היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגאון הישיש ר"י קאמניץ אצל רבינו שליט"א

הגאון הישיש ר"י קאמניץ אצל רבינו שליט"א

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2113808

kj_village » 24/12/2006 23:35

הגאון הגדול הישיש רבי יצחק שיינער שליט"א איז נעכטן מוצאי שב"ק געווען  באזיכן כ"ק רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.

דער ראש הישיבה האט פארברענגט ביי רבינו שליט"א איבער א האלבע שעה.

[בילד – נישט אפגעהיט]

SIM89 » 25/12/2006 17:19

ער איז נישט אזא ישיש.
אין יא! ער איז חבר מועצת גדולי התורה!!!

kj_village » 25/12/2006 19:59

די חלומ'סט א מחיה.

די ישיבה פון קאמיניץ נעמט אפילו נישט קיין געלט פון די ציוניסטישע רעגירונג.

און די ראש ישיבה איז א בריסק'ער תלמיד.

SIM89 » 27/12/2006 18:05

אמת אז די קאמעניצע ישיבה נעמט נישט געלט פון די רעגירונג, אבער דער ראש ישיבה איז חבר מועצת גדולי התורה פון דגה"ת (ס'איז נישט קיין סתירה, ת"ת תשב"ר לע"נ חזון איש, נעמט נישט געלט פון די מדינה, און ווערט אנגעפירט דורך דגה"ת מענטשן, אין דער נשיא איז געווען הרב שך, וואס האט זיי געהייסן נישט נעמן געלט. אזוי אויך ישיבת "גאון יעקב" אין ב"ב וואס איז בראשות הרב שטיינמאן, אין נעמט נישט געלט פון די מדינה!) אין ער איז נישט קיין בריסקע תלמיד [ער איז אן אמריקאנער, אין אביסל געלערנט אין קאמעניץ).
ס'איז דא נאך א ראש ישיבה דארט, הגאון רבי חיים שלמה לייבאוויטש שליט"א וואס לעצטנס איז געקרוינט אלס פאנעוויז'ע ראש ישיבה, וואס ער איז א ריכטיגע בריסקע תלמיד. 

kj_village » 28/12/2006 18:50

נאך א בילד

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 28/12/2006 19:43

איז קאמעניצער ראש ישיבה ערגער פון לייזערזאן?
ווער עס ווייסט דעם ענטפער זאל עס ביטע האלטן ביי זיך

דאנקע שיין

_________________

סאטמרחסיד » 4/1/2007 11:58

קאמעניץ נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה אבער זיי נעמען פון די עירי' זיכער ,און פון די מדינה אום אפיציעל. אפאר יאר צוריק איז ארויס אויף די גאס דאקומענטן אז זיי נעמען יא געלט.
עס איז נאך אלס נישט קיין עולה אויפצונעמען א ראש ישיבה א תלמיד חכם, ער איז נישט ערגער ווי גערער רבי וואס שיקט מענטשן זיצן אין כנסת המינים וואס ווי באקאנט פלעגט דער ברך משה זי"ע אים אויפנעמען, און ער איז אפילו צוריקגעגאנגען אויף א ביקור גומלין (איינער געדענקט די מעשה מיט די עליוועיטאר...)


וואס חידושט מיר יא איז אז אין דער בלאט איז געווען די וואך א גאנצע ארטיקל וועגן קאמעניץ, און מען האט עס באטיטולט אלס מוסד "על טהרת הקודש" און געברענגט אויסצוגן פון בריוו אבער אלע בריוו איז נאר פון די מ' יארן און אפשר פון אנפאנג נ' יארן אבער היינט רופט זיי קיינער נישט "על טהרת הקודש"

רבי_יונה » 4/1/2007 17:55

די ארטיקל איז געווען אין דער איד.