאזוי דאס אידישקייט האט דאן ליידער אויסגעקוקט, (טאקע נישט אין ווארשע נאר אין אמסטערדאם), אפילו פון די וואס האבן שוין יא פרובירט עפעס זיך צו האלטן צו די אמונה, אין וואס פאר א צומישעניש זיי האבן געלעבט, נישט וויסנדיג קיין שום הבדלה צווישן אמונה בה' און להבדיל אלף אלפי הבדלות דעות כוזבות און כפירה ממש רח"ל,

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 28/01/2007 21:58:44
קאמענטאטאר, געוואלדיג! איך וואלט הנאה געהאט צו הערן און ליינען נאך וועגן דעם (כאטש דו שרייבסט שוין זייער אסאך ביז יעצט, באמת א יישר כח). ובעיקר פון איר העלדישקייט וואס האט אזוי איבערגעדרייט א וועלט.
אויב דער עולם איז מסכים, וועט זי אהער קומען דא אין פארום אין איר ארגינעלן געשטאלט, און פארשטעלן פילע (פאסענדע) אויסצוגן פין איר אזוי בארימטן טאגבוך
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אדרבה ואדרבה.
גם אני מצטרף בהסכמתי
איך בין בשו"א נישט מסכים
כ'האב געצאלט פאר די בוך 54 דאלער, אויב וועסט ארויסשטעלן דא אין פארק
וועט מיין געלט זיין ארויסגעווארפן, ווער עס איז אינטערסירט צי וויסען וואס עס שטייט אין דעם בוך זאל עס ביטע קויפן,
וועט ער עס קענענן ליינען מיט הנאה, אויב וויל ער עס נישט קויפן, איז א סימן אז עס אינטערסירט אים נישט,
עס איז א שאד זאלסט ארבייטען פאר מענטשן וואס דארפן עס ניטאמאל

איך בין נישט זיכער אז איך דארף זיך בכלל רעכענען מיט דיר, דו שרייבסט " עס איז א שאד זאלסט ארבייטען פאר מענטשן וואס דארפן עס ניטאמאל" כאולי דו מיינסט גאר מיין טובה, ווען איך האב עס געזוכט מיט ליכט ביזטו געווען דער איינציגער צו שטערן... איך מאך נאר א וויץ
BTW ווי האסט עס געקויפט, אויף מיין לינק?
קאמענטאר, לאמיר זיך איבערבעטן, ווייסט דאך אז הקנאה התאווה. מוצאין את האדם, איך האב געהאט א שטארקע חשק עס צי ליינען
איך האב עס געקויפט ביי דיין לינק, ייש"כ פאר די אינעפערמאציע
איך האב עס נאך נישט באקימען, כ'האב עס באשטעלט שפעטער ווי דיר, איך בין געווען אביסל פארנימען
איך דארף עס באקימען עני דעי, איז עס כאטש א דיקע בוך פאר דעים פרייז?

איך האב עס נישט געקויפט דארט, מיין בוך האט בערך צוויי הונדערט זיבעציג זייטן און איז געדרוקט געווארן ערגעץ אין 1950'ס אין באונעס איירעס (א ארגינעלן קאפי, ס'ברעקעלט שוין באלד...)
דארט ווי דו ביסט געגאנגען דוכט זיך מיר אז ווען איינער באשטעלט סיי וועלכע פון די סארט (יקר המציאות'דיגע) בוכער, פרינטן זיי ספעציעל פארן קאסטומער א פאטאקאפי פון וואס זיי האבן געסקענט אין קאמפיוטער נישט קיין ארגינעלן, דעריבער לאז מיר ביטע וויסן ווי נאר דו קריגסט עס צו ס'איז טאקע אזוי,
יהיה איך שיהיה, בעט זיך דערווייל דאס קליין מיידעלע ביי אונזער געהויבן מנהל allnewspic ער זאל איר דאס טויער'ל אויפשליסן זי זאל זיך קענען פאר איהרע ברידער פין הארץ אראפריידן, אבער צום בעדויערן טוט ער זיין הארץ פערשטייפן צו איהרע תחנונים, פילייכט - אויב ס'וועט צושטאנד קאממען - וועט מען פאר איר'ט וועגן איין אנדער גאסט הויז אויסגעפונען, איר ארים זעהל אונטער צו לעהנען.

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 30/01/2007 5:39:21
איך האב באשטעלט דארט אן אנדערער בוך אין עס איז געקומען אין א קאפי מיט א ווייכע דעקל.
פרידען צו אייך, מיינע געערטע העררין אונד דאממען, עס איזט מיין האפפע אז איר וועט פאן מיין אנוועזענהייט היער געניסן,
איך דארף א וויילע זיך צו גרייטן, אונד דאן וועל איך פאר אייך פארשטעלן מיין אזוי בארימטן ליבען טאגעבוך דאס טאגבוך פון א קליין מיידעלע
[בילד – נישט אפגעהיט]
מיט אכטונג
אנא
אמסטערדאם
1944 - 1929

אנא! שלום עליכם! זעץ זיך און דערצעהלן זי אונז ביטע, וואס זי אלץ מיטגעמאכט.
זעט "די צייטונג" זייט 13 (בשלח)
_________________
ווילקאמען?
ווי האסטו געמאכט די פאטאס? אין אזא פראנק מוזיאום שטייט שטרענג אז מען טאר דארט נישט פאטאגראפעירען דעם דייערי.

קעמאנטאטער
כ'האב דיר פארגעסן מודיע צי זיין
כ'האב שוין ערהאלטן מיין בוך, עס קימט אין געבינדען אין שטארקע הארטע דעקלעך, פינקט ווי א צווייטע בוך
עס דעקענט זיך נישט בעצם אז עס איז קאפיס, אבער מען זעט א עס איז נאך א דריק פין 40 יאר צוריק
ווייל מען דריקט שוין נישט היינט די פיצעלע אותיות,

די צייטונג (פ' תצוה) זייט 7