היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » גרויסע הפגנה געפלאנט אקעגען נטורי קרתא

גרויסע הפגנה געפלאנט אקעגען נטורי קרתא

30 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 31 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2115271

איןבעיה » 26/12/2006 19:58

באקימען אין אישי



 

LOUD, LEGAL, LAWFUL PROTEST AGAINST NETUREI KARTA'S ATTENDANCE AT HOLOCAUST DENIERS CONFERENCE SUNDAY JANUARY 7 1 P.M. NETUREI KARTA HEADQUARTERS 102 SADDLE RIVER ROAD MONSEY, NY 10952

For bus from Brooklyn call 212-252-3383

 

Here are the addresses and phone numbers of these goons if anyone is interested in them:

Yisroel Dovid Weiss SR"Y (Sheim Reshaim Yirkov)
183 Quackenbush Ln.
Tel: (845) 356-1737

Yisroel Pinchos Feldman SR"Y
208 Saddle River Rd.
corner Park
Tel: (845) 352-3927

Dovid Shlomo Feldman SR"Y
15 Old Nyack Tpke
Tel: (845) 426-6812

I would take extreme caution in pranking these clowns. For you never know if they are receipients of PA security (after all they are card carrying members of the PA) BE CAREFUL

--------------------------------------------------------------------------------------------------------------

LOUD, LEGAL, LAWFUL PROTEST AGAINST NETUREI KARTA'S ATTENDANCE AT HOLOCAUST DENIERS CONFERENCE SUNDAY JANUARY 7 1 P.M. NETUREI KARTA HEADQUARTERS 102 SADDLE RIVER ROAD MONSEY For bus from Brooklyn call 212-252-3383

--------------------------------------------------------------------------------------------------------------

A blog has been established for those who wish to speak out against the Neturai Karta. Let the world know that we Yidden DO NOT agree to this abominable behavior! Post your messages at http://protestnk.blogspot.com/

_________________

עבדעברי43 » 26/12/2006 22:54

נחום  ראזענבערג . ווייל ער זאגט א פאר זאכען דעם אמת . קיין איין רב איז נאך נישט ארויסגעקומען קעגעןו עהם.   ער איז לויט "מאה אחוז" א משוגענער. . איי קבל את האמת ממי שאמרו דאס איז ביי עהם גארנישט

אבער די וואס זענען געגאנגען קיין איראן וואס קיין איין רב אין די וועלט האט זיך נאך נישט אנגענומען פאר זיי . אפילו די גרעסטע קנאים רז"ל בי"ד . אדער הרב דומב. אפילו הרב לייטנער. .  נאר אדרבה אפילו די אייגענע רבנים בראש מיטן סאטמארער רבין שליט"א זענען אפען ארויסגעקומען קעגען זיי . די זענען נארמאלע מענטשען.

לייען אליין וואס דו שרייבסט. גיין בתחנונים צו די אראבער (אפלייקענען יודיש בלוט פון זכור אשר עשה לך) איז א  עולה שאין לו כפרה (עס איז יא דא כפרה -זיי זאלן צוריקציעהן)  אבער גיין מאכען הפגנות. מיט מעשי אלימות וחילול ה' . אין וויליאמסבורג ביי די הייזער פון "גאלדהירשס טאטע"  ווייל זיין זון האט געמאכט א עירוב עפ"י פסק פון רבנים.
און מחלל זיין קדושת ישראל מענער און בחורים זאלען נאכשרייען פרויען און מיידלעך בריש גלי אויף די גאס. איז א סאך ערגער וויא אין מאנטשעסטער גיין מיט כופרים.
כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה (איז דען פאראן א גרעסערע גדר ערוה פון דעם . מענער זאלען שרייען צו פרויען)  (אנטשולדיג איך האב פארגעסען זיי זענען נישט קיין פרויען נאר "מילך קעסטלעך")
אנדרלומסיא ר"ל באה לעולם. דא גייט מען און מען ברענגט  ר"ל א כלי' און נאכדעם גייט מען זיך לעקען צו גויים אז זיי זאלען מבטל זיין די אדרלמוסיא רח"ל.
דאס איז דער אמתער פירוש אין "היפאקריזם"

עבדעברי43 » 26/12/2006 23:10

גיין צוזאמען מיט כופרים(אין מאנטשעסטער)  אפילו קעגען א רודף . איז א שאלה אויב מען מעג. איי לשיטתם(פון די פראטעסטירער)  איז עס דאך כדי להציל פונעם רודף. דאך מיט כופרים צוזאמען אפשר טאר מען נישט גיין.

אבער צו גיין צוזאמען מיט גויים כופרים באמונת השי"ת כדי להציל . דאס מעג מען דען יא . (הרמב"ם פוסק שהערביים ואמונתם הוא כפירה גמורה) עס איז דאך קלאר קעגען דעם פסק פון ביד"צ פון די עדה החרדית און קעגען דעם פסק פון וויליאמסבורגער בי"ד מיטן רב שליט"א בראש וואס באציעהן זיך אויפן פסק אמת פון  כ"ק אדונינו מורינו ורבינו המלך הקדוש רשכבה"ג .זי"ע .  וואס דער נאסאדער רב זי"ע האט אויסגערופן  ביים אסיפה . פארן גאון הגאונים דעם שימלויער רב זי"ע הי"ד אז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . נו מאן ספין ומאן רקיע אין אזאלכע זאכען וואס איז עומד ברומו שלם עולם . צו זאגען א פסק דערקעגען. בפרט עס איז דאך טאקע נישטא קיין איין רב וואס זאגט דערקעגן. אלע האלטן מיט6 מיטן סאטמארען בי"ד.

משא"כ ביים עירוב . האט מען קיינמאל פון רבין זי"ע קיינמאל נישט געהערט לאיסור. נישט מפיו און נישט מפי כתבו. און עס איז דא תרי תנאי אליבא דרבי. . איז דאך די הלכה אז יעדער מעג טאן לויט זיין פסק. דעמאלס מעג מען שרייען שלאגען איבערקערן וועלטן.
נאר דא ווען עס איז דא א בפירושער פסק קודש פון רבין זי"ע . וואס איז נחתם געווארן בגושפנקא דמלכא פונעם אייגענעם סאטמארער בי"ד .דארט נעמט מען זיך אהן פאקערט.

ראו את מי אתם מחליפין במי.. גאנץ כלל ישראל מיט אלע אירע רבנים פון איין זייט . מיט א פאר יחידים פון די אנדערע זייט.
כולנו זכינו לשמוע דברות הקודש  מלהבות האש בקולות וברקים ובקול השופר להזהיר אותנו בין מן הציונים למיניהם. ובין מן אותם וואס פארשמוצען און פארדארבן. ל"ע
אז דעס איז נישט טייטש היפאקריזם דעמאלס . איז נישטא מער קיין "היפאקריזם"

איןבעיה » 26/12/2006 23:14

עס איז דא א בריוו די וואך אין דער איד פין יוסל בעכער פין די נטורי קרתא,(ווער עס קען זאל עס ביטע אריינסקענען)  ווי ער באוואשט די חברה אין ריפט זיי אן רשעים, אין זאגט קלאר אז דאס איז נישט געווען די דרך פין די מייסדי נטורי קרתא הרב בלוי וכדומה.....

אבער אפאר אונגארישע קעפ דא פארשטייען אנדערש....
די תלמודים זענען נאך עקסטרעמער פין זייער רבין...
דאס אז זיי פארמאגען א קנאפער מנין אקעגען מיליאנען אידען איבער דעם גארער וועלט, דאס איז ביי זיי גארנישט.

ווי לאנג דארפען מיר צולאזען אז אפאר בעלי תשובה אין שבבניקעס זאלען פארשמיצען דאס פנים פין חרדישע אידען איבער די וועלט?

_________________

עבדעברי43 » 26/12/2006 23:31

ווען הרב משה בער בעק כבודו במקומו מונח. איז געווען א וויזניצער חסיד איז ער אויך דעמאלס געווען "עקסטרעם" ממש געצווינגען יעדען זאל גיין מקיים זיין די "מצוה" (עבירה) פון די בחירות.
 
היינט איז ער עקסטרעם פארקערט.

עס איז דא טעיפ פון הרב דומב. וואס איז א פיקח. וויא ער עהם אהן רח"ל . (איך וויל נישט ארויסשרייבען  ווער עס וויל  קען עס הערן)
חוץ דעם אז די אראבער זעהן . אז נאר זעקס אידען האלטן מיט מיט זיי . זעהן זיי קלאר אז גאנץ כלל ישראל אפילו סאטמאר איז קעגען זיי . דעמאלס איז דאך טאקע ל"ע שרעקליך אן התגרות רח"ל.

ווען קיינער גייט וועין נישט צו זיי . וואלטן זיי זיך געקענט אייינרעדען אז עס איז דא טויזענטער אידען וואס זענען נישט קעגען די אראבער . אבער אזוי וויא זיי זעהן אז נאר 6 מענטשען זענען זיך אנגעקומען. און כלל ישראל שרייט געוואאלד מיט צעטלעך און מיט צייטונגען און מיט פראטעסטן . אז די 6 אידען פארטרעטן קיינעם נישט. זעהןו דאך די אראבער אז ח"ו גאנץ כלל ישראל איז קעגען זיי

האבען זיי דאך געמאכט א סאך ערגער מיטן גיין צו זיי

להבדיל אלף אלפי הבדלות דער תנא א-קי רבן יוחנן בן זכאי  איז דאך געווען דער פארטרעטער פון כלל ישראל בימים ההם. האבען די גויים געזעהן דעמאלס אז כלל ישראל מיט זייער מנהיג וויל שלום מאכען נאר א פאר בריונים ווילן נישט אבער דא איז דאך פונקט פאקערט.יעדער ווייס אז פאר זענען נישט מגדולי האומה . נאר זיי ווערן פארשריגען פון די גדולי האומה.

דאס זעלבע יעקב אבינו עליו השלום. ער איז דאך געווען "כלל ישראל" אליין. ער איז געגאנגן צו עשיו . דאס הייסט אז כלל ישראל איז זיך מכניע. אבער אז 6 מטור.. גייען און כלצל ישראל שרייט פארקערט . מאכן זיי דאך דעם פייער ר"ל און עס קומט אויס אז זיי זענען ממש רודפים רח"ל.  (נישט להלכה) עפ"י פסק פון אונזערע בתי דינים און אונזערע רבנים.
חוץ דעם שטייט דאך בפירוש אין דעת זקנים און אין בעל הטורים אז יעקב אבינו איז נענש געווארן ל"ע ווייל ער האט זיך מכניע געווען צו עשיו.   נו!! פארשטיי מיר אונדז די הויכע עניינים.
איז עס דען איבערגעגעבן געווארן צו פלעינע פשוטע מענטשען. וואס ווילן נישט הערן דעם דעת תורה.
השי"ת ירחם עלינו

knowit_all » 27/12/2006 00:46

Come Enjoy a FREE FUN &  ACTION PACKED SUNDAY AFTERNOON At:

102 Saddle River Rd. Monsey, NY  10952

Bring your friends especialy troubled teens and treat them to some fun 

עבדעברי43 » 27/12/2006 01:40

טייערע אידען . לאזט ענק אפ פון די אלע נארישע נישט אויסגעהאלטענע פראטעסטן. . בפרט אז די אלע מענטשען וואס זענען געגאנגון קיין איראן צו די רוצחים זענען סתם אטענשאן זיכער. און דאס איז זייער רצון . עס זאל זיך טון  וועגען זיי. מען זאל זיי האלטן וויכטיג . עס איז דא פראטעסטן אקעגן זיי וכדומה . מיט דעם איז מען נאר מחזק. מען מאכט זיי וויכטיג. חוץ דעם איז עס נישט גוט פאר די אראבישע וועלט . כאילו זיי זענען יא עפעס. מען פראטעסטירט קעגען זייער מיינונג.
ובכלל ביי ביתו של רמ"ב בעק אין נכון לעשות הפראטעסט. ווייל ער מיינט עס עכ"פ ערענסט. נאר די נאכטאנצערס זענען סתם פראסטע לייט. וואס זיי האבען געוואלט ווייזען פאר זייערע משפחות און גוטע פריינט אז זיי זענען דאס אויבערשטע פון שטייסל די סמעטענע פון כלל ישראל.    אזוי וויא טוען אויך מיטן נאכשרייען פרויען אויף די גאסען צו ווייזן אז זיי זענען זייער ערליך. דערווייל יעצט איז נתגלה געווארן לעיני כל ישראל. מיטן פסק פון סאטמארען בי"ד און די ביד"צ עדה החרדית. אז זיי זענען גארנישט אזוי ערליך וויא זיי ווילן זיך אהערשטעלען. פונקט פארקערט. אזוי וויא הרב רבי יוסף בעכער שליט"א שרייבט אויף זיי "רשעים":  זיי זענען אויסגעשפיגען געווארן פון סאטמאר אפילו פון די בני יואל. און אפילו פון די עכטע נטורי קרתא הרב דאמב וכדומה.
די זעלבע מיט די פאר משוגענע שרייערס שבת אויף די גאסען. זיי הייסען מער נישט קיין קנאים . קיין ערליכע. מען קוקט זיי אהן אפילו אין סאטמאר וויא עטליכע צודרייטע מטורפים. וואס זענען מלא האס און שנאה. און זיי האבען נישט קיין טראפ יראת שמים. ווייל זיי זענען עובר איסורי דאורייתא (עיין בדרך פיקודיך) צו קוקען אויף פרויען . און שרייען אויף פרויען . זיי וועלען בלייבן לחרפה ולדראון עולם (סןף דניאל) זיי זענען שוין יעצט .  אדם אומר לבנו . לא תהא כפלוני. באלד וועסטו אויסזעהן וויא דער משוגעגנער "  גרי..  וכדומה
דער ירושלימער מגיד האט אמאל געזאגט די גמרא זאגט (ב"ק נט) אליעזר זעירי הוה סיים מסאני אוכמא. ער האט אנגעטון שווארצע שיך (דעמאלס איז מען נישט געגאנגן מיט שווארצע שיך) ער האט געוואלט ווייזן אז ער קלאגט אויף ירושלים. האט מען עהם געפרעגט "דו ביסט דען דער פערזענליכקייט אז דו זאלסט קלאגען אויף ירושלים." מען האט עהם געלערנט דרך ארץ.  . דאס זעלבע להבדיל די פאר 6 אירע זענען דען דאס חשובסטע צו פארטרעטן כלל ישראל  מיט זייער אפגעפרעגטע מיינונג.
שטעלט אייך פאר איינער זאל גיין א גאנצן טאג אויף די גאסען מיט די תפילין. וואס דאס איז דאך זיכער לכולי עלמא א מצות עשה דאורייתא יעדע רגע. וואלט ער דען געהייסן א ערליכער איד אדער א נארמאלער מענטש. עס איז דאך היינט א יוהרא. ווער איז ער צו זיין מער חכם וויא אונזערע רעביס. דאס זעלבע . עס זאל נישט זיך נישט טרעפען אפילו  איין רב ביי גאנצען כלל ישראל וואס זאל מיטהאלטן מיט די פאר 6 חברה. . אברהם אבינו עליו השלום ביי סדום האט ניטאמאל געוואלט בעטן אויף ווייניגער וויא צעהן צדיקים . וווייל עס וועט גארנישט העלפן. נאר די 6 מכלומערשטע דאס וועט אונדז העלפן. דאס וועט אונדז ראטעעווען.  עס איז דאך דאס גרעסטע ליצנות.

מען דארף נישט מאכען קיין פראטטעסט. זיי זענען שוין ממילא מופרך מעיקרא . ואנו אין לנו רק התורה הזאת שקיבלנו. מרבותינו הקדושים מוסדי דור ודור מיט די בתי דינים ורבנים בדור הזה.

tzudick » 27/12/2006 02:06

אינטערעסאנט , אז "יעצט" איז יעדער גרייט ארויס צו קומען קעגן די באנדיטען, ווי זענט "עטץ" גיווען ביז יעצט? זייער פארגאנגענע חברים'שאפט מיט איראן איז אייך יא אנגענומען? וועלעכע "מוסדות" האבען אויפ'גיהאדעוועט די פירות? אין וועלעכע "בתי מדרשים" זענען זיי ביז יעצט גיווען "וועלקאם" ווען זיי האבען "לוחם" גיווען קעגן די "ציונים" איז ענק גוט גיווען, דעמאלטס פארוואס אנטלויפען ענק ווען זיי האבען אנגימאכט ?...

Baachi » 27/12/2006 02:34

עבדברי

דיינע ווערטער

"וואס באציעהן זיך אויפן פסק אמת פון  כ"ק אדונינו מורינו ורבינו המלך הקדוש רשכבה"ג .זי"ע .  וואס דער נאסאדער רב זי"ע האט אויסגערופן  ביים אסיפה . פארן גאון הגאונים דעם שימלויער רב זי"ע הי"ד אז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . "

WOW!!!!

שאלתי ובקשתי

סאיז געוועהן נאך איינער אזוי ווי ער אין דברי הימים פון דעם יידישען פאלק וואס זיינע חסידים האבן אזוי געהאלטן? (חוץ שבתי צבי?)

ביטע ווייז אהן.


לחייםיודען » 27/12/2006 02:34

טייערע עבד עברי:
איך זעה אז דו ביסט ONE סייד טרעקט. וואו מען רעדט נאר פון עפעס א נושא, קריכסט איר אלס אן צום עירוב אין וומ"ס?. וואס גייט פאר מיט אייך? (מאכט נישט קיין טעות, דער גאנצער עירוב איז נישט מיין נושא, ס'גייט מיר אן ווי דאס פאריעריגע שניי, אבער פליז, פליז, פון וואס מען רעדט נאר מוז דאס אריינקומען?).

און צום עצם פראטעסט:
ס'קומט פשוט צו לאכן. יארן, יארן, וואס די סאטמארע מאכן פראטעסטן קעגן מדינת ישראל און אירע רשעות'דיגע גזירות וועלעכע איז געווענדליך באגלייט מיט 'רציחות' ממש, און קיין איינער פון די אלע וואס וועלן זיך באטייליגן אין דעם אזוי גערופענעם פראטעסט האבן נאך קיינמאל נישט געפילט פאר וויכטיג זיך צו באטייליגן און אנטייל נעמען דערין, פלוצלינג קריכן זיי אלע ארויס פון די מייז לעכער...

און נאך אזאך, יארן צוריק, ווען דער סאטמארער רבי זצ"ל האט אנגעהויבן מיט זיינע פראטעסטן אין די אמעריקאנע גאסן קעגן מדינת ישראל, האבן די אלע, וועלכע קומען פון די קרייזן, געשריגן און פארפירט אויף דעם סאטמארער רבי'ן, היתכן ער גייט ארויס שרייען אין די גאסן אנטקעגן אידן?. פלוצלינג איז אלעס מותר געווארן... (און ווידער דאס זעלביגע, איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם עצם נסיעה קיין איראן, ווייל עס גייט מיך נישט אן, פאר יא פאר נישט, טוה וואס דו ווילסט. אבער דער פראטעסט קאסט מיר פשוט א לאך).

איןבעיה » 27/12/2006 05:17

   

'Stupidity' in attending Holocaust-denying summit

By JOSEPH GESTETNER
(Original publication: December 22, 2006)

The attendance of a few ultra-Orthodox Jews at the recent Holocaust-denying summit in Iran brought anger to some and raised the eyebrows of others. In the ultra-Orthodox Jewish community in New York and elsewhere, the acts of these six were met with fuming rage and unprecedented dissent.

Let me set the stage here: I am an ultra-Orthodox/Hasidic Jew. I spend a large portion of my time in the anti-Zionist circles of the Orthodox Jewish community. In fact, I write current event/political columns for a weekly publication whose editorial board is staunchly anti-Zionist and regularly attacks the existence of the State of Israel and its actions. I personally, however, am not anti-Zionist nor am I pro-Israel. I am a Jew first, American second and, politically speaking, conservative third. Nevertheless, since I belong in the ultra-Orthodox Jewish community, I frequently participate in, or listen to, debates that take place between the pro- and anti-Zionist factions of our community. Never, never ever, have I seen such outrage among the anti-Zionists crowd against those few who went to Iran and participated in the infamous summit.

For years, the anti-Zionists in our community have frequently and openly distanced themselves from, and protested against, the State of Israel. The anti-Zionists' opposition to the "Jewish State" is based on a religious belief that Jews in exile should not rise against their oppressors. Instead, they should wait for Messiah. Unfortunately, the extreme-minded element of the Jewish anti-Israel movement took it to the next level. As shown in photos, some of the six who were last week in Iran, have participated in pro-Arab/Palestinian rallies and met with the blood-thirsty terrorist Yasser Arafat. Recently, one of the radicals even hugged the anti-Semitic president of Iran. These acts were never welcomed in the mainstream of the anti-Zionist movement and were sometimes condemned by responsible leaders and editorial writers of the Orthodox Jewish community.

Last week's step by these six was over the top to say less than the least. The words disgusting and outrageous do not accurately describe the strong feelings that even anti-Zionists of the Jewish community have toward these six for their stupidity. In an unusual manner, the anti-Zionist editorial writers switched gears and unleashed the power of their pens against these six for the psychotic act of participating in a Holocaust-denying summit led by a Jew-hating clown.

Editorial writers, rabbinical leaders and the average Yossi and Moshe of the Jewish community ask the obvious: How is it possible that Jews whose families were torn, tortured, robbed and killed through Hitler's Nazi machine can participate in a summit of this type? Where is the conscious of the great suffering? Where is the respect for the Holocaust survivors who schlep around with un-healing pains of those dark years? No ideological agenda, no well-explained point of view, can speak more than the photos that made the pages of newspapers worldwide.

Although I personally know a few of these six and had prayed with them in one synagogue, I have to wonder if they can be identified as Jews. Certainly, this rhetoric is harsh. But I am honest to God that I am merely echoing the sentiment that has surrounded the anti-Zionist faction of the ultra-Orthodox Jewish community. The issue of remembering the Holocaust should not be associated with one's opposition or support of the State of Israel especially in the context of last week's summit.

I am not speaking for the Orthodox Jewish community; nor did the infamous six speak for any Jew but themselves. May God continue to heal the pain of those who survived the Holocaust and other atrocities. Amen.

The writer, a Spring Valley resident, is a political columnist at Der Blatt, a Yiddish language publication, and a freelance journalist for publications that circulate in the ultra-Orthodox Jewish community.

_________________

מאה_אחוז » 27/12/2006 21:56

ווי א היפאקריט קען מען זיין, ווען דער 'עבד כנעני' שרייבט אין זעלבן טאג אין זעלבן אשכול צוויי דברים הסותרים זה את זה, "די נטורי קרתא האבן געמאכט דעם חילול ה', ווייל מטעם וואס זיי זענען געגאנגן קיין אירן, איז ארויס געקומען מחאות והכחשות פון גאנץ כלל ישראל אקייגן אירן", זענען דאך נטורי קרתא אוף דאס שולדיג, (זיי זענען די גורמים..)

אביסל שפעטער, שרייבט ער ווי געפערלאך און חילול ה' אס איז, ווען מ'שרייט אוף די עירוב אידן און מ'מאכט אוף זיי הפגנות, דארט איז שוין ניט שולדיג דער גורם... נאר די שרייער ומפגינים... (דא קוקט מען שוין ניט אוף קיין גורמים...)

העתקת לשונו כצורתו:

אבער אזוי וויא זיי זעהן אז נאר 6 מענטשען זענען זיך אנגעקומען. און כלל ישראל שרייט געוואאלד מיט צעטלעך און מיט צייטונגען און מיט פראטעסטן . אז די 6 אידען פארטרעטן קיינעם נישט. זעהןו דאך די אראבער אז ח"ו גאנץ כלל ישראל איז קעגען זיי




אבער גיין מאכען הפגנות. מיט מעשי אלימות וחילול ה' . אין וויליאמסבורג ביי די הייזער פון ".......ס טאטע"  ווייל זיין זון האט געמאכט א עירוב עפ"י פסק פון רבנים.


און מחלל זיין קדושת ישראל מענער און בחורים זאלען נאכשרייען פרויען און מיידלעך בריש גלי אויף די גאס. איז א סאך ערגער

ס'איז כדאי צו קוקן גלייך אין זיינע תגובות צו זען אוואו קרום א מענטש קען זיין.

דאס מיינט, א פשוטע היפאקריט

עבדעברי43 » 27/12/2006 22:33

טייערער באטשי די ווערטער וואס זענען דערמאנט געווארן אויבען "אז דער וואס איז מחולק אויפן סאטמארער רבין זי"ע איז א אפיקורס" . דאס איז נישט "מיינע ווערטער"  דאס איז געזאגט געווארן באש קודש פונעם היילגען נאסאדער רב הגה"ק  רבי אברהם יושע פריינד זי"ע . וואס ער האט נאך געקענט צדיקים "שרפי מעלה" ער האט נאך געווייקט אין צאנז ביים הייליגען דברי חיים זי"ע חוץ דעם איז ער אליין געווען א גאון און א פוסק א פייערדיגער איד . פוק חזי מאן גברא רבא קמסהיד על רבינו זי"ע גברא רבא אמר מילתא לא תחיכו עליה.

צווייטענס וואס דו שרייבסט שאלתי ובקשתי . צו עס איז געווען אין "דברי הימים" פון יודישען פאלק אזוי מין בחינה.

ידידי אהובי. איך קען דא נישט אויסרעכענען דעם דברי הימים פון אידישען פאלק ווייל יכלו הניירות והם לא יוכלו. ראה הקב"ה בצדיקים שהם מועטים עמד ושתלן בכל דור ודור. עס איז נישט דא א דור וואס עס איז ליידיג אהן צדיקים.
נאר פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך געבען א פאר דוגמאות (סעמפלס)  איך מיין דא ח"ו נישט צופארגלייכן . ווייל ווער קען דען פארגלייכען. אבער פאר א דוגמא איז עס גוט.
אויפן הייליגן רמב"ם און רמ"א האבען  "חכמי ישראל" געזאגט "ממשה עד משה לא קם כמשה" פון משה רבינו רבן של ישראל אדון כל הנביאים וואס די תורה אליין זאגט אויף עהם עדות. און דער ר"ן שרייבט אז ער איז עצמותו של תורה . חז"ל זאגען שכינה מדברת מתוך גרונו. עיין רמב"ם בפיהמ"ש בחלק אודות גדולתו של מרע"ה מובחר היצורים.  . אבער אויפן רמב"ם זאגען זיי אויך אזוי.
   און נאך א שאלה זאג מיר טייערער !! פון משה רבינו ע"ה ביזן רמב"ם לא קם כמוהו און וואס איז מיט די אלע תנאים אמוראים און נביאים און שופטים. געוואלד .דאס זעלבע אויפן רמ"א .

אויפן הייליגען אר"י הקדוש זי"ע שרייבן די תלמידים "החולק עליו כחולק על השכינה. (די גמרא זאגט דאס אויף יעדען תלמיד "החולק על רבו כחולק על השכינה" ) . דער הייליגער קאמארנער זי"ע שרייבט אין שלחן הטהור סימן ר"ס "מרן האריז"ל ששקול כשבעים סנהדרין של משה רבינו "ויותר" . נאכדעם שרייבט ער אז "מה ששמע לא מפי מלאך ולא מפי שרף אלא מפי הקב"ה בעצמו"


אויפן הייליגן בעש"ט זי"ע שרייבט רבי רב מענדעלע וויטעבסקער זי"ע אינעם אגרת הקודש "אחד היה הבעש"ט ומהקדמונים לא קם כמוהו"
אין שלה"ט סימן מ"ו שטייט וזל"ק  " אויפן בעש"ט זי"ע  " רבינו הקדוש אור ישראל גדול מרבן שמו תלמיד אחיהו השילוני (הנביא) שלמד עמו דבר קטן הויות דאביי ורבא ודבר גדול מעשה מרכבה וכל גנזי בראשית רבינו אשר החיה נפשינו וגאל אותנו מכל טעות ורשת היצר והקליפות נגה והאיר עינינו אור נפשינו איש א-קים קדוש רבינו הרב ישראל בן אליעזר אשר עשה אותות ומופתים לעיני כל ישראל וקדושתו וחסידותו ודביקותו בא-קיו ושפלת רוחו וענוותנותו ממש כמשה רבינו לא נראה ולא נשמע כמוהו מימות רבי שמעון בן יוחאי וכו'.
אויפן הייליגען רוזינער זי"ע שטייט פון אפטער רב זי"ע אז ער איז פונקט אזוי גרויס וויא די אבות (אין קורין אבות אלא לשלשה) און עס שטייט אז ווען נישט ער וואלט נישט געווען קיין כף רגל פון שום איד.
און מען וואלט געדארפט זאגען אין שמו"ע אויך א-קי ישראל.
די תלמידי הגר"א שרייבען אויפן גר"א גרעסער וויא אויף די ראשונים.
האלטן דען נישט די ליובאוויטשער אז זייער רבי דער זיבעטער איז גרעסער וויא אלע פריערדיגע.

און בכלל האסטו שוין אמאל געהערט אין "דברי הימים" פון אידען אז א רבי זאל באשאפן א הלכה "יש מאין" א זאך וואס ווערט נישט געברענגט נישט אין שו"ע און נישט אין רמב"ם. און עס מאכען פונקט אזוי הארב אדער הארבער וויא די ג' חמורות .(עבו"ז ג"ע שפ"ד) אז עס איז ממש ביהרג ואל יעבור . און טאמער איינער איז מסופק דערין איז ער א אפיקורס. ר"ל. און טויזעטער אידען האלטן מיט .
און פארגעס נישט . בשעתוווען דאס איז געפאסקענט געווארן  איז געווען נאך גדולי ארץ ווויא הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל אדער דער חזון איש ז"ל וכדומה. און קיינער איז נישט ארויסגעקומען דערקעגען "בכתב" . זיי וואלטן געדארפט שרייבען אז עס הויבט זיך נישט אהן . עס איז נישט אזא הארבע זאך . היתכן זיי האבען געלאזט די זאך לויפן אויף דעם נוסח.
 און בכלל  קוק אריין אין "עולמו של אבא" דף שז וויא ער שרייבט אז סאטמארע חסידים זענען גרייט אויסצופירן זייער רבינס באפעל מיט מסירת נפש.  נאך שרייבט ער דארט וז"ל  " אין עוד חסידים בעולם שהיו קשורים עם הרבי שלהם כמו חסידי סאטמאר .תמיד נשארו האחרונים בשדה הקרב עד שניצחו את יריביהם. הם היו גבורים וקנאים כשהיה מדובר במחלוקה שהיא לשם שמים."

כבר היה לעולמים

עבדעברי43 » 27/12/2006 22:40

צו לחיים אידען.

אלע פראטעסטן וואס מען איז געגאנגן . איז געווען.זאכען וואס האט נישט געדינט די אינטערעסן פון די אמעריקאנער רעגירונג. אבער יעצט ווילן זיי אויך גיין ווייל דאס איז די אינטערעסן פון אמעריקא צו ווייזען אז אונדז זענען מיר מיט די זעלבע מיינונג וואס אמעריקא איז קעגען איראן. און אונדז זענען מיר נישט גורס די פאר חברה וואס . זענען מקיים הגם לכבוש את המלכה עמי בבית דא אין אמעריקא.

ממילא זאגען זיי אז די פראטעסט איז נישט קיין חילול השם.
די פראטעסט קעגען די עירוב מאכערס . איז אויך קעגען דיע אמעריקאנער רעגירונג. וואס געט יעדען"רעליגיעזע פרייהייט" יעדער האט א רעכט צו דינען דעם באשעפער כרצונו.

מאה_אחוז » 28/12/2006 19:23

או יאמר, אז די וואס אבן געמאכט די עירוב, וילן ווייזן אז זיי זענען בעל הבית

און די וואס שרייען ווילן ווייזן אז זיי זענען בעל הבית...

Baachi » 29/12/2006 04:08

עבד עברי

 דו ענפערסט נישט ממין הטענה

דו האסט געשריבן

"וואס באציעהן זיך אויפן פסק אמת פון  כ"ק אדונינו מורינו ורבינו המלך הקדוש רשכבה"ג .זי"ע .  וואס דער נאסאדער רב זי"ע האט אויסגערופן  ביים אסיפה . פארן גאון הגאונים דעם שימלויער רב זי"ע הי"ד אז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . "

WOW!!!!

האב איך דיך געפרעגט

סאיז געוועהן נאך איינער אזוי ווי ער אין דברי הימים פון דעם יידישען פאלק וואס זיינע חסידים האבן אזוי געהאלטן? (חוץ שבתי צבי?) ד.ה. אז מטאהר נישט קריעגן אויף איהם

ז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . "

האסטו מיר געגעבן א שאפינג ליסט פון נעמען

אויף די אלע וואס האט מען דאך געמעגט חולק זיין.

אבער איך וויל דיך פרעגען צווי קשיות

א) מיילא אנוכי- יאך, בין איך דאך שוין איין אלטער אפיקורוס וואס איך גלייב נישט אין שיטת סאטמאר, פארדעהם גלייב איך אלע חסידישע מעשיות, אבער אתה דו, ביזט דאך א מאמין אין שיטת רבינו כ"ק אדונינו מורינו ורבינו המלך הקדוש רשכבה"ג .זי"ע אז מטאהר נישט גלייבן קיינעם, נו פאר וואס גלייבסט חסידישע מעשיות אויפן נאסעדער?

ב) לו יהא כדבריך אז דער נאסוידער רב האט טאקע מברר געוועהן און  געפאסקענט להלכה אז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . "
מעגן דאך אבער  אנדערע גדולי ישראל זיין מחולק אויפן נאסעדערס פסק הלכה. אויף איהם מעג מען דאך שוין יא קריגען.


תוקן על ידי - baachi - 29/12/2006 4:27:57

Baachi » 29/12/2006 04:16

תוקן על ידי - baachi - 29/12/2006 4:22:04

Baachi » 29/12/2006 04:21

תוקן עבור פלעין א טופלט לשון

עבדעברי43 » 29/12/2006 05:23

באטשי. איך האב דיר דאך געשריבען אז  די פוסקים שרייבען אויפן האר"י הקדוש זי"ע  "החולק עליו כחולק על השכינה" קומט אויס אז מען קען נישט אויף עהם מחולק זיין.

איך האב דיר אויך געשריבן אז די תלמידי הגר"א האבען געהאלטן אז ער איז פונקט וויא די ראשונים " נו! ווייסט איר דאך דעם כלל אז א אחרון קען נישט מחולק זיין מיט א ראשון פונקט וויא א אמורא קען נישט מחולק זיין מיט א תנא .

נאסאדער רב ז"ל האט געזאגט די ווערטער נישט אינדערהיים נאר ביי א אסיפה וויא עס זענען געזעסען די גדולי אונגארן. און אז קיינער האט זיך נישט אנגערופן דערקעגען איז דאך שתיקה כהודאה דמיא . האבען זיי דאך אלע מודה געווען צו דעם איז פונקט וויא נמנו וגמרו.

דריטענס פארוואס דאהי אין אמעריקא האט ר"מ פיינשטיין ז"ל אדער אין א"י דער חזו"א נישט געקריגט בכתב אויף די שיטה פון סאטמאר וואס דו האלטסט נישט דערפון . נו אויף וועם פארלאזטו דו דיך

Baachi » 29/12/2006 07:28

א) אויפן אר"י הקדוש איז מען נישט מחולק? דו פירסט אלעס על פי אר"י.

ב) דער כחולק על השכינה איז א שיינער תואר וואס מיינט למעשה גארווייניג. פאר א פשוטן טעם. אויף די שכינה מעג מען זיין גאנץ גוט זיין מחולק. ע"ע נצחוני בני.

ג) לשיטתך אז די גדולים וואס האבן נישט מוחה גוועהן קעגן סאטמער האלטן ווי ער. איז זעהר שוועהר. ווייל זיי האבן אויך נישט מוחה געוועהן קעגען אגודה . האלטן זיי ווי ביידע? אין וואס הערט זיך קעגן ר' י"ד סאלאוויטשיק ז"ל?

האסט אמאהל געזעהן ר"מ זצ"ל מוחה זיין קעגן הרב קוק זצ"ל? האלט ער אויך ווי ער?

לידיעתך די באבאווער רבי'ס האבען נישט מוחה געוועהן קעגען די איראנער מטורפים. ועד היום הזה לא שמענו כלום מהאדמו"ר ממאנסי וגם לא מסקווירא...

אין וועלכע ישיבה האסטו אויפגעפיקט די אלע לומדות??

דיפלאמאט » 29/12/2006 08:13

עבד עברי,

איך גיי נישט אריין אין דעם וויכוח איבער די אמתדיגקייט און פשרהלאזע סאטמארע שיטה (באטשי קען בעסער) איך וויל דיר נאר פרעגן איין זאך.

וויפיל הלכות ווערן גע'פסק'נט לויטן רמב"ם?

גביר_אדיר » 29/12/2006 11:35

עבד,
נחום ראזנבערג, אן אויסגערופענער גאסן משוגענער שוין באלד דרייסיג יאר (וואס איך קען עם), קוק עם נאר אן וועסטו זען, און דאס איז נאך אפשר די שענסטע זאך וואס מען קען זאגן אויף עם, און די רבנים שעמען זיך בכלל צו רעדן וועגן עם און זיך צו באציען צו עם, איז דאס גאר א ראי' אז ער איז גערעכט, ווייל מען קומט נישט ארויס קעגן עם. אבער נטורי קרתא, וואס נאך דריי וואכן פון לייגן פרעשור אויף יעדן רב וואס מען האט נאר געקענט, איז געלונגען ארויסצודערווישן א איסור (צוצולייגן צום איסור פון די רבנים הראשיים פון מדינת ישמעאל, און ליובאוויטש), 1) פון בד"צ הגדול והנורא ד'ראדני, וואס יעדער פון די רבנים האט מודה געווען אז ער האט בכלל נישט אויסגעהערט א צווייטן צד, און דער ראב"ד האט ניטאמאל געוויסט וואס דארט שטייט געשריבן, 2) א פארווע לשון פון אפשאקלונג פון בד"צ עדה הכרדית, 3) א חתימה פון רב דאמב אויף א בריוו וואס זיין זון, א גרויסער זאלי, האט געשריבן (וואס דער גאנצער חתימה איז נאך מוטל בספק). 4) איסורים חרמים וקונמים פון הרבנים הגאונים הצדיקים י.מ.סילוף, א. לי. קעניג. ש.ח. פאפנהיים ודומיהם. 5) ואחרון אחרון חביב, א אלטער זעקס יעריגער בריוו פון "הרב" יוסף בעכער. אבער דא מיינט גארנישט אז קיין איין אנדערער ערליכער רב איז נישט ארויסגעקומען קעגן זיי. (און שטילערהייט זענען צענדליגער רבנים מסכים מיט זיי און געבן זיי חיזוק.

אויף וואס די שרייבט וועגן לייקענען דעם האלאקאסט, כ'אב נישט קיין צייט יעצט צו ענפערן אבער כ'גלייב נישט אז ס'פעלט אויס ווייל ס'זעט מיר אויס אז דו ביזט קלוגער פון דעם, דו פראבירסט ננאר מיט אלע כוחות זיך אנצוכאפן אין עפעס א דעה וואס דו האסט דיר אריין גענומען אין קאפ, און ס'יז דיר אביסל שווער זיך צו געזעגענען דערמיט. און די זעלבע גייט ארויף אויף דיינע ווערטער וועגן גיין צוזאמען מיט כופרים און זינגען התקוה (בנוסח סאטמאר מן הסתם).

ווידער אויף דיינע נייע טיטלען אויף סאטמאר'ער רבי זצ"ל, בעט איך דיר (ווי מען זאגט אין איזראעל) אם כבר אז כבר (מען מעג דאך שוין אפשר אויך רעדן דעם שפראך אויף מוחה צו זיין אקעגן נ"ק), שטעל דיך נישט אפ ביי המלך הקדוש, גיי ווייטער, המלך המשיח (לעולם ועד) שאין כמוהו, שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה וכו' המלך המשפט וגו' וכו'.........

וועגן יאסל בעכער, זעט מיר אויס אז דער וואס ברענגט עם דא קען עם נישט, ווייל אויב יא וואלט ער זיך געשעמט צו ברענגען זיינע ווערטער. און סתם אזוי איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז יאסל בעכער איז געווען פון די ערשטע צו האבן גוטע נאנטע באציאונגען מיט....... יא איר האט צוגעטראפן, מיט יאסיר אראפאט זכרונו לסרחה, און נישט ווען ער איז שוין געווען א פאלעטישן אויך, נאר פאר דרייסיג יאר צוריק ווען ער איז נאך געווען א פאלנער טעראריסט און פארגאסן פיל אידיש בליט, (נישט ווי אכמעדינעדשאד וואס האט נאך נישט געהארגעט קיין איין איד דערווייל).

מנחתאלעזר » 31/12/2006 22:58

פארוואס איז באמת התאחדות נישט ארויס קעגען זיי?



shia550 » 5/1/2007 19:28

א ארטיקל אויף די היסטאריע פון די קשרים פון נטורי קרתא מיט ניא נאציס מיט אנדערע אנטיסעמיטן

 

* The Secret History of Neturei Karta

By Mordechai Levy

Recently a major scandal broke over a group of religious-looking Jews belonging to the Neturei Karta sect speaking at a "Holocaust is a Hoax" conference sponsored by the anti-Semitic President of Iran Mahmoud Ahmedinejad. After it came out that top neo- Nazi leaders and the former KKK leader David Duke would be in attendance, many Jews, especially in the Orthodox community, were truly angered at Jewish attendees. Many Chassidic groups blasted the Neturei Karta in public.

In the past, we've seen them picket with various Islamic terrorist groups, chanting "Death to Israel" at rallies. Few, if any, however, knew that the full extent of Neturei Karta's connections to neo-Nazis and Moslem terrorists.

Neturei Karta has an actual office in Monsey, N.Y. In recent month, they honored top Lieutenants of Louis Farrakhan, a long time Jew-hating Black racist who runs the violently anti-Semitic and anti-White "Nation of Islam".

Neturei Karta has shared podiums with Farrakhan in Washington, D.C. at his Million Families March four years ago. They also came out with banner claiming that "Farrakhan is a Friend of the Jews!"

On other occasions NK would lie on TV, denying that Farrakhan has ever made anti-Semitic remarks.

Many may ask, "when did NK start helping various Jew-hating groups and why?"

We will now list briefly the real history of NK, which most reporters simply don't know. It's is sordid and very scandaloud, but has to be told.

The first known contact with Arab terrorists was in 1974 when Yassir Arafat was at the UN with a gun on his hip threatening to destroy Israel. Arafat mentioned NK in his speech.

NK ran an ad in the NY Times welcoming Arafat to New York and praising him, and made it clear that NK hoped the PLO would succeed in their efforts to destroy the Jews in Israel.

Now, NK used code word for Jews is "Zionists." At the time, the new head of NK in Israel was Rabbi Moshe Hirsch, who later served as Palestinian Authority's Minister for Jewish Affair. At the time when NK would run actual ads a number of times each year, many wondered where the NK got the $50,000 per ad that the NK types simply did not have.

Many Jewish activists had come across rumors that NK was getting big money from Arab terrorist groups. In the meantime NK in the US had several main persons behind it. One was a mysterious Rabbi Beck, the other Mordechai Weberman, the third was "Rabbi" Yisroel David Weiss of Monsey, who later would be the spokesman of the group.

The main contributor to the group was G. Neuberger a businessman from NY. Neuberger assigned his secretary Hariet Karchmer to work full time for the group. Karchmer, Jewish but not Orthodox, would open the incoming mail that NK was sent from various Arab terror groups and neo-Nazis from across the US. At one point after reading all these anti-Jewish screeds put out by the assorted anti-Semitic groups she came to the opinion that both the Jews as a race were evil and that the Holocaust was a Hoax.

At the time, NK traveled to Libya to meet teror-sponsor Muammar Quadaffi and attend a conference against Israel and Zionism. It was Neuberger that led the "Jewish Delegation" to top Moslem terrorist money-man Quadaffi. At the time without a doubt NK took money secretly from Libya.

In the early 1980's, NK follower Betzalel Chaim submitted an article in the Holocaust-denying magazine "Journal of Historical Review" and not only blasted the Zionists and the state of Israel, but even claiming just like Weiss would last week in Iran that the Holocaust numbers of Jews murdered was a "big Zionist invention." A year ago, members of NK went to a Holocaust Hoax meeting made by neo-Nazis in America saying the same thing. Mr Chaim owned a bookstore in Williamsburg, Brooklyn where many Chassidim live. Most Jews there had no idea that NK had made contact with hardcore neo-Nazis.


From that point on NK started corresponding and meeting with numerous neo-nazis secretly. They tried helping assorted neo-nazis in England. NK in the late 1980's and the 1990's appeared at more and more Islamic groups various Jew-Hating "Death to Israel" rallies.

Now an open attendance at a "Holocaust is a Hoax" conference in Iran run by the man who wants to destroy Israel. In fact a month ago NK showed up at the hotel where Ahmedinejad was staying at in New York they gave him a clay pot of flowers.

Further NK made a public statement that its alright for Iran to have nuclear weapons as it will only be used against Israel. In one interview for some radical Islamic pro-terror magazine they are asked by the interviewer if Islamic groups are allowed in NK's opinon to use terror attacks against Jews in Israel. NK representative answered, "absolutely yes!"

At all meetings with both Arab terror groups, NK has asked that when the "legitimate" uprising against Jews be it Israel or America that NK will be spared! They believe that any Jew who does not work to physically destroy Israel has no reason to be " saved" but deserves to be killed by Arab terrorists. In fact one New York NK member, Joseph Friemann, thought he had "every right" to hate, torture, and kill his own mother.

JDO and the Vaad Harrabonim of Flatbush are organizing a loud-legal-lawful rally at the Headquarters of the Neturei Karta traitors in Monsey on Sunday January 7 at 1 PM at 102 Saddle River Road Monsey. To learn more, visit www.jdo.org and read about "Operation Screwball".

 



תוקן על ידי shia550 ב- 05/01/2007 19:29:28

CHAPLAIN » 7/1/2007 20:07

and do you know whom your'e quoting here?, the JDO, a splinter group of the infamous JDL radical terrorist group, well known - unfortunately - to all of us

and this is supposed to be "reliable" and considered a source of info at all...

COMMON!

meshug » 8/1/2007 00:46

הרב קפלן

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.

תשכח מי שכתב את המאמר, אבל הרי העובדות הם נוראיות, והם לא מכחישים את זה, אדרבה, הם מצתלמים כל פעם איתם, ומפרסמים את זה.

CHAPLAIN » 8/1/2007 03:56

most of the "facts" in this article, are baseless and appear well fabricated, (as their relationship with the kkk & neo nazis etc.).

even though, some of the incidents may have occured at some point to a minimal extent, the writer of this article swists them around, polishes & exaggerates them to make the NK look more weird than they are in fact, to draw a blurry picture & confuse the readers.

those radical elements aren't the symbols of "midas ho'emes" at all, they have quite a small issue with forgering facts & distribute total lies in order to achieve their goal, especially when they don't have to line it with original sources

shia550 » 8/1/2007 19:08

גיב משלים וועלכע מעשיות איז נישט ריכטיג.

ווייל איך געדענק פערזענליך אסאך פון די פרשיות.

שם_אחר » 8/1/2007 19:46

איך הער אז ר' משה בער האט זיי געלערנט בלק, ער האט אויסגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט כאילו דאס איז געגן ציונות.

האם יש אמת בדבר?

ROCKLAND » 8/1/2007 20:35

יא, זיי האבן עס גאנץ גוט געמאכט, זיי האבן אהערגעשלעפט סתם אידן (נישט נטורי קרתא) צו פראטעסטירן קעגן ציונית, און דזשעי די על, די חרדי'שע אידן זענען געווען פיל מער ווי די זשעי די על'ניקעס א פיר הונדערט מענטשן זיכער, און ווען די פרייע האבן געזונגען נאכאמאל און עודך אמאל "עם ישראל חי" מיט נאך פון זייערע לידער, האבן די חרדי'שע פראטעסטירט, געהאלטן גרויסע טאוולען מיט אנטי-ציוניסטישע לאזונגען, און געשטערט די דרשות פון די אנדערע צד.

ס'איז געווען גאנץ א איטערעסאנטע סצענע, פילע הונדערטער מאנסיער איינוואוינער זענען געקומען קוקן פון דער זייט, אדער סתם דורכגעגאנגען כאפן א גוטן בליק.