היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קריטיק אויפ "דער איד" די וואך ויגש

קריטיק אויפ "דער איד" די וואך ויגש

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2117150

עבדעברי43 » 29/12/2006 09:56

NYPD » 31/12/2006 03:18

עבד עברי איך ווייס נישט פינקלעך וואס די ווילסט מיט דעם אשכול, אבער איך האב נישט קיין פראבלעמען מיט דער איד, ווייל איך ליין עס נישט שוין אפאר יאר,

זעט אויס אז די ביסט נאך אן עבד צו דעם עבד לעבדי ה', און שפירסט נאך א פראבלעם מיט אים אז די דארפסט אים קריטעקירען,

kj_village » 31/12/2006 20:54

משה לייב דייטש האדט אין דער איד די וואך אויף דער בלאט פארוואס זיי שרייבען נישט קעגן די נטורי קרתא.

עבדעברי43 » 31/12/2006 21:45

לכבוד
NYPD
גערעכט ביסטו . איך געוואלט נישט געדארפט אנקוקען "דער איד" . אבער איך האב דאך מיטגעלעבט אלע יארן מיט "דער איד" זייט ער איז אריינגעפאלן אין די נישט גוטע הענט.
עס טוישט זיך די פיילן(מיסילס)  פונעם איד יעדעס מאל אין א אנדערע ריכטונג.

אמאל קעגען אלע גדולי ישראל וואס היינט באשרייבט ער זיי אלץ רעבעס.
שפעטער איז זיינע קוילען געשאסען געווארן. קעגען די בני יואל. און קעגען די "פני הכלב" "האגער" "כאשוי" "לייטנער" "בני יואל" . רבי יחזקאל ראטה סאטמארער דיין. . רבי מעכל ש"ץ. נאכדעם האט ער אויסגעדרייט די ריכטונגען פון זיינע פיילן. אלע זענען געווארן כשר וישר
 די גויים זענען געווארן די חסידים פונעם ברך משה און כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. און אויף זיי וערען געשיקט די פיילען.
היינט ווערט געשיקט די פיילען קעגען די "נטו"ק"  שטעלט אייך פאר טאמער הרב לייטנער וואלט נעכטן נאכט ביי די מלוה מלכה געלאזט הערן א "ווארט" חיזוק פאר די נטו"ק ווואלט ער צוריק געווארן א ציל ברעט.
אבער מיט דעם וואס איך וואלט נישט געלייענט דעם איד וואלט נאך גארנישט געהאלפן.   דו ווייסט דאך די מעשה פון די קאץ. אז די קאץ האט זיך באהאלטן אין "שאנק" און איר וויידעל האט ארויסגעשטעקט אינדרויסען פון שאנק. די קאץ האט געמיינט אז אזוי וויא זי זעהט נישט קיינעם.  זעהט איר אויך קיינער נישט דערווייל האט יעדער געוויסט וויא זי איז.
איך האב געשריבען אין א צווייטן פורום אז איך האב געהערט פון א אלטן בעלזער חסיד נ"י. אז ווען כ"ק מרן רבה"ק מסאטמאר זי"ע איז ארויסגעקומען פונעם צימער פון כ"ק הגה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע האט דער בעלזער רב זי"ע אויפגעהויבן זיינע הייליגע צוויי הענט צום הימעל און געזאגט ברוח קדשו "נעבעך א רחמנות אויף זיינע חסידים"
זעהט אויס אז ער האט געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגען וואס וועט נעבעך געשעהן מיט די סאטמארער וויא זיי דרייען זיך יעדע שטיק צייט קעגען א צווייטן . אזוי וויא עס האלט נעבעך יעצט. והשי"ת ירחם עלינו ושבו בנים לגבולם. 

yones69 » 31/12/2006 21:50

די מעשה מיט בעלזא רב האט נישט קיין הענט אין קיין פיס.

עס איז א רחמנות אפען בעלזער רב זי"ע וואס האט געהאט אזא גבאי אינשי דלא מעלי, וואס האט פארדרייט זיין הייליגע רצון, און אונטערגעשריבען אז מען דארף גיין צו די בחירות הטמאות.

NYPD » 1/1/2007 01:16

עבד לעבדי העבדים, די שרייבסט א סאך זאכן אויף איינמאל גראדע גאנץ גוטע ריעונות, אבער עס קלעבט נישט איינס מיטן צווייטן, קען זיין אז דו דארפסט פשוט אויספאסטן און טרינקען א קאווע, וועט דיין מח זיך אויסקלארן,

יעדער איז בארעכטיגט צו ליינען וואס ער וויל, אבער דארפסט נישט פארדרייען דעם קאפ, מיט קריטיק אויף צייטונג ארטיקלען וואס יעדער ווייסט האט נישט קיין שום אידילאגיע,

גראדע די נטורי קרתא פארדינט די פיילן, אבער דוקא פון די וואס האבן זיי מקרב געווען די לעצטע פאר יאר, ווייל סאטמאר האט זיי שוין אויסגעשפיגן יארן צוריק בעת די שערי חמלה פרשה,

איך האב נישט קיין אנונג וואס די ווילסט מיט דעם בעלזע מעשה, די ווילסט זאגן אז דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט א רחמנית חסידית,? ער האט גראדע אויך אזוי געהאלטן און דאס האט ער געוואלט,
והזהרו בגחלתן!!!