דער פענטאגאן האט היינט זונטאג געמאלדן אז די צאל אומגעקומענע אין איראק האט איבערגעשפרייזט דעם דריי טויזנט נומער פון טויטע זינט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן.
אינטערעסאנט אז דאס האט פאסירט אין לעצטן טאג פונעם קאלענדער יאר פון 2006 און צום סוף פונעם טויטליכסטן מאנאט וואס די מיליטער האט געהאט אין די פארלאפענע צוועלף מאנאטן. אמווייניגסטנס זענען 111 אמעריקאנער לעבנס פארשניטן געווארן בלויז אום דעצעמבער.
גענומען פון דא.
די וואך וועט אונזער באליבטער זשורנאליסט ראביי אלבערט פר"מ זיך פאסמאקעווען מיט דעם נארישן שריט וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט האט געטוהן דעמאלט ווען מען האט אריינמארשירט קיין איראק. ער וועט אבער פארגעסן אז אויך צווישן זיינע דעמאקראטן זענען געווען הייסע שטיצער צו דער נארישע מלחמה.