היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווידיא: מר. ווייס האט בושות אויף פאקס נויס

ווידיא: מר. ווייס האט בושות אויף פאקס נויס

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2117054

איןבעיה » 29/12/2006 01:54

געדאנקען » 29/12/2006 02:52

דער רעפארטער, מאכט צו נער דעם ווייס,
איך וויל ארויס ברענגען א פוינט וואס דער נערישער ווייס האלט אין איין איבער זאגן ווי גלייך אז די אראבער האבן גאר ליב די אידן, וויבאלד זיי האבן פופציג יאר צוריק געלעבט גוט מיט די אידן.

אמת, אין א טייל אראבישע לענדער האבן אידן געלעבט בשלום, אבער דאס איז בכלל נישט קיין ראי אויף היינט, און אויכט אמת אז די ציונים זענען טאקע שולדיג אין דעם, אבער פאקט בלייבט פאקט אז די אראבער זענען די גרעסטע שונאים פאר אידן היינט צוטאג, און עס וועט נעמען דורות דאס איבער צו מאכן, א טריפ קיין איראן וועט ווייט נישט העלפן.

אויב מען קוק היסטארי זעט מען אז פיינט און פריינט טוישען זיך, ווי למשל אין שפאניע האבן אידן איינמאל געלעבט זייער גוט, שפעטער האט מען זיי פארטריבען און פארברענט, וועט א נער זאגן אז עס קיינמאל נישט געווען קיין גירוש שפאניע, ווייל מען יארן דארט געלעבט במנוחה, און אזוי ווייטער, אפילו אין דייטשלאנד ביז היטלער ימ"ש, האבן אידן געלעבט זייער גוט און זיך אפילו געמישט מיט די דייטשן, הכלל די טענה איז סתם נעריש, און אפגעפרעגט מעיקרא.

shia550 » 29/12/2006 03:25

איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז זיין ספלינטער גרופע פון יוצאי נטורי קרתא, וואס זענען מקבל זיינע דעות  האט אפאר הונדערט טויזענט מעמבערס.

Baachi » 29/12/2006 03:49

געדאנקען איך בין מוחה בכל התוקף

די אראבער האבן כמעט נישט געטשעפעט קיין אידען אין ארץ ישראל ביז פאר הונדערט יאהר צוריק.

דאס זענען די פאקטן.

פארוואס? מן הסתם פאר דעם זעלבן טעם פארוואס מען האט נאך קיינמאהל נישט געטעשעפעט קיין אידען אין טיבעט, אדער מונגאליע.

סנאר דא איין פראבלעם מיט די אלע מטורפים מבית היוצר של סאטמער! א געוויסער ר' חיים פון מאראקא האלט אביסל אנדערש ווי זיי וזלה"ק ויקרא ו 

... ולבש הכהן מדו בד, ירצה למדת החסד והרחמים כי יתכנה בשם כהן, הכוונה שגם החסדים יסכימו לנקום נקם, ועיין מה שפירשתי בפרשת וארא וגו', בפסוק (שמות ו ב) ויאמר אליו אני ה' ואומרו מדו בד יתבאר על דרך אומרם ז"ל (מדרש שוח"ט ט פסקא כי דורש דמים) כי כל נפש שהרגו האומות מישראל על קידוש שמו יתברך הקדוש ברוך הוא רושם מדמו צורת הנהרג ההוא במלבוש ואותו ילבוש יום נקם בלבו, והוא אומרו מדו אשר בו, אותם שהם בד, שהם ישראל, אשר הם עם לבדד ישכון (במדבר כג ט) ושורשה בד:
 גם ירמוז אל האחדות, שהם נהרגים על אשר לא יחפצו לשתף שם שמים ודבר אחר, ומיחדים שמו יתברך, ואומרו ומכנסי בד ירמוז למה שהרגו האומות מהאנשים הנגשים אל ה', המכניסים אמונת ה' ואחדותו בלב ישראל, והם הם "יקירי אל עליון" אשר אין דבר מפסיק בינו לבינם, והוא מה שדקדק לומר ומכנסי בד לשון הכנסה, בד הוא בחינת האחדות, לאלה אמר על בשרו, פירוש אין דבר מפסיק בינם לבין ה' ואמר בשרו לשכך את האוזן, על דרך אומרו (ירמיה יג יא) כאשר ידבק האזור אל מתני איש [כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל] וגו', אזני ה' (במדבר יא א), עיני ה' (דברים יא יב), ולצד מה שעשו להצדיקים הללו יחתם גזר דין לאומה רשעה ואומרו והרים את הדשן כנגד מה שהריעו בבחינת היסורין והעינויים אשר צררו אותנו:
 ואם באת לראות [הוא] יותר מגלות מצרים, כי גלות מצרים היו משעבדים אותם, ומאכילים אותם, ומלבישים אותם, וצא ולמד ממה שאמרו רבותינו ז"ל בפסוק (במדבר יא ה) זכרנו את וגו' את הקשואים וגו' חנם היו אוכלים הכל, והן גלות ישמעאלים אשרי מי שלא ראם משעבדים וממררים חיי ישראל, ולא די שלא יתנו שכר אלא עוד שואלים ממנו מדוד והבא ועוד אדם נגזל במה שיש לו, והם תובעים ממנו מה שאין לו, וכוס זה ישקוהו עד שימות, וכנגד זה אמר והרים אל מרים ראשי, את הדשן אשר תאכל האש, אש העמים, כי מצינו שצרת האומות תקרא אש, וצא ולמד מאיש לבוש הבדים (יחזקאל י ב), את העולה
 שהיא האומה הנקראת עולה:
 ואומרו על המזבח - יתבאר על דרך מה שנחלקו רמב"ם וראב"ד (בהלכות תשובה פרק ו הלכה ה) בענין משפט האומות המענים אומתנו, כי הראב"ד סובר שישפטו על אשר הרעו יותר מהקצוב להיותם בעלי בחירה ורצון, ורמב"ם סובר כי ישפטו גם על העיקר, וכבר כתבתי (בראשית טו יד) בפרשת בין הבתרים כי האמת הוא שישפטו על הכל בטוב טעם, ומחדש אני דבר כי מהתוספת יוקח ראיה על העיקר, שאם כוונת המענים לקיים מצות ה' היה להם שלא להוסיף, וממה שהוסיפו גילו דעתם כי לא למצוה יכוונו והוא אומרו על המזבח פירוש ביתר על השיעור שהוא לכפרה שקצב ה' להם, אותו שיעשו ביותר מהקצוב, ושמו אצל המזבח, שהוא הקצוב לכפרה, וידין ממנו כי לא למצות ה' הם מתכוונים, שהיתר יגלה על בחינת הנגזרה לכפרה אם לה מתכוונים או בשנאה להרע לבד, ונמצאים מתחייבים על הכל:
 או ירצה כי הגם שעדיין לא שלמו ימי גלות, יביא ה' למנין הנותר מהצער הקצוב אשר הוסיפו בני עולה לענות, ושמו אצל המזבח להשלים בו כפרה הצריכה אשר קצב ה' בגזירת הגלות:
 עוד ירצה כי יקריב מעשה הצרות לפני מדת הדין שמתיחסת למזבח, כדי לנקום נקם מאויבינו, ואומרו ופשט וגו', להיות שבגדים הראשונים הם לעשות משפט בעושי רעתינו, ועכשיו בא להטיב להוציאנו מהגלות ולהטיב אותנו, לזה ילבש בגדי בחינת ההטבה, כי לא יעכב קיבוץ גליות עד כלות עושי רשעה, אלא תיכף ומיד יקבץ נפוצותינו ויוציא אותנו ממחנה אנשים הרשעים אל מקום טהור היא ארץ ישראל הטהורה כי ארץ העמים היא טמאה היא ועפרה ואפילו אוירה ואין לך מקום שיקרא טהור זולת ארץ הקדושה:

 גם ירמוז באומרו מקום טהור, מקומו של הקב"ה, הוא הנקרא טהור כביכול - ואומרו והאש על המזבח פירוש לא תדמה כי אין צרה לעושי רשעה אלא הרעה ההיא אשר יעשה ה' בהם שפטים בהוציא אותנו מביניהם, לא כן, אלא והאש היא בחינת "אש המשפט" לא תכבה, וביער עליה הכהן עצים הם הרשעים שהם עצים יבשים, על דרך אומרו (דברים כ יט) כי האדם עץ, וכן אמרו ברבות (פתיחתא לאיכה רבתי) וז"ל העצים אלו הגליות עד כאן:
 ואומרו בבקר בבקר - ירצה לפי מה שהקדמנו, כי זמן הגאולה היה ראוי להיות בבקר ראשון של שנת הת"ק לאלף החמישי, ולסיבת העון נתעכב עד בוקר ב', ואמר הכתוב כי לא מפני זה יזכו האומות ולא יבא עליהם מה שהיה צריך לבא עליהם בבוקר ראשון, לו יהיה שישראל לא זכו ליגאל, אף על פי כן לא ימלטו האומות מהצרה שהיתה עתידה לבא עליהם אז ויביא ה' עליהם מה שנתחייבו בבוקר ראשון ובוקר ב':...
 

ער איז אבער דאך שוין איין אלטער אגעפרעגטער, ער האלט דאך פון יישוב ארץ ישראל איז שקול כנגד כל התורה כולה.

געדאנקען » 29/12/2006 04:14

באשי,

איך ווייס נישט פארוואס דו ביזט אזוי בייז אויף מיינע ווערטער, אזש דו אטיקירסט גאנץ סאטמאר, איך האב קלאר געשריבן "טייל" און איך האב געוואוסט פון דעם אור החיים, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם פונקט אז דאס איז אינגאנצן נישט קיין ראי' אויף יעצט, אן אריין צו גיין אין די היסטאריע צו ער איז גערעכט.

Baachi » 29/12/2006 04:20

געדאנקען

אםסארי

איל האב געשריבן סארקאסטיש, איך פארשטיי אז דו האלסט נישט אזוי, אויף פיירפאקס קען מען נוצען קיין סמייליס.

לגבי סאטמער, האלט איך אז: סוקלין אותה על פתח בית אביה ראו גידולין שגידלתם.

איןבעיה » 29/12/2006 04:26

א אשכול וואס איך געפענט א שטיק צייט צוריק ווי מען זעהט בפירוש די אהבה, אחוה, שלום ורעות וואס עס האט געהערשט צווישען אראבער אין די אידען פאר די מדינה....

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2015392

_________________

tzvibp28 » 29/12/2006 04:27

אלמלא BAACHI ווי ווייט וואלטען מיר אלע פארזינקען געווארען?

שכוח באטשי

Baachi » 29/12/2006 04:42

יא צבי טייערער

סאיז א מיאסע בלאטע.

כך ארבע מלכיות משולין במים, שנאמר (ישעיה יז, יב) הוי המון עמים רבים. וישראל טובעין בתוכו, שנאמר (תהלים סט, ג) טבעתי ביון מצולה ואין מעמד. ואלמלא הקב"ה עמהם לא היו יכולין להנצל. שנאמר (ישעיה מג, ב) כי תעבור במים אתך אני. וכיון שצפה דוד, שפעמים שהחטא גורם והם מתגברין כשבולת של נהר לשטף את ישראל, התחיל צווח, (תהלים י, יב) קומה ה' אל נשא ידיך. ארים ידיך דאנן טבעין. וכן הוא אומר, (שם סט, טז) אל תשטפני שבולת מים. לפיכך הוא אומר, קומה ה', זכור שבועתך. אמר לו, חייך, אני נושא, שנאמר (דברים לב, מ) כי אשא אל שמים ידי. ואומר, (ישעיה מט, כב) הנה אשא אל גוים ידי:

אנשטאט זיך צופארלאזן אויף חסדי השם גייען זיי בעטן ביי א זבוב קצוץ כנפים פון איראן אולי יחוס אולי ירחם. 

איך וויל אפילו נישט טענהן זיך מיט די לאו לייפס, אבער לשיטתם אז מען דארף טוהן פעולות אין זיך נישט פארלאזן נאר אויפן בורא עולם. זענען זיי דאך גלייך מיט די ציונים, וואס טענה'ן פונקט אזוי! 

יוסקעלע » 29/12/2006 06:52

יוסקעלע » 29/12/2006 06:54

אוי מה היה לנו!!!!!!! וויפול חלב האט דער שוטה געפרעסן אז ער דארף צוקומען צו א פאלנע גוי זאל אים אריין לייגען אביסל שכל אין קאפ אריין

מלוה_מלכה » 29/12/2006 07:54


איך האב נישט געזען וואו דער גוי מאכט אים צו נאר.

ער האט געהאט א מיינונגס קאנפליקט איבער די פארגאנגענהייט פון די אראבערס, בסך הכל

דער טענה'ט אזוי  דער אנדערער אזי  .


וואס אן אמת, כלל ישראל האט אין אלע דורות זיך אנגעליטן צרות צרורות צווישן די פעלקער קיין הינטערשיד צווישן די קריסטן און אראבערס.

נאר וואס דען, אנדערש ווי ביי די קריסטן וואס מ'אט "אלץ" געליטן פון זיי, איז לעומת זה געווען געוויסע תקופות ביי די אראבערס וואס מען האט געלעבט פארהעלטניסמעסיג במנוחה .


אגב, זיין ענגליש איז פערפעקט

גביר_אדיר » 29/12/2006 10:47

איך ווייס נישט וואס איר ווילט, דער גוי, ווי א געלערנטער טעלעוויזשן האוסט, האט זייער פראבירט, עם אריין צו כאפן אין א פאסקע און עם קארנערן און ער האט זיך נישט געלאזט, איך מיין אז ער ענטפערט זייער גוט, און צו דער זאך.

Baachi » 29/12/2006 19:47


מלוה מלכה
גביר אדיר

אבי געפלוידערט, ווייניג יאהר האבן אידען געהאט מנוחה אין אונגארן, פולין אדער דייטשלאנד, טשעכיי, בעהמען , עסטרייך, שפאניע, האלאנד, און אפילו אין אמעריקע זענען אידען גלייכע בירגער . 
 
די מאכמעדאנער פרא אדם'ס קענען נאר דודלדען אידען ווען זיי זענען נכנע פאר זיי אלץ צווייט קלאסיגע בירגער, דאס איז אין זייער נאריש קאראן ביכל.

נישט  נאר קען ער נישט קיין היסטאריע פון דעם יידישען פאלק נאר איר אלע וואס ווילען רעפרעזענטירן אונז זענט אויך פוסטע בורים און עמי הארץ.

אשטיקעלע רמב"ן פרשת וישלח ווי ער רעדט פון גלות אדום

וראיתי במדרש (קה"ר ט יח) מה עשה, זיינם מבפנים והלבישם בגדים לבנים מבחוץ, והתקין עצמו לשלשה דברים וכן עיקר והכונה בזה, כי יעקב יודע שאין זרעו כלו נופל ביד עשו, אם כן ינצל המחנה האחד על כל פנים:
 וגם זה ירמוז שלא יגזרו עלינו בני עשו למחות את שמנו, אבל יעשו רעות עם קצתנו בקצת הארצות שלהם, מלך אחד מהם גוזר בארצו על ממוננו או על גופנו, ומלך אחר מרחם במקומו ומציל הפלטים וכך אמרו בבראשית רבה (עו ג) אם יבא עשו אל המחנה האחת והכהו, אלו אחינו שבדרום, והיה המחנה הנשאר לפלטה, אלו אחינו שבגולה ראו כי גם לדורות תרמוז זאת הפרשה:

ווערסט נתפעל פון א פערפעקטן ענגליש! די נבילה האט ווייסע ציין. יעדער גוי רעדט אזוי.  

אגב, אלע יידישע קאפוס און די רשעים פון יודן ראט, האבן געטענה אז זיי ווילען "ראטעווען" אידען.  תוקן על ידי - baachi - 29/12/2006 19:56:41

gezoogt » 29/12/2006 20:57

יעצט געהאט דעם ערשטען טשענס צו זעהן דעם קלפי פון דעם רודף ווייס אויף פאקס.

ער פארשטייט זיך פרעדיגט זיין טאקינג פוינטס איבער און איבער  (עס איז ממש הפלא'דיג ווי דער פערד זאגט מיט א זיכערקטייט we represent 100 of thousands of jews... איך וואלט געוואלט  אז מיין באנק טעלער זאל אמאל ניצען זיין קאלקעלעיטער. א קבוצה פון לכל היותר 40 האומלעס אנאימפלויד ליידיגייערס איבערן גארען וועלט, קומט אויס צו הינדרעטער טויזענטער...).
 
איין שאלה פרעגט אים די קאבוטו צו דער זאך וואס דער מטורף/רודף ענטפערט אים נישט, די שאלה וואס איך פרעג איינער פון די רודפים\מטורפים ווען ער פגע'ט זיך אן אין מיר. לענ"ד פרעגט דאס אפ זייער גאנצער יסוד אז הכנעה וועט העלפען.

די נוצרים אין דארפור, סאמאליא אינדאניזשא וכו' וכו', די רוסען אין טשעטשניע די סערבן אין באסניא די הינדו אין קאשמיר, ווי עס וואינט נאר א צווייטען אומה, אדער אפילו אן אנדערע נטיה אין זייער אייגען גלויבען, לדוגמת די סעקטעריען שחיטות אין איראק, סיריע, ווי איבערען גארען וועלט עס זאל נאר זיין, די אלע האבען שוין איינגעזעהן אז מיט דעם ידו בכל ויד כל בו קען מען נישט לעבן אינטער איין דאך. קיין איינער פון זיי  האבען נישט אזוי געליטען פון די פראי אדם ביז די לעצטער פופציג יאר, אבער די לעצטער פופציג יאר זייט די אומה הישמעאלית האט זיך געהויבען דעם קאפ אדאנק דעם אויל, לייט מען פון זיי צרות יגון ואנחה, שחיטות הריגות שונות ומשונות.

וואס פאלט איין די רודפים\מטורפים אז זיי שטייען בעסער ווי די אלע אויבען דערמאנטער, וואס מאכט זיי טראכטען אז זיי - אנדערש ווי עני אנדערע אומה איבערען גארען וועלט - קענען יא קא-עקסיטירען מיט די סאב-יומען חיות יער.

דאס איז חוץ דעם בלעכענעם שקר אז מען האט נישט געליטען פון זיי ביז פופציג יאר צוריק. די ראיות וואס זיי ברענגען איז ממש א ליצנות, א שטייגער איינער וועט ברענגען א ראי' אז מען האט קיינמאל נישט געליטען פון די רוסישען קייסער ווייל די ערוך השולחן שרייבט אין חו"מ שפ"ח אז די רוסישער קייסער איז געווען א מלך של חסד מלא רחמים, וצדק ומשפט מכון כסאו...

דענקער » 29/12/2006 21:54

מער יארן האט מען געהאט מנוחה פון די גוים וויפיל צרות מען האט געהאט פון זיי.

ווער עס קען נאר אביסל היסטאריע ווייסט דאס.

נאר, מען געדענקט בעסער פאגראמען און שחיטות ווי געבענטשטע יארן.

איןבעיה » 29/12/2006 23:04

געזאגט,

_________________

aaatozzz » 31/12/2006 03:23

ג-ט זאל אפהיטען וואס מען קען אלץ מסביר זיין,

אבער רבותי ! זייט רוהיג, דאס איז נישט דער סוף זיי גייען נאך טוהן זאכען פיל ערגער, מען וועט נאך זאגען מילא אז מען איז גאגאנגען צו די הולוקוסט פארלייקענערס אבער דאס ...... (אמאל האט מען געהאט טענות אויף די דעמאנסטראציעס, היתכן מען גייט צו די גוים, היינט זאגט מען מילא די אמאליגע דעמאנסטארציעס),

אזוי ווי זיי זיינען מתפלל שמדינת ישראל תתבטל בלי שום נזק ויהודי כלל ח"ו (עפרא לפימייהו), אזוי דארף מען מתפלל זיין שיסתלסמו הם ובניהם ונשיהם וכו'...... להנאה המלאה של עם ישראל.

 

גביר_אדיר » 31/12/2006 03:59

געזאגט, ס'איז נישט אמת אז נאר די לעצטע פופציג יאר האבן זיי זיך געהויבן דעם קאפ, זיי זענען געווען ביטערע רוצחים אלע זייערע יארן נישט זייט מוחמד נאר אסאך פריער שוין, און במשך די יארן ווען זיי האבן איינגענומען לענדער האבן זיי געהארגעט די מאסן מיט שוידערליכע רציחות.

מיט דעם אלעם בלייבט עס א פאקט אז די אידן זענען געווען אן אויסנאם, נישט אז מען האט קיינמאל גארנישט געליטן פון זיי, (איך קען אויך דעם אור החיים הק') נאר בדרך כלל האט מען געלעבט בעסער דארט ווי אין קריסטליכע אייראפעאישע מדינות. אמת זייער קאראן זאגט אז מען דארף די אנדערע פעלקער און רעליגעס האלטן אלס צווייטע קלאס בירגער. אבער אין אייראפע וואלט מען געווען זייער העפי מיט זיין צוייטע קלאס בירגער.

די היינטיגע גוי'אישע קריסטליכע פראפעסארן, וועלכע שטודירן איסלאם, טענה'ן אז די קריסטן האבן מער געליטן פון די איסלאמער ווי די אידן האבן געליטן פון די קריסטן, און זיי מוטשענען זיך צו געבן הסברים פארוואס די אידן האבן די איסלאמער יא געלאזט לעבן נארמאל.

ליכטיג » 2/1/2007 20:47

מאה אחוז

לערן היסטאריע אביסל.

אין די לענדער זענען בדרך כלל די אראבער אליין נישט געווען בעל הבית, נאר די אייראפיאישע אין די טערקען אמאל.


עס איז געווען גענוג אידישע צרות צווישען די אראבער אפילו אין ירושלים האבען די אידען נישט געהאט קיין רעכטען.

אפילו א עלית דם האבען זיי געמאכט אין דמשק.

מאה_אחוז » 3/1/2007 18:25

אל כבוד ידידי יוסקעלע ושאר המגיבים,

איך זע אז איר האט ניט געליינט מיין תגובה, איך וועל איר מעתיק זיין דא כצורתה:


דער כלל פון עשו שונא ליעקב, טוט ניט ממעט זיין די אראבער, זיי זענען אויכט אין דעם כלל.

אבער דער מציאות איז אז ביז די צייטן ווען די ציונים האבן אנגעהויבן טומלן וועגן מאכן די מדינה אין פלעסטינה, האבן אידן געלעבט מער בשלוה צווישן די ישמעאלים אוואו צווישן די נוצרים, דאס איז דער מציאות,

באקי,

ווען איר זיינט געווען אוף חופש, איז דא אין פארק געווארן אדורכגטון די נושא אז אין אושוויץ אבן אויכט די ציונים געהאט א גרויסן יד, פון די אוסרופן א בויקאט אוף דייטשע מסחר, ביז מסרב זיין צו אויסלייזן טויזנטער אידן פאר אביסלע געלט.

און דאס גיט אויכט א בליק וואס מיינט מתיר את בשרכם,

דאס וואס דער פסוק איז מזהיר כלל ישראל אז אויף עובר זיין אוף די שלש שבועות, איז דאס דער עונש רח"ל וה"י.

און אויב ביסטו מטיל ספק אז די מתיר את בשרכם פון אושוויץ האט שייכות מיט די ציונים, און דו אסט נאך א גוטן זכרון צו געדענקן די היסטאריע פון "נצחונות" פון די ציונים, ביסטו ניט צופיל באזוכט אין ארה"ק,

ווער עס איז "קרובים אל החלל" אין הייליג לאנד וועלן קענען פארציילן פון די זאכן וואס דו וייסט - אולי - ניט, (אדער דו ווילסט ניט וויסן), פון די אלע באמבעס און מתאבדים וואס האבן שוין אומגעברענגט הונדערטער הונדערטער אידן רח"ל, ממש כצבאות וכאילות השדה, טאקע אין הייליג לאנד, די מדינה איז כהיום "טוב בארץ", גוט אינר'ערד, מיט אלע כחות הצה"ל, זענן זיי אומבאהאלפן אנטקייגן די אראבישע רוצחים ימ"ש

יא, דאס ליידר מיינט די פסוק!

ה' יגאלנו גאולת עולם במהרה וינקום לעינינו נקמת דם עבדיו, בב"א

Baachi » 3/1/2007 21:10

מאה אחוז
דיינעו וערטער אין בלוי

דער כלל פון עשו שונא ליעקב, טוט ניט ממעט זיין די אראבער, זיי זענען אויכט אין דעם כלל.

אבער דער מציאות איז אז ביז די צייטן ווען די ציונים האבן אנגעהויבן טומלן וועגן מאכן די מדינה אין פלעסטינה, האבן אידן געלעבט מער בשלוה צווישן די ישמעאלים אוואו צווישן די נוצרים, דאס איז דער מציאות,

שקר וכזב

באקי,

באטשי

ווען איר זיינט געווען אוף חופש, איז דא אין פארק געווארן אדורכגטון די נושא אז אין אושוויץ אבן אויכט די ציונים

דאס זענען געוועהן רשעים נישט ציונים

געהאט א גרויסן יד, פון די אוסרופן א בויקאט אוף דייטשע מסחר,

טעותים האט געמאכט יעדער איינער אריינגערכענט רבנים וואס האבן נישט געלאזט פארען קיין ארץ ישראל

 ביז מסרב זיין צו אויסלייזן טויזנטער אידן פאר אביסלע געלט.

שטות גדול ונורא! די נאציס האבן נישט געדארפט קיין געלט פון די יידן,  זיי האבן געוואלט געוואנען צייט אויס צו הארגענען אידען.  

און דאס גיט אויכט א בליק וואס מיינט מתיר את בשרכם,

???

דאס וואס דער פסוק איז מזהיר כלל ישראל אז אויף עובר זיין אוף די שלש שבועות, איז דאס דער עונש רח"ל וה"י.

מיר פאסקענען פון שו"ע און פון רמב"ם נישט פון א פסוק, אחוץ אז דו ביזט א קראי

א גוטן זכרון צו געדענקן די היסטאריע פון "נצחונות" פון די ציונים, ביסטו ניט צופיל באזוכט אין ארה"ק,

ציונים איז נישטא מעהר היינט, מדינת ישראל האט גאוואונען אלע מלחמות וואס זי האט געפירט - חוץ די לעצטע וואס איז געבליבן שטעקן אינדערמיטן, און סאיז געוועהן אסאך מעהר הרוגים פון די גויים.

ווער עס איז "קרובים אל החלל" אין הייליג לאנד וועלן קענען פארציילן פון די זאכן וואס דו וייסט - אולי - ניט, (אדער דו ווילסט ניט וויסן), פון די אלע באמבעס און מתאבדים וואס האבן שוין אומגעברענגט הונדערטער הונדערטער אידן רח"ל, ממש כצבאות וכאילות השדה, טאקע אין הייליג לאנד, די מדינה איז כהיום "טוב בארץ", גוט אינר'ערד, מיט אלע כחות הצה"ל, זענן זיי אומבאהאלפן אנטקייגן די אראבישע רוצחים ימ"ש

טאמער פארלירען אין א מלחמה הייסט מתיר את בשרכם, אויף וועלכע שבועות האבן די ישמעאלים עובר געווען אז זיי זענען געהארגעט געווארען צעהן פאכיג(!) מעהר ווי די אידען. אויף וועלכע שבועות האבן די אמעריקאנער עובר געוועהן אין וויעטנאם? אין קארעא? אין איראק?

יא, דאס ליידר מיינט די פסוק!


יא דער פסוק פון ...אין קץ לדברי רוח

ה' יגאלנו גאולת עולם במהרה וינקום לעינינו נקמת דם עבדיו, בב"א

מסכים 100%