היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איז מעגליך צו האבן ווייערלעס אינטערנעט אינדערהיים?

איז מעגליך צו האבן ווייערלעס אינטערנעט אינדערהיים?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2116998

בשמחה_תמיד » 29/12/2006 00:47

איז שייך צו האבן אין סתם א הויז ווייערלעס אינטערנעט, אדער מוז מען גיין אין א האטעל, עירפארט, אד"ג?
אויב יא, וועלכע קאמפאני קען עס אהערשטעלן? ווער איז די בעסטע?

קושקע » 29/12/2006 01:13

איר קענט האבן ווייערלעס ווי אימער איר ווילט, אין הויז אין שוהל אויפן גאס אין וואלד, אזוילאנג ווי איר האט היי-ספיד אינטערנעט, די איינציגע זאך וואס איר ברויכט טאן איז קויפן א ווייערלעס ראוטער און  צוטשעפענען צום מאודעם, די ברענד-נעים ראוטערס זענען פון LINKSYS.

hotwire » 29/12/2006 02:58

קושקע נישט דאס איז זיין שאלה, ער וויל האבין אינטערנעט אהן קיין שום ווייערסבכלל ביי איהם אינדערהיים

בשמחה, די שאלה איז ווי די ביסט, אבער בכלליות איז דא ספרינט, ווערייזעאן, T-MOBILE סינגיולער

די שנעלסטע אין שטאט זענען ספרינט און סינגיולער

one_way » 29/12/2006 03:42

  you can call sprint in ask for an air card ,its a wireless chip that works with lap tops
it cost 60$

פטעטעלע » 29/12/2006 04:34

וויראזן אין ספרינט ביידע האבן דאס דאס הייסט א "עיר קארד" א ס'איז די סייז פין א סעלפאן אין דין כמעט ווי א קארד

אין מען לייגט עס אריין אין קאמפיוטער אזוי ווי א דיסק

איך ניץ וויראזן אין איך בין זייער ציפרידן

_________________

דיפלאמאט » 29/12/2006 08:07

זיי בודק אויב דיין שכן האט ווייערלעס און קענסט זיך אנקלעבן דערין.

אדער אויב דו ווייסט אז ער האט אינטערנעט, קענסטו צוקויפן א ווייערלעס ראוטער און נוצן אן צאלן א פיאסטער.

זה נהנה וזה נהנה.

חייםצדיק » 29/12/2006 08:31

איך ארבעט נאר מיט ווירלעס וואס איך האב פון מיין געטרייע שכן אנטקעגען איבער די גאס

דיפלאמאט » 29/12/2006 19:42

העבר אין,

פארוואס זאלן אנדערע נישט הנאה האבן פון די אינפארמאציע?