היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידערליכע חילול שבת דורך זאליס אין ב"פ

שוידערליכע חילול שבת דורך זאליס אין ב"פ

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2114758

ארגינעלער » 26/12/2006 06:04

אידן וואס האבן דורכגעוואקט דעם שבת אויף 52 סטריט צווישן 13-14 עוועניו זענען געווארן אויפגעשוידערט פון די פרעכע און העסליכע חילול שבת וואס איז פארגעקומען ביי די פלאץ וואו די זאליס בויען א שולכל פארן נועם הארץ אין בארא פארק. טראקס זענען געקומען און געגאנגען, ארבעטערס האבן עס אפגעליידיגט און געארבעט פלייסיג אויף די גאנצע שטח. שומו שמים!!!!!!!!!!!

עס האלט ערנסט דערביי אז מ'וועט מוזן אימפארטן פון ווילי (מיט די טראקס טאקע) צענדליגער בחורלעך מיט מאיר הערש גרינבוים אז זיי זאלן קענען געהעריג מוחה זיין און שרייען שבת. ווי מ'שמועסט האבן זיי זיך אויסגענומען אז זיי קומען נאר בתנאי אויב ס'וועט אויך זיין פרויען ארבעטערס ווייל זיי שרייען עקסקלוסיוולי נאר אויף פרויען.


_________________

monroe06 » 26/12/2006 16:05

פאר אביסעל פובליסיטי איז ארבעטען שבת אויך מותר