היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פסק אין קהלת באבוב אין דעם חודש

פסק אין קהלת באבוב אין דעם חודש

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2113867

kj_village » 25/12/2006 01:48

אין בחדרי חרדים שרייבט איינער אזוי

ידיעה: תוך חודש פסיקה דראמטית בבאבוב

כך נודע לי היום בבוקר, שתוך כחודש תפרסם הבוררות בבאבוב פסיקה דראמטית בנוגע לסכסוך של שתי הפלגים הקיים בצורה רשמית מאז אדר תשס"ה.

נודע לי גם הדלפות "מסויימות" על חלק מתוכן הפסיקה, אבל מטבע הדברים לא אפרסם אותם.

_________________

ווייסט איינער וואס טוט זיך דארט ביי די דין תורה?

באראפארקער » 25/12/2006 17:11

גארנישט מיט גארנישט.

באבע מעשיות.

איך מיין אז מען גייט אפילו נישט זיצען דעם חודש.

לכבוד_שבת » 25/12/2006 17:48


ח"י טבת איז די נעקסטע זיצונג

SIM89 » 25/12/2006 18:14


דאס האסטו געשריבן פאר זעקס חדשים צעריק:

גל_עיני
דארפסט פארשטיין, מען האלט שוין יעצט ביים סויף פין די באבוב'ע דין תורה
אין אלע סימנים ווייזען אז רב"צ גייט עס מאכן, מיט 100 פראצענט

פינקט יעצט ווילסטע אז מען זאל ריפען רמ"ד אדמור מבאוב????
אין מעון זאל עס גלייך  דארפן אוועק נעמען??

לאז געמאכט, אז עס איז גיט געווען ביז יעצט אזוי, לאז עס ווייטער גיין ווי ביז איצט
נישט אז מען זאל האבן שפעטער גרעסערע בושות



נו?

kj_village » 25/12/2006 20:43

באקומען אין אישית פון רבי_חסידים

בית דין באבוב

אין די לעצטע זיצונג ביים בי"ד איז מבורר געווארן 100% אז גאנץ באבוב אין ברוקלין ביישטייט אינגאנצן פין 1600-1700 משפחות!! ביידע באבוב צוזאמען!!

די בי"ד איז געווארן שאקירט פין די אנטפלעקעניש מיינענדיג כסדר אז באבוב אין ברוקלין רעדט זיך פין ארום די 4 אדער 5000 משפחות.

די אנדעקונג [וואס ביידע באבוב קריגן זיך נישט איבער דעם] האט אויפגעשוידערט די גאנצע בי"ד [וואס האבן געמיינט בתמימות אז באבוב 45 האט טאקע אפשר 8-900 משפחות אבער דאס איז נאר א א פערטל פין באבוב] אין די בי"ד האט אפגעשטעלט די גאנצע הלוך ילך פין ביידע זייטן און די בית דין האט געווארפן א באמבע - וואלן אין באבוב!!!

ווייל אויב באבוב איז נאר 1600 משפחות אין באבוב 45 ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז זיי האבן לפחות קרוב צו 800 משפחות - אויב אזוי קען קיינער נישט מער טענ'ן "רוב" אין נאר וואלן וועט פעסטשטעלן ווער האט רוב אין באבוב.

נישט נאר האט מען אויפגעדעקט אין בי"ד די נאמבער פין באבובע משפחות - נאר בי"ד האט פין כמה מקומות פין אייגענע קוואלן פעסט געשטעלט אז רוב באבוב'ע חסידים זענען מסכים אז באבוב זאל זיך צו טיילן - אין די נקודה איז אויכעט גאהר וויכטיג פעסט צו שטעלן ווייל עס איז שטארק מכריע לגבי די הלכה'דיגע שאלה וואס איז נוגע לגבי די באבוב'ע דין תורה

ונזכה ונחיה ונראה - ונירש טובה וברכה