פאלשע שמן זית פארפלייצט אמעריקא
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2112314
איזי לייט אינסטענט נרות חנוכה נישט קיין שמן זית!
נאך וואכן וואס מומחים וואונדערן זיך וויאזוי פון כינע קומט די לעצטע פאר יאר די "איזי לייט" פארטיגע גלעזלעך מיט אויל און קנויטן גרייט צום צינדן, "אינסטענט מנורה"... ווי באוואוסט איז אין כינע דא וועזשטעבל אויל לרחצה, און שמן זית איז דארט נישט דא. נו, וויאזוי ווערט דארט פראדוצירט צענדליגער טויזענטער גלעזעלעך יערליך, און ווערט פארקויפט אויף א גרויסן מאסשטאב אין אמעריקא.
האבן עסקנים געשיקט עקזעמפלארן צו א לאבאראטארי פאר אונטערזוכונג, און אינמיטן חנוכה קומט אן די שטוינענדע רעזולטאטן, אז דאס איז פשוט "וועזשטעבל אויל", די ווערטער "100 פראצענט ריין שמן זית " איז פשוט ליגענט, גניבה און גניבת דעת, מכשיל אידן וואס צאלן פאר לכתחילה שמן זית למהדרין, און ווילן נישט יוצא זיין מיט שמן ירקות, וואס איז מיט פיל דרגות אראפ פון שמן זית, להלכה.
רבנים און סתם אידן זענען אויפגעשוידערט פון די אנטדעקונג, בפרט ווען דער בעל מכשיר האט זיך אפגעשאקלט דערפון בכתב, און מגלה דעתו געווען אז ער גיט נישט קיין השגחה דערויף.
אין טייל בתי מדרשים הענגט שוין מודעות דערוועגן. נא לפרסם.
איך מיין די וואס ווילען זיין למהדרין גרייטען זיך אליין צו די מנורה......
נאך א סקאנדל צו לייגען אויפען ליסט פין 2006
_________________
שרעקליך.
ווען אונז זענען געפארען אויף א ביזנעס טריפ האבן אונז מיטגענומען די סארט רעדי לייטס, (אינדערהיים טו איך עס קיינמאל נישט) איך האף אז סאיז נישט געווען פון די פראוד קאמפעני.
דער גאלבערגער האטליין רעדט פון עס, ער טענה'ט אז די זעלבע חברה מאן וואס פארקויפט אינפעסטעד לעטטעס און קרויטן, ער איז דאס וואס פארשפרייט די פראודזשעלענט חנוכה מנורות... איינער ברוין
איך האב שוין אפאר מאל דאס געצונדען איטערוועגנ'ס
זייער נישט קיין געשמעקע נייעס.
איך (האב צוגע)גרייט צו די קנויטן און קויף שמן זית אליין.
לויט וויא איך האב געהערט דעם שבת ממקורות מוסמכים. איז די מעשה גאנץ אנדערש. עס איז דא א קאמפיטישאן. וואס האט נישט געקענט העכערן די פרייזן פון זיין שמן זית. האט ער ארויסגעלאזט א פאלשן שם אז די איזי לייט שמן זית איז נישט קיין שמן זית. ער האט משוגע געמאכט ר העניך אשכנזי מיט א פאלשן צעטל וואס ער האט געמאכט פון א לאבארטארי. וואס דארטן שטייט אז מען האט געמישט וועדזשטעבל אויל אינעם אליוו אויל. אזוי וויא ביי אלע שמן זית. וואס איז געמישט מיט וועדזשטעבל אויל. ווייל אהן דעם האט עס נישט קיין גוטן גערוך.
און אזוי וויא אין אלע וויינען איז אריינגעמישט "סאלפאט" וכדומה . און ווען מען האט געפרעגט צעלימער רב ז"ל אויב מען מעג צוגיסן וואסער צום וויין . האט ער גענטפערט. אז אזויפיל וואסער וויפיל מען מעג האט שוין די פירמא "קדם" צוגעגאסען. יעדע גאלד וואס ווערט פארקויפט אלס גאלד. איז אדער 14 קאראט אדער 18 וכדומה . ווייל ריין גאלד האלט זיך נישט. אזוי אלע שטריימעלעך וואס ווערן אנגערופן סויבל שטריימעלס . זענען ווייט פון סויבעל. עס ליגט דערין אביסעל סויבעל... מער וויא אין די טערקישע טליתים ליגט טערקישע וואל.
ווער עס קען עפעס לערנען. האט שוין געלערנט די משניות אין מנחות פרק ח משנה ה . שלשה שמנים הן ובהן שלשה שלשה . עס איז פארהאנדען פארשידענע מדריגות אין שמן זית . הראשון שבראשון. וכולו השלישי שבשני .והשלישי שבשלישי. פסול למנורה כשר למנחות. וכדומה.
עס איז פארהאנדן "זך" און נאך וויניגער זך מדריגה און מדריגה.
אויף גאלדבערגערס האט ליין . וואס ער האט נישט אנגעהויבן צו קאלן דעם רב המכשיר וואס האט געמאכט דעם שמן זית. און ער האט נאך א חוצפה צו רעדן אויפן בי"ד וואס הערט נאר אויס איין צד. בשעת ער וואס איז נישט קיין רב און דיין הערט נאר אויס איין צד . און ער זאגט פראסט שקר.
בלאפט און מאכט משוגע דעם עולם. זוכט צו מאכן סקאנדאלן. וויא אויך אויף די צעטלעך אין בארא פארק איז קיינער נישט אונטערגעשריבען עס איז סתם א פאשקעוויל. פונעם קאמפיטישאן.
זאגט ער דער "א מ ג " אז עס איז בכלל נישט קיין שמן זית. וואס אפילו לויטן פאלשן לאבאראטארי צעטל שטייט נאר אז מען האט אריינגעמישט אויך וועדזשטעבל אויל. ממילא דארף מען זעגאן אז "דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא " אזוי וויא דער "גאלדבערגער זאגט פלעין שקר אין די זאך וועגען די אויל. אזוי איז אלע זיינע זאכען "שקר וכזב" . מען האט עהם יא אנגעקאלט און אויפגעוויזן און מסביר געווען. ער מאכט זיך נישט וויסענדיג. . אזא פנים האט זיין גאנצע "האט ליין"
איך הער אז די וואך קומט ארויס אין "בלאט" און אין "איד" פון די קאמפאני ."איזי לייט" פונקטליך א לעבראטארי טעסט. די ריכטיקייט פון די "שמן זית" וויא אויך וועט ארויסקומען א בריעף וועגען דעם קאמפיטישאן "שמן זית " וואס איז מעורב מיט וועידזשעטבל אויל. און אזוי וועט יעדער זעהן דעם שקר" פון די אזויגערופענע "שקר ליין" פון גאלדבערגער וד"ל
יעצט האב איך געזעהן דעם ארגינאלען צעטל פון די "לאבארטארי" עס שטייט קלאר אז די "איזי לייט" איז שמן זית "מען קען יעדער אליין אנקאלן די לאבארטארי. נאך די חגאות. ווייל זיי זענען יעצט לכאורה פארשפארט . און יעדער קען זיך אליינס איבערצייגען. דעם אמת.
און יעדער וואס האט געצינדן . האט מקיים געווען "מצוה מן המובחר" לכל הדיעות. . . און יעדער זאל וויסן אז דער וואס שטיצט דעם א מ ג . מיט זיין שקרדיגען האט ליין. שטיצט שקר און האט א חלק אין שקר. והשי"ת ינחינו בדרך אמת
טייערער דזשובוי. אשרי חלקך אז דו גרייטסט צו אליין די קנויטלעך "מצוה בו יותר מבשלוחו" ניחא ליה לאיניש למיעבד מצוה בגופו. . אבער די פראבלעם איז דא נישט יא צוגרייטן אדער נישט צוגרייטן. דע פראבלעם איז דא אויב די אויל איז "שמן זית" ווואס דאס איז א מצוה מן המובחר אדער איז עס נישט קיין שמן זית . דאס זעלבע פראבלעם קען זיין מיט אלע אוילן. וואס איבעראל איז אריינגעמישט אביסעל וועידזשעטעבל אויל. . . נאר דער א מ ג . זאגט סתם זאכן וואס ער הערט ניטאמאל אויס אפילו איין צד. נאר זיך מיט זיינע דמיונות אליין.
1. China's olive industry:
צו הניק "ראקלענד" וויסן זאלסטו ידידי אז אין טשיינע איז דא זייער א סאך אליוו אויל ווייל עס האט ווארעמע קלימאטען אזוי וויא אין ארץ ישראל. ממילא לוניט זיך פאר די גוים נישט אויפטוישען די אליוו פאר וועידזשעטבל אויל. און חוץ דעם די "פאמאנס אויל" פון איזי לייטט קומט פון איטאליע מיט א גוטן הכשר און ווערט געפאקט אין טשיינע אין די גלעזלאך פון פלעסטיק. וד"ל
China belongs to the semi-tropical climate, and China has found some adaptable regions of olive growing and has over 40 years history about planting olive in China, but China's geographical environment is unsuitable for mass production and serious lack olive planting technology, professional and fund, all which restrict the development of mass olive planting in China.
און בכלל נישט עסקנים האבען געמאכט "לאבארטארי טעסט. דאס האט געמאכט דער קאמפיטישאן כנ"ל. וואס זיי האבען געפעלטשט דעם ארגינאלען צעטל פון די "לאבאראטארי" וואס יעדער קען אליין אנקאלן די "לאבאראטארי" פארן ריכטיגען צעטל.
אנטשולדיגט מיר פאר מיין עם הארצות.. וואס איז פאמאנס אויל?
דער קעפעל איז א טעות !
ליין : פאלשע אידישקייט פארפלייצט אמעריקע !
איך וויל נישט שרייבן מער בל"נ אין דעם ענין. ווייל איך האף עס וועט ממילא שוין שטיין אין די צייטונגען פנקטליך אלע פרטים. אבער אזוי וויא איך פרויביר צופרידענשטעלען די שרייבערס. און "ראקלענד" האט געפרעגט וואס איז "פאמעס" אויל !! . וועל איך עהם אביסל אויפקלערען.
"אליוו" אויל כאטשיג ביי אונדז איז אליוו א פרי העץ ווייל אפילו אויף די "שמן" זית טאמער ער עסט עס מיט עפעס. מאכט מען בורא פרי העץ (וויל טאמער ער טרינקט עס בעין מאכט מען בכלל נישט קיין ברכה. און טאמער ער עסט עס מיט ברויט ווערט עס בטל צו די ברכה פון די ברויט) (ברכות לה) שו"ע או"ח רב) אבער ביי די וויסענשאפטלער הייסט דאס א וועידזשטעבל אויל. (קוק אין די וויקיפידיא) דאס איז א מין אנציקלופידיא וואס איז מסביר פארשידענע זאכען. . . יעצט לענייננו . אזוי וויא איך האב פריער געשריבען פון די משנה אין מנחות אז עס איז דא מדריגות אין שמן זית. למנורה ולמנחות. די ערשטע פסוק אין ואתה תצוה אין די רש"י. . אזוי להבדיל איז דא גרעידס(מדריגות) ביי זיי אויך. עס איז דא גרעידס . ביי מאנעפעקטרונג. דאס הייסט ביי אויל קאמפאניס וואס מאכען. די אויל (אזוי וויא עס דא דא מדריגות אין מעהל. אדער אין הונדערט מינים "פעטעטעס" ביי די פטעטע טשיפ פעקטאריס" אדער ביי צענדליגע מינים עפעל . ביי די עפעל ארשעדס. "מעקינטאש" קארטלענד" רעד דעלישאס" וכדומה.
אבער ביי ריטעל דאס הייסט אין גראסערי סטארס.
איז דא 1 "עקסטערע ווירדזשין אויל. דאס הייסט די קלארסטע וואס מען פרעסט נישט ארויס דורך קעמיקעלס . עס האט די וויניגסטע עסיד .
נאכדעם איז דא פלעי ן2 "ווירדזשין" נישט עקסטערע ווירדזשין. וואס האט מער עסידס.
לעצטע איז "אליוו פאמעס" וואס איז געמאכט די לעצטע פונעם איבערבלייבונג פונעם זית אויך פון די שמרים . געמישט מיט ווירדזשין אויל .. אבער עס הייסט אויך שמן זית . . נאך א נקודה . אויף די איזי לייט שטייט בכלל נישט אויפגעשריבן. 100 פראמענט שמן זית זך. עס שטייט נאר איזי לייטס מיט עקסטערע ווירזשין אויל (וואס איז אריינגעמישט אינעם פאמעס אויל.) .
דו ווייסט עס איז דא א ענגליש ווארט "יו געט וואט יו פעיד" פאר וויפיל דו באצאלסט אזויפיל באקומסטו. אז דו צאלטס פאר א זאך ווייניגער איז עס מסתם ווערט ווייניגער.
נאכאמאל . איך גיי נישט פארענטפערן דעם רב המכשיר. ווייל ער דארף נישט מיין פארענפערונג. ער איז איינער פון די גרעסטע ת"ח אין היינטיגען דור סיי אין גאונות און סיי אין שו"ע בכל חדרי תורה. ער איז שוין א מורה הוראה. מער וויא 36 יאר לאוי"ט . און אוודאי גיי איך נישט פארענטפערן דעם בעה"ב פון דעם אויל ווייל איך האב מיט עהם גארנישט. די אלע זאכען וואס מען שרייבט דא אדער וואס מען זאגט הער איך פונקט וויא א צווייטער. . עס קען זיין אמת אדער נישט אמת הוי דן את כל האדם לכף זכות
והשי"ת ידיננו לכף זכות.
ווען דו ווילסט עפעס פרעגען קענסטו פרעגען . און טאמער איך וועל מיטן אייבירשטעןס הילף דיר קענען ענטפערען וועל איך דיר בל"נ ענפערען. (אויך פאר יעדען) . נאר ח"ו טון אזוי וויא דער האט ליין פון דעם א מ ג. וואס זאגט זאכען וואס ער האט קיינמאל נישט מברר געווען. נאר זיך אליין געזאגט אהן אויסהערן א צד. נאכדעם האט ער נאך די זעלבע טענה . צו רבנים גדולים. וד"ל. און ער פארלאנגט נאך פון רבנים אז זיי זאלען צוריק ציען זייער דעת תורה. בשעת ער אנטשולדיגט זיך קיינמאל נישט פאר זיינע פרעכע לגיונות. און הוצאת שם רע. דאס אלעס קען טאקע נאר געשען אין דעם "דור האחרון". השי"ת זאל העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן ומלאה הארץ דעה את השם..
שפיל לסיפא דקרא..
איר קענט ליינען ענגליש?
but
China's geographical environment is unsuitable for mass production and serious
lack olive planting technology, professional and fund, all which restrict the
development of mass olive planting in China
און איר זאגט אליין שפעטער אז למעשה די "ביליגע כינעזע" אויל קומט גאר פון איטאליע...
א חידוש אויף חנוכה... טשיינע איז פול מיט שמן זית, און מ'גייט גאר ברענגען די טייערע אויל פון איטאליע קיין טשיינע, דאס צו קענען שפעטער אימפארטירן פאר ביליג אין אמעריקא...
גג על גג!
עוד קשיא:
שמן זית איז גאר טייער היינט אין די גאנצע וועלט, קומט דא איינער און ברענגט פארטיג געפאקטע גלעזלעך פאר ביליגער ווי די אויל אליין וואלט אויסגעקומען ווען מ'קויפט דאס אין א פלעשל אן גלעזלעך, ער גיט שוין פאר דעם פרייז אויך גלעזלעך, קנויטן, פארזיגלט און געפאקט און צוויי בעלי מכשירים ווערן נאך באצאלט דערפאר... און צו דעם אלעם פליט נאך דער אויל פון איטאליע קיין טשיינע פון טשיינע קיין אמעריקא, איבער 10,000 מייל, און דער פרייז איז נאך ביליגער ווי פשוט'ער ספאנישער אויל אן השגחה.
באלד נאך א נס חנוכה....
פון וויקפידיא אויף אליוו אויל:
Over 750 million olive trees are cultivated worldwide, with about 95
percent in the Mediterranean region. About three-quarters of the global
olive oil production comes from
European Union states; of the European production, 97 percent comes from
Spain,
Italy, and
Greece.
Spain is the nation that produces the most olive oil, accounting for
more than 40 percent of world production. It is followed by Italy and
Greece. Much of the Spanish crop is exported to Italy, where it is both
consumed and repackaged for sale abroad as olive oil "imported from
Italy".
א שאד וויקפידיא זאל נישט וויסן פון דעם סוד אז אין כינע איז אויך דא שמן זית... עפעס, כאטשיג איין פראצענט זאלן זיי צוטיילן פאר כינע...
און דא איז א בליק וואס טוט זיך אין
טשיינע'ס וועזשטעבל אויל מארקעט:
Vegetable oil consumption in China has doubled in the last 10 years to
approximately 12 million tons and is expected to continue to increase at the
rate of 500,000-600,000 tons per year. In recent years domestic oil
production has been supplemented by imports of nearly 2 million tons of mainly
palm oil but also some soybean and canola oil.
The WTO agreement represents an excellent opportunity for Canada to develop
long term business for canola oil in China. Potential constraints to this business
development include the nature of the TRQ administration process once it is
made public and the potential impact of the newly announced implementing
regulations for GMO products.
לסיומא דמילתא:
די אלע לופטיגע טענה'רייען זענען פטומי
מילי בעלמא, מ'זעט פשוט ווי דער אומוויסנדער עבד עברי פרובירט (מן הסתם מיט די
בעסטע כוונות) צו פארוואסערן דעם פראבלעם מיט איידעלע - אבער גוט - פארדרייטע פאקטן, וועלכע
זענען נישט אין איינקלאנג מיט די פאקטישע ווירקליכקייט, דאס ברענגט אפשר נאך
שטערקער ארויס ווי די בעלי בתים וואס האבן אפגעטוהן דעם שרעקליכן עוולהאון
אפגענארט כלל ישראל אויף אזא מיאוס'ן אופן, און דער עבד עברי גלייבט זיי נאך, און
זאגט נאך זייערע פורים תורות, וואס איז ניטאמאל גוט אויף פורים קטן.
די אונטערשטע שורה איז, אז דא איז דא
א אינגערמאן א ליידיגגייער ש.ב. וועלכער איז א שווינדלער און מחטיא את הרבים, אזויווי ער האט חוזק
געמאכט פון די רבנים מיט די לעטוס פרשה, אזוי פייפט ער אריין אין דעם גאנצן עולם, ער
מאכט זיכער צו אריינרוקן וואס מער געלט, זאל ער געבן ווערים צו עסן פאר אידן, זאל דער עולם צינדן ווי נאראנים מיט וועזשטעבל אויל אנשטאט שמן זית...
דאס איז עס בקיצור.
און לגבי די טעסט פון די לאבאראטארי, להוי ידוע אז דא איז נישט קיין שאלה פון קאמפאטישאן, דא טוען רבנים וואס געבן זיך אפ מיט פארברעכן אין כשרות, און זיי האבן פארארדענט די טעסטן, און כדי צו פארדעקן די שרעקליכע אומרעכטן וואס מ'באגייט, שרייט מען קאמפעטישאן.
לכבוד "ראקלענד" . איך האב געטראפן דעם ברודער פון דעם ש ב . ער זאגט מיר . אזוי וויא איך האב שוין פריער געזאגט אז עס איז שמן זית און ער האט מיר געוויזן א צעטל פון א לאבאראטארי וואס איך האב שוין פריער געברענגט. איך האב עס געוואלט ארויפסקענען אויפן קאמפיוטער למען ידעו. האט ער מיר געזאגט אז זיין ברודער ש ב וויל עס אריינשטעלען אין די צייטונגען די קומענדיגע ווואך און ער וויל נישט אז עס זאל ווערן פובליק קודם. ער האט אויך געזאגט אז ער גייט אריינשטעלען אין די צייטונגען די לאבאראטרי טעסט פון די אנדערע "שמן זית" וועט מען זעהן אז עס האט א סאך מער וועדשטעבל אויל וויא זיינס.
חוץ דעם וואס מען רעדט בחנם אויף עהם . האט מיר דער ברודער מודיע געווען. אז נאך די איבערקערעניש אין קארלסבורגער בי"ד . ביי די לעטוס. האט זיין ברודער ש ב געפענט א רעסטוראנט. אין פלעטבוש עווע. עם. און די התאחדות הרבנים גיבט עהם א הכשר.
ער זאגט אז אויף זיין סכך וואס ער פארקויפט אויף סוכות האט ער אויך די הכשר פון די התאחדות הרבנים. איך האב עהם געפרעגט פארוואס האט איין רב המכשיר אראפגענומען דעם הכשר אינמיטן חנוכה און דער צווייטער נישט. האט ער מיר גענטפערט . אז ער ווייס נישט פונקטליך. ער ווייס נאר אז דער רב המכשיר פון וויליאמסבורג האט פאר דריי יאר צוריק געגעבען א הכשר פאר זיין ברודער פאר די באטלעך שמן זית. און אז איינער האט א פראבלעם קען ער אנקאלן דעם רב המכשיר. ע"כ . אזופיל ווייס איך אז אין זיין לאבאראטארי צעטל שטייט אז עס איז שמן זית . מען קען אליין אנקאלן די לאבאראטארי. וד"ל.
זעהט אויס אז דער בעל דבר פארלייגט זיך . אז מען זאל נישט מקיים די מצוות כתיקונם. רח"ל
ווייל מען האט נישט די זכי' אפשר?
קנאות . איז געווארן געאסערט אלס "חילול השם"
מצות.פאר פסח. וואס ער פארקויפט זענען פון ווייץ וואס זענען שוין נאס געווארן במחובר און עס איז פסול לויטן "ספר קציר חיטים" (בדיעבד כשר לויט ר' אברהם לויפער)
אתרוגים . זיינע זענען מורכבים אזוי וויא עס איז דא א בריעף פון ביד"צ.
די סכך וואס ער פארקויפט יעדעס יאר סוכות איז פסול מדאורייתא . אזוי וויא עס איז געווען צעטלעך דאס יאר סוכות
מרור. איז דאך געפאסקענט געווארן ביים קארלסבורגער בי"ד אז עס איז דא מער ווערעם וויא לעטוס איז מען דאך נישט יוצא מצות מרור מיט ווערעם. (אפשר איז עס נאר א מצוה הבאה בעבירה).
זיינע מילכיגס אויף שבועות וואס ער מאכט אין זיין רעסטוראנט אויף עוועניו עם. אין פלעטבוש איז געמישט מיט וואסער . איז מען דאך נישט יוצא מצוות "מילעכיגס" לכתחילה. דער רבי זי"ע האט טאקע נישט געגעסען די קעז פונעם קרעפעל . נאר די עק דאס טייג
זיינע שופרות וואס ער ברענגט אריין. איז פון "קרני פרה" וואס איז נאר א קרן ממילא איז מען גארנישט יוצא מצות שופר.
די ספרי תורות וואס זיין ברודער פארקויפט זענען פון מענטשן וואס זענען געפארן קיין איראן ממילא זענען זיי געאסערט געווארן פון אלע בתי דינים.
די לולבים וואס ער האט פאריאר פארקויפט זענען געווען געקלעבט מיט גלו. און עס איז געווען נפרד לגמרי פסול מדאורייתא. חוץ דעם וואס די גלוא איז חמץ און עס האט א חשש פון חמץ שעבר עליו הפסח.
די מגילות וואס דער אנדערע ברודער פארקויפט אויף יוס סטריט . איז געשריבען געווארן דורך נשים און עס איז דא א שאלה אויב א פרוי מעג שרייבען די מגילה (ווייל אף הן היו באותו הנס) אבער לכתחילה איז עס דאך זיכער נישט כשר
די מקוה וואס ער האט צושטייער געגעבען לעילו נשמת. איז געאסערט געווארן דורך נחום ראזענבערגס "האט ליין" . זענען דאך אידען נכשל געווארן.
יעצט לאחרי ככלות הכל והעיקר שכחתי. איז מען געוואר געווארן אז די כינעזישע אויל וואס איז אויסגעמישט מיט איטאליענישע וועידזשטעבל אויל. מיט אביסעל קוואל וואסער פון מים חיים וואס מען פילט עס סתם אהן מיט סינק וואסער נישט געפילטערט (איז דאך דא א חשש תולעים) . איז פלעין וועידזשטעבל אויל נישט שמן זית . די לאבארטארי האט דאך אזוי געזאגט בפירוש. און ממילא האט מען די ערשטע פאר טעג חנוכה נישט געצינדן מיט מצוה מן המובחר . אבער אבי זאת חנוכה האט מען חאטשיג שוין געצינדן מיט מצוה מן המובחר.ווער עס האט געפאלגט א מ ג.
חוץ מזה דער דריטער ברודער וואס פארקויפט "זילבער" איז גאר דא א ערענסטער חשש אז די זילבער איז אויך נישט עכט (עס איז דא א לאבארטארי צעטל" ) און מען האט אויסגענארט דעם עולם וואס האבען געמיינט אז זיי צינדן מיט זילבערנע מנורות . און דערווייל האט עס זיך נישט אנגעפאנגען און נישט אויסגעלאזט.
חוץ דעם אלעם האט ער דאך פשוט צו נאר געמאכט די צוויי רבנים המכשירים. וואס זענען פלוצלוג נעלם געווארן מן האופק. וואס זיי האבען זיך נעבעך פארלאזט אויף אזא א ערליכען איד ש ב וואס באשעפטיגט זיך מיט זיין ברודער נאר א גאנץ יאר מיט מזכה זיין יודען נאר מיט מצוות .
עבד עברי
צל"ח לי
איך פארשטיי נישט וואס דו האקסט דא א טשייניק
ס'געגאנגען איינער א אפארברעכער, באשטעלט אין כינע ביליגן וועדשטעיבל אויל און פארקויפט פאר אידן אלס טייערן שמן זית.
זיין קאמפעטישן וואס האט שוין געהאנדלט פאראיאהר מיט כינע און זיך איבערצייגט אז מקען נישט האבן אזוי ביליג שמן זית פון יוראפ קיין כינע און צוריק קיין אמעריקע. האט אנגערופן די פירמע קיין כינע מיט א היתכן, האבן זיי איהם פארציילט אז סאיז גאהר לאקלאע וועדשטעיבל אויל.
דער רב המכשיר האט שוין אראפ גענומען זיין הכשר עטליכע יאהרן צוריק, נאר ער האט נישט קיין כוח מיט זיי זיך צו שלאגן.
מצוה לפרסם את שמותם.
פשוטע פארברעכערס. וואס דרייסט טו מיט די צונג? דו ביזט א שותף אפשר דארט?
דו מוזט מיר זייער אנטשולדיגען . איך האב מיך מער אריינגעטון אין דעם ענין . איך בין געוואיר געווארן נאך עטליכע פרטים . 1 אז די ב. ברודער גייען ארןם אזוי וויא "הצלה" מעמבער . און דערווייל זענען זיי בכלל נישט קיין הצלה מעמבערס. זיי פייפן ארום מיט סירענאס און לעלוס און פארן דורך די לייטס וכדומה.
2 דעס יאר פאר חנוכה האבען זיי פארקויפט אין קראון הייטס "וויין" מיט א פיקטשע דערויף פון ליובאוויטשער רבין. און זיי האבען זיך טועה געווען און געשריבען "זי"ע" . אנשטאט "שליט"א" עס איז געווארן א געפערליכער "רעש" עס איז שיעור נישט געקומען צו געשלעג . און צו ארעסטן. ביז עס איז ארויסגעקומען א "לאבארעטארי צעטל" אז עס איז בכלל נישט קיין " וויין" . נאר פשוט "צוקער וואסער" . אידען זענען נעבך נכשל געווארן נישט יוצא געווען קידוש. און געמאכט א ברכה בורא פרי הגפן לבטלה.
3 זיי גייען אנגעטון מיט ברייטע ביבער היטן . מען מיינט זיי זענען געוויייקטע סאטמארע חסידים. דערווייל איז זייערע היטן נישטאמאל געמאכט פון "ביבער" נאר פון "רעביט האר" דאס מיינט פון האזלעך. ממש א חוצפה אין א האזע.
4 איך בין געוואיר געווארן פון א נאנטען מענטש צו הרב העניך אשכנזי שליט"א מו"צ בעצי התמרים . איך האב עהם געפרעגט פארוואס האט ער אראפגענומען דעם הכשר פונקט אינמיטן חנוכה . האט ער געזאגט אז די "טשעק" וואס ב.. האט עהם געגעבען פאר די השגחה בעפאר חנוכה. איז פונקט צוריקגעקומען פון די באנק אינמיטן חנוכה ממילא האט ער געזעהן מיט וואס פארא חברה ער האט צוטון האט ער שנעל אראפגענומען די השגחה.
זעהט אויס אז דער אנדערער רב המכשיר האט נאך נישט דעפאזיט דעם טשעק. און מסתם מארגען נאך "חאגע" וועט עס אויך צוריקומען.. וועט ער אויך נאך חנוכה אראפנעמען די השגחה.
דרך אגב "הרב מאשקאוויטש" וואס איז געווען א משגיח ביי די עדה החרדית זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן קארלבורגער בי"ד איז שקר וכזב והא ראיה אז די רעסטוראנט זייערע אין עוועניו עם אין פלעטבוש און די סכך אויף סוכות האט די הכשר פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה.
דו האסט מורא אז איך האב מיט זיי א שותפות. איך האב מורא אז דו ביסט אפשר דער קאמפיטישאן.. איך מאך נאר א ווערטל.
באטשי . ניכרים דברי אמת. איך האב יעצט קאנפירמד . מיט א ערענסטען יונגערמאן א ת"ח א איש מהימן. וואס דרייט זיך ביים רב המכשיר און ער האט מיר קאנפירמט. אז דער רב המכשיר האט שוין פאר עטליכע יאר צוריק אראפגענומען דעם הכשר פון אלע שמנים אוילען וואס ווערען פארקויפט דורך דעם ב.. ומשפחתו. ואתו הסליחה.
עבדעברי
מודה ועוזב ירוחם
יעצט ווער גיוואהר אויב די אחים ב. זענען נישט די זעלביגע וואס שטיין אונטער FRESH EXPRESS תולעים.
גם בארץ ישראל נודע שרוב שמן זית בזשוק הם מעורבים עם רוב שמנים אחרים והם מיובאים מירדן.
כי יש מחסור חמור השנה בשמן זית, והמחירים עלו פלאים.
ועוררו על זה הרבנים.
עבד עברי,
אויף די ערשטע וועל איך ענטפערן, ווייל עס איז שייך צו ענטפערן, די אנדערע צוויי לאנגע נארישע תגובות מיט לויזע ליצנות זאלט איר געבן פאר רבי יענקל מילער אב"ד יארמע.
מ'רעדט דא פון א באנדע פאפערס וואס זענען מכשיל אידן מיט דברים אסורים, און מיט פאלשע שמנים, און דו גייסט יעצט מאכן בדחנות?
אויב האט דער מר. ב א צעטל פון א לאבאראטארי אז זיין שמן איז שמן זית, איז עס פאלש!
1) ווייל דו עבד האסט אליין געשריבן אז
"אין אלע שמן זית ווערט געמישט וועזשטעבל אויל" כדי עס זאל גוט ברענען.. א ליגנער דארף האבן א גוטן זכרון...
2) ווייל עס איז דא א לאבאראטארי וואס האט באשטעטיגט אז עס איז "ריין וועזשטעבל אויל".
3) ווייל דער מר. ב קען נעמען א קריגל "גפן'ס" שמן זית עקסטרע ווירזשין, און געבן פאר'ן לעב, און ווייזן א צעטל אז ס'איז ריין שמן זית, "ער איז נישט נאמן צו זאגן וועלכע אויל מ'האט געגעבן פאר א לאבאראטארי".
4) ווער עס קען דעם באנדיט ווייסט אז ער וועט נישט אויסגעבן קיין פרוטה פאר קיין לעב'ס, ער פייפט אויף יעדן מיט א גרויסן שופר, ער איז צו קיין לעב נישט געגאנגען! (קען זיין אז ער האט עס גענומען צו "שעטנז לאבאראטארי")...
אויב איז ריכטיג וואס דו שרייבסט אנדערע זענען אויך אזוי, דארף מען דאס מפרסם זיין, און זיי אויספראקן ברבים, דער עולם האט זיך געלאזט גענוג טרעטן, מיר זענען נישט גרייט אויף נאך פינקל'ס, ב און זייערע בעלי מכשרים און מיטהעלפער - מסייעים לעוברי עבירה, יעדע גניבה און פאלשקייט אין כשרות אד"ג וועט פארשרייט ווערן דורך די המון עם אויף די הויכע טענער.
תוקן על ידי ALLNEWSPIC ב- 26/12/2006 23:16:17
ועל אחדון אחרון, די באמבע קשיא וואס דו לייגסט אראפ מיט אזא תמ'עוואטע פנים, הלמאי דער ב האט דאך א רעסטוראנט אין פלעטבוש מיט די השגחה פון התאחדות הרבנים, און סכך פארקויפט ער מיט השגחה פון התאחדות...?
גאר א שווערע קשיא...
דו קענסט אפשר דא אפציילן וויפיל מאל אין די לעצטע פיר וואכן (זייט דו ביסט געווארן דא א שרייבער מיט דעם ניק עבד) האסטו געהאקט שטיקער אויף א מאסיוון אופן פון התאחדות הרבנים און נישט אפגעשוינט פריוואט די רבנים וואס פירן עס אן מיט זייערע נעמען גראב ארויסגעשריבן, מיט די הארבסטע אויסדרוקן און ערגסטע באשולידיגונגען, פלוצליג ווערסטו א תם און פארשטייסט נישט וואס קען זיין שלעכט מיט דעם גנב ברוין,
התאחדות גיט דאך אויף זיין געשעפט א הכשר...?
ליין דורך דיינע אייגענע תגובות, און פארענטפער דיר אליין די גרויסע באמבע קשיא.
תוקן על ידי ALLNEWSPIC ב- 26/12/2006 23:15:18
לכבוד הרב (העסקן) ראקלענד. יש בוטה כמדקרות חרב ולשון חכמים מרפא .(נדרים כב) באמת האב איך הנאה פון דיר ווייל דו שרייבסט עפעס. . (וויא באקאנט דער "גאון הנורא" דער ראגאטשאווער גאון הגאונים איז געווען אין ווין און תלמידי חכמים זענען געקומען צו עהם רעדן.אין לערנען ער האט כמעט קיינעם נישט גענטפערט. ווייל זיי האבען קוים געקענט פארשטיין שיחת חולין שלו. (די בחינה וויא דער דברי חיים שרייבט אויפןו חת"ס און אויף ר"מ טשערנאבלער זי"ע)נאכדעם ווען דער פולישער עילוי "רבי מנחם זעמבא" איז געקומען צו עהם רעדן האט ער זיך אנגערופן. אה!! ב"ה עס איז שוין דא חאטש איינער מיט וועם מען קען רעדן ודו"ק
עס איז געווען אמאל א מיטינג פון גדולים דא אין וויליאמסבורג אין "זילבערס מענשאן" דארט וויא עס איז היינט דושינסקי בית המדרש אויף ראסס סטריט . דער רבי (בעל דברי יואל) (בעל ויואל משה) (הבוחר יבחר) זי"ע איז דארט געווען אויך דער קלויזענבורגער(פאר די מחלוקה) הגאון רבי אהרן קאטלער . רבי משה פיינשטיין ועוד. מען האט גערעדט פון די מדינה.(חינוך עצמאי) און דער רבי זי"ע האט זיך אויפגערעגט (ריתחא דאורייתא) און זיך אויפגעשטעלט און אוועקגעגאנגען. דער עולם איז געבליבן געפלעפט. האט זיך דער קלויזענבורגער אהנגערופן אז מען קען ווייטער רעדן און די אסיפה קען ווייטער אנגיין. האט זיך רבי אהרן קאטלער אנגערופן " יע!! יע!! עס איז שוין אבער נישטא מער מיט וועם צו רעדען וד"ל. און די אסיפה האט זיך געשלאסן.
איך זעה אז דו ווילסט רעדען צו דער זאך. איך וועל דיר אויך זאגען אז מתחילה האב איך דיר נישט געוואלט ענטפערען נאר אויף די "צווייטע" זאך . אז אויף די אנדערע יאר חנוכה טאמער משיח וועט ח"ו נאך נישט דא זיין וועט די אויל פון ש ברו.. האבען די הכשר פון התאחדות הרבנים. . (מען האט דאס יאר געוואלט קלעבען סתם סטיקערס פון די התאחה"ר) נאר יעצט איך זעה אז דו ווילסט אויפטון אין ענייני כשרות. וועל איך דיר בל"נ ענטפערען נארמאל.
די חברה (באנדיטן) פארשטייען נאר מיט ליצנותא דעוברי עבירה . מען מאכט פון זיי ליצנות דעמאלס פארשטייען זיי עפס. אזוי וויא להבדיל דער הייליגער ב"י זאגט אין סימן נ"ו מען דארף ענטפערן איש"ר בלישנא דסטרא אחרא . און דאס האט א כח זיי צוצוברעכען עיי"ש.
רבי מאטעלע הארנאסטייפלער זי"ע . רש"א שווער. און דב"ח איידעם . איז אמאל געפארן מיט א בעל עגלה א גנב. און יעדע פאר מינוט האט דער בעל עגלה געבעטען . נאך געלט און נאך געלט. ביז דער הארנאסטייפלער האט זיך גענומען שרייען אז איך וועל דיך שלאגען. האבען זיך די חסידים זייער געווינדערט . אויפן רבין. אזוי רעדט מען צו א יוד ? האט ער גענטפערט אז דוד המלך זאגט אין תהלים "עם עקש תתפתל. יעדער פארשטייט נאר זיין שפראך. דער בעל עגלה פארשטייט נישט נארמאלע מענטשען שפראך . ער פארשטייט נאר קוטשער שפראך. נאכדעם וועט ער פארשטיין וד"ל.
ברור כשמש בצהרים אז די אנדערע אויל איז געמישט שמן זית. נאר אזוי וויא זיי (התאחדות וכדומה) רופן דאס אהן "שמן זית" האב איך דאס צווייטע מאל אויך אנגערופן "ברו.. אויל" בלשונם "שמן זית" פארשטייסט.
איך וועל דיר פרובירן ארויפצולייגען דעם צעטל פונעם קאמפיטישאן וואס ער געט יא אויס געלט פאר לאבאראטארי. און אפילו אין קטיגור'ס צעטל שטייט אויך אז איזי לייט האט שמן זית נאר עס שטייט אז חוץ די שמן זית האט עס וועידזשטעבל אויל...
נאכאמאל בר... צעטל קען איך נישט ארויפלייגען. אבער די אנדערע צעטל קען איך יא ארויפלייגן.
חוץ דעם וואס דו שרייבסט אז יעדע גניבה און פאלשקייט אין כשרות וועט פארשריגען ווערן... הלוואי !!! הלוואי!!! . איך בין דיר גרייט ארויסצוגעבען מיט שרעקליכע און פונקטליכע אינפארמאציע. אז איך וועל זעהן אז דו מיינסט עס ערענסט. און דו טוסט טאקע עפעס אויף. כמובן.
השי"ת יהי' בעזרך לקיים רצונך. ותזכה לזכות את הרבים וזכות הרבים יהי' תלוי בך.
נאך א טעם פאר וואס איך האב געמוזט ענטפערען מיט תגובות וואס זעהט אויס וויא ליצנות.
"עס איז באקאנט דאס ווערטל אז איינער איז זיך געקומען פארהערן ביי איינעם פון די גרויסע וואלאזשינער גדולים "ארבע חלקי שו"ע" האט עהם דער רב געפרעגט וואס טוט זיך מיטן 5טען חלק שו"ע קענסטו אויך? האט ער געזאגט אז ער ווייס נישט וואס איז דאס פיפטע חלק. ער ווייס נאר פון פיער חלקים. האט עהם דער גדול געזאגט מוזט אהיימגיין איך קען נישט געבען די הורמנא. נאך א שטיק צייט איז ער צוריקגעקומען . פרעגט אים דער גדול . נא! קענסט שוין דעם פיפטען חלק . ענטפערט ער יא איך קען שוין דעם זעקסטן חלק אויך .פרעגט עהם דער רב וואס איז דער זעקסטער חלק. זאגט ער אזוי! דער פיפטער שו"ע הייסט וויאזוי מען זאל זיך פירן מיט מענטשען. און דאס זעקסטע חלק הייסט וויאזוי מען זאל זיך פירן מיט "אוממענטשען". .
אם שגיתי השם הטוב יכפר בעדי .
והשב ליראתך כל האנוסים (מחמת ממון און מחמת תאות כבוד וכדומה)(בנוסח תשליך ר"ה) וכל אחד ימחול לחבירו
יישר כח פאר די זאכליכע ענטפער.
איך האב שוין נישט קיין צייט יעצט מער צו שרייבן דא אפשר שפעטער וועל איך צוריקקומען, איך בין א שכיר יום, איך כאפ נאר אריין דא און דארט צו אריינווארפן מיינע ווערטער, אויב האסטו און ווייסטו פון נאך פאלשקייטן אין כשרות, רעד נישט צו מיר, איך בין א ציווילער מענטש, שרייב דו ארויס דא פונקט ווי מיר, ס'איז א צייט וואס די בעלי בתישע און ציווילע דארפן ארויסקומען פון די לעכער, יעדער וואס ווייסט זאכן מיט אן אמת, דארף אויפמאכן א מויל, ומגלגלין זכות ע"י זכאי.
מיינע אינפארמאציעס קומען פון גאר קראנטע מקורות, איך האב א נאנטן קרוב וואס איז שוין יארן אין כשרות און השגחה ליין, און "פערצופאל" האב איך א איד אין מיין ביהמ"ד וואס ארבעט פאר א גרויסע כשרות ארגאניזאציע, און מיין אינפארמאציע קומט געווענליך פון כלי ראשון מיט אלע אפענע מקורות.
דער בעל מכשיר שרייבט דאך אבער אז ער האט נישט אראפגענומען קיין הכשר נאר קיינמאל נישט געדגעבען.
עס שמעקט ווי א מוראדיגער אונאה.
פארוואס לארנט מען דא "סתרי תורה"?
איז געשען א פשע, זאל מען מפרסם זיין די נעמען פון די מכשירים, למען ידעו להיזהר.
תוקן על ידי allnewspic ב- 28/12/2006 20:01:11
די צייטונג אינעם עדיטאריעל היינט האט שוין מסביר געווען די מעשה אז עס איז געווען געמישט אליוו אויל מיט וועידזשטעבל אויל. . און די חברה האבען אליין ארויפגעלייגט די נעמען פון די רבנים המכשירים. .
דער חילוק צווישן די חברה און פינקל. איז אז פינקל האט באצאלט פאר רבנים המכשירים . און זיי (די רבנים) האבען נישט געטאן זייער דזשאב (פליכט) . אבער דא ביי די חברה. האבען זיי נישט אמאל דערציילט פאר די רבנים המכשירים און אוודאי האבען זיי נישט באצאלט גארנישט פאר די רבנים המכשירים . נאר ארויפגעלייגט זייערע נעמען פונעם אמאליגן פארגאנגענהייט. . וועגען דעם שרייבט די צייטונג . אז יעדער רב המכשיר דארף האבען א רשימה פון די זאכען וואס ער געט א הכשר יעדעס יאר . אזוי וויא די התאחדות האט און אלע ארגאנאזאציעס האבען. אזוי קען יעדער נאכקוקען וואס האט יא און וואס האט נישט . עס קען נישט קומען סתם א מאן דהוא . און ארויפלייגן נעמען. ..
עס איז נאך היינט דא טשואינג גאם פון די פירמא פאשקעס וואס האט נאך די הכשר פון אודווארי דיין וואס ער געט שוין נישט קיין הכשר צעהן יאר .(פאשקעס איז אונטער דעם הכשר פון הרב בנימין גרובער) דאס זעלבע איז דא די בוטשער אין בארא פארק וואס האט נאך די הכשר פון ביסטריצער רב ההגה"צ רבי משה שפיץ ז"ל וואס לעבט שוין נישט יארן .(עס האט היינט א אנדערען הכשר) . דאס זעלבע איז דא הכשרים פון הרב שטיינער פון קאשוי וואס איז שוין נישטא יארן. . אבער טאמער דער רב המכשיר וועט האבען א צעטעל(רשימה) פאר פובליק. אויף יעדען פראדוקט וואס ער געט א הכשר . סיי יעדער וועט קענען וויסן. און סיי די קאמפאני וועט נישט קענען צולייגען אנדערע זאכען וואס איז נישט מיט זיין הכשר.
למשל בלום האט די הכשר פון וועלאווער רב . און בלומיס האט נישט . אהן א צעטל קען די קאמפאני אמאל אויסמישן. וכדומה.
למעשה קען מען א ביסעל מלמד זכות זיין אויף די חברה אז זיי האבען נישט באגאנבעט דעם עולם ווייל עס האט טאקע נישט געקאסט וויפיל אליוו אויל נאר וויפיעל וועידזשטעבל אויל. עס איז העכסטענס נישט געווען קיין מצוה מן המובחר. ווייל די מענטשען האבען נישט געוואלט באצאלען פאר א מצוה מן המובחר וד"ל.
אם כנים הדברים אז התאחדות געט א הכשר אויף ש.ב.'ס א רעסטאראנט איז עס איז ממש מבהיל על הרעיון
ווי אזוי קען מען געבען א הכשר אויף א רעסטוראנט,וואס אן א באזונדערע - נישט איינגעשטעלטע- משגיח תמידי איז די עיקר השגחה געבויט אויף נאמנות, וואס באלאנגט פאר איינער וואס האט ביודעין מכשיל געווען אלפים מישראל מיט טויזענטער ווערעמלעך (די וואס האבען געגעסען פינקל'ס נבילות האבען כאטש הנאה געהאט בשעת'ן קייען דאס שטיקל טשיקען, אבער די ווערעמלעך אין די ראמעין לעטעס איז דאך סתם געווען נישט צו גאט און נישט צו לייט...)
נאר אז מען קען געבען אן הכשר אויף אזא מחלל שבת בפהרסיא בריש גלי ווי מזונות מבין (וואס נאך אלע מעשות האט נישט קיין באזונדערע משגיח תמידי, נאר אן אנגעשטלעטע וואס איז פארנומען א גאנצען טאג מיט זיין דזשאב), און נישט נאר געבען דעם הכשר, נאר לוחם זיין בכל תוקף ועוז אז דער ארגענעזאציע וואס געט דארט אויך דעם הכשר זאל זייער הכשר נישט אראפ נעמען נאך דעם סקאנדאל, איז א קשיא ווי אזוי זיי קענען געטרויען אזא מכשיל את הרבים מיט א רעסטאראנט?
_________________
דא האט איר דעם אריגינעלן טעקסט פון לאבאראטארי, פון די 100% וועזשטעבל אויל וואס איז פארקויפט געווארן אלץ שמן זית זך, דורך דעם גנב און פוסע על ראשי עם קודש מר. ש.ב.:
|
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
|
טייערער "ראקלענד" איך וויל זיי נישט פארענטפערן. נאר למען האמת קענסט לייענען ענגליש עס שטייט . אז עס איז דא וועידזשטעבל אויל אויסער די אליוו אויל. קומט אויס אז עפעס אליוו אויל איז .יא דא
און מין במינו ווערט דאך נישט בטל אזוי וויא עס ווערט געברענגט אין יו"ד סימן קב בשם הר"ן ביי דבר שיש לו מתירין. ווייל ביי איסור בהיתר פאסקען מיר אז מין במינו ווערט יא בטל נישט וויא שיטת רש"י. אבער ביי היתר בהיתר זאגען מיר אז מין במינו ווערט נישט בטל. . וועגען דעם פירן זיך א סאך אידען וואס קענען נישט טרינקען וויין . נאר גרעיפ דזשוס מישען זיי אריין אביסעל וויין אינעם בעכער . און היתר בהיתר ווערט נישט בטל מין במינו ממילא איז גערעכענט אזוי וויא עס דא וויין.
נאכאמאל איך וויל זיי נישט פארענטפערען. איך וויל נאר מלמד זכות זיין אויף די אידען וואס האבען דאס גענוצט פאר שמן זית .
מיין טייערע קנעכט!
קיין ענגליש קענסטו נישט, ווייל דאס מיינט אז עס די שאלה איז געווען צי איז דא דא שמן זית אדער וועזשטעבל אויל, איז די ענטפער, אז עס איז דא נאר שמן ירקות איבער זמן זית.
אויב וואלט געווען אפילו איין פראצענט שמן זית, וואלט געשטאנען, כך וכך פראצענט שמן ירקות, און כך וכך פראצענט שמן זית.
דאס איז נאר לפלפולי בעלמא.
דערנאך מאכסטו א פורים פשעטל פון היתר בהיתר און מין במינו, אפשר מאכסטו דעם פשעטל אויף לח בלח וואס אויב איז געווען דארט א ברעקל שמן זית, ווערט עס בטל ברוב - וואס איז שמן ירקות?
אין קץ לדברי רוח!
דו האלטסט אין איין חזר'ן אז דו ווילסט זיי נישט פארענטפערן, און דו הערסט נישט אויף זיי צו פארענטפערן איינמאל און נאכאמאל אויף די שוידערליכע עוולות וואס דא איז געשען אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל.
עס זעט אויס אז אדער ביסטו אביסל א מגושם, און דו כאפסט נישט די גאנצע פראבלעם פון אפנארן אידן מיט כשרות און מיט אונאה גניבה וגזילה, דו ווייסט נישט די ענינים בנגלה ובנסתר פון צינדן דווקא מיט שמן זית און נישט מיט עפעס אנדערש,דו האסט נישט קיין געפילן צו קיין מצוות און דברים שבקדושה, אדער ביסטו א שותף אין דעם געשעפט (אדער אין ש.ב.'ס אנדערע שווארצע עסקים), אדער ביסטו גאר דער בעה"ב אדער א קרוב מיט די בעל הבית.
אנדערש קען איך נישט פארשטיין ווי א איד וואס לייגט תפילין יעדן טאג, און האלט תרי"ג מצוות זאל נאר זוכן צו פארדעקן און וואשן די עושי רשעה חוטיאי ומחטיאי הרבים
דו שרייבסט אז עבד עברי קען נישט קיין ענגליש. וועגען דעם הייסט ער דאך עבד עברי נישט עבד כנעני ח"ו. אבער דו קענסט דאך נישט קיין אידיש. איך שרייב דאך קלאר אז איך וויל זיי נישט פארענטפערן. איך וויל נאר מלמד זכות זיין אויף די ערליכע אידען וואס זענען נעבעך פארנארט געווארן און געצינדן מיט אזא אויל. אויף דעם איז געמאכט געווארן דאס פשטל. און וויא קומט אהער לח בלח. דער שך אין סימן צח שרייט דאך קלאר אז ביי מין במינו גיי איך בתר שמא . שמן בשמן.
גייסט גלייך מיט דעם נוסח הידוע כאילו דו ווייסט די עניינים בנגלה ובנסתר . און דו ביסט דער ערליכער איד. אני ואפסי. און קיינער איז גארנישט . דאס איז דאך דער דרך פון.... והמבין יבין.
א שאד, א עבד וואס קען א שך אין יו"ד צ"ח, און זאל נישט קענען ארייננעמען אין קאפ א פשוט'ן רמ"א אין או"ח תרע"ג..
איך גיב אזא קוק איבער דיינע אלע "לימודי זכות" און קרעפל פשט'לעך צו פארגלעטן די סקאנדאל, הייב איך שוין אן צו פארשטיין דעם בעל מכשיר.
ביז יעצט האב איך נישט געקענט פארשטיין וויאזוי קען אפילו א שוואכער איד געבן א השגחה אויף א פראדוקט פון א גראבן אינג, א באוואוסטער מחטיא את הרבים, נאך דערצו א רב, און ווען דער פראדוקט איז מזוייף מתוכו "מתחילת העשייה עד סוף האריזה", איך האב נישט געקענט פארשטיין וואו נעמט ער די היתר און קאלטקייט צו קענען געבן אויף אזא זאך א השגחה, און ניטאמאל צוריקגעצויגן, שוין נאך איבער א וואך וואס די ביטערע מציאות איז ארויס אויף די גאס.
נאר אזויווי דא קען קומען א עבד עברי און מאכן כל מיני וואונדערליכע היתרים מיט לימוד זכות, האט מן הסתם דער בעל מכשיר אויך געמאכט און זיך פארלאזט אויף די סארטן היתרים און לימוד זכות...
א עבד עברי האט מיר פארענטפערט א שווערן "רב"....
האסטו דען נישט געזעהן אין די פריערדיגע געשרייבעכצער אז דער ש ב האט ארויפגעלייגט דעם נאמען פון די רבנים המכשירים און ער האט זיי ניטאמאל נישט מודיע געווען. . נו יעצט האסטו א הארבען ש ב .
איך האב ב"ה הנאה אז דו האסט שוין געטראפן אויך א לימוד זכות אויפן רב המכשיר . און די קשיא וואס דו האסט געהאט אויפן רב איז דיר אויך פארענטפערט. זעהט אויס אז עפעס האב איך שוין געפויעלט ביי דיר.
איך מוז דא מעורר זיין טייערער עבד
אז דאס וואס דו האסט געזאגט אז התאחדות הרבנים גיבט נאך א השגחה אויף א רעסטוראנט אין פלעטבוש וואס ווערט געפירט דורך דעם באנדיט ש.ב. וועלכער האט א ספעציעלער יצר הרע מכשיל צו זיין אידן ווי ער קען נאר.
האב איך מברר געווען אז זיי האבן שוין פון לאנג אראפגענומען די השגחה פון זיין געשעפט, ער האט שוין לאנג נישט דעם השגחה, און איך ווייס נישט צו דער געשעפט שטייט נאך בכלל.
ידידי ראקלענד היקר והנעלה הי"ו בשמו האמיתי
די התאחדות הרבנים האט קיינמאל נישט אראפגענומען די השגחה פון ש"ב רעסטוראנט. די סטאר האט זיך פארמאכט. ווייל אזוי וויא מען פירט זיך בין אדם למקום אזוי פירט מען ביזנעס בין אדם לחבירו כמובן האט זיך עס פארמאכט. א דוגמא אויף מארסי עווע. א פיצא סטאר איז אויך פארמאכט געווארן פון די שטאט און עס האט נאך אלץ די גרויסע מאשני פון די התאחדות
עס איז כדאי דו זאלסט לייענען " דעם געפערליכען ענין " וועגען ס. בעקערי אין וויליאמסבורג וואס איך האב געשריבן אינעם אשכול "געמיינע יונגען" אין דעם פורום. איין שטיקעל פארן לעצטען ..עס הויבט זיך אהן מיט די ווערטער "טייערער נייער"
דאס איז שוין נאכדעם וואס עס איז געווען יארן צוריק א הפקירות דארט וועגען טריפהנע אייער רח"ל. שאל אביך ויגדך.און טאמער דו ביסט נאך צו יונג דעמאלס זקניך ויאמרו לך.
יעצט וועגען די בראקלי. שומו שמים. מען טרעפט דאך אין יעדען פעקל בודק בראקלי עטליכע שרצים. ולא תטמאו בהם. און וויפיל מען האט געווארענט די התאחדות . לאכען זיי זיך אויס. און יעדער וואס עסט דאס איז מלא שקצים ורמשים רח"ל. קענסט דאס הערן אויף נחום האט ליין. אדער רוף אהן דעם מאגרובער רב. אדער מאך אויף סיי וועלכע פעקל וועסטו דאס אליין זעהן מיט דיינע אויגען.
דער באטורער רב האט גלייך צוריקגעצויגען זיין הכשר פון "עדן" בראקלי און קיים שום רעסטוראנט וואס האט א נארמאלע הכשר נוצט דאס נישט מער. אויסער די התאחדות.
גיי אריין אין סיי וועלכע סטאר אין וויליאמסבורג . וועסטו דאס קענען קויפן נאך אלץ
וידידינו היקר והחשוב ספרא רבא באטשי. ענפערט מיר אויפן היידפארק אז ווילאנג עס איז נישט דא א איסור אדער הבהרה פון די התאחדות . הפה שהתיר יהיה הפה שאסר. ביז דעמאלס עסט ער בראקלי קוגעל. מיט א רוהיגען געוויסן. אם בארזים נפלה שלהבת א"כ מה יענו איזובי קיר.
הבודק צריך שיבטל
איך בין געזעצן ביי א דרשה פון א רב וואס האט געוויזען לייוו ווי אזוי מען זוכט שרצים, אין יא די בראקעלי פון בודק האט געהאט א לעבעדיגע.
. פארוואס איז עבדעברי אזוי פארנומען צו פארטיידיגען דעם ש"בן וועלכע איז אן אויסגערופענער ליגענער?
תוקן על ידי allnewspic ב- 28/01/2007 23:36:40
דעיס איז זיכער אז דער עבד האט דא עפעס א נישט פלעינע ציל צו פארדעקען אויף די סקאנדאל פון מכשיל זיין יודען, און צו פארדעקען דעי רב וואס האט נאך ביז יעצטערט נישט אראפגענומען זיין השגחה פון עס, ער שלאגט זיך פאר עס מיט ציין און מיט נעגל
תוקן על ידי allnewspic ב- 28/01/2007 23:38:22
דער רב דארף ב"ה נישט אז מען זאל זיך אהנעמען פאר עהם בפרט א פאר היידפארק שרייבערס. ער דארף אפילו נישט אז עבדעברי זאל זיך פאר עהם אהנעמען.
און די התאחדות העלפט נישט אפילו ווען מען נעמט זיך יא אהן פאר זיי נישט נאר היידפארק שרייבערס נאר אפילו רבנים אויך נישט.
א מתנגד א גדול האט געפרעגט דעם הייליגען בעש"ט זי"ע ועכ"י . וויאזוי איז דער דין טאמער איינער פארגעסט צו זאגען "יעלה ויבא " ר"ח ביי שחרית האט עהם דער הייליגער בעש"ט זי"ע גענטפערט . די שאלה איז נישט קיין נ"מ נישט פאר מיר און נישט פאר דיר . פאר מיר (בעש"ט) איז נישט קיין חילוק ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט פארגעסען. און דו אפילו דו וועסט איבערדאווענען נאכאמאל שנוו"ע (אזוי וויא די הלכה איז .) וועסטו דאס צווייטע מאל אויך פארגעסען. וכך הוה.
(עס איז דא א הלכה אז טאמער איינער האט שוין איבערגעדאווענט צוויי מאל און פארגעסען דארף ער נישט נאכאמאל דאווענען ויש חולקין) .
איך האב שוין יוצא געווען צו דערציילן מוצאי ש"ק א עובדא פון הייליגען בעש"ט זי"ע וואס איז א סגולה לכל דבר (פונעם הייליגען רוזינער זי"ע (מנחת שבת סימן ש)
דאס זעלבע דער רב הרב הגאון זאל זיין געזונט און שטארק פאר וועם איך נעם מיך אהן. דארף נישט די גאנצע מעשה . (איך ווייס נישט צו ער ווייס אפילו אז איך נעם מיך אהן) איך נעם מיך נאר אהן למען האמת ווייל איך ווייס דעם אמת . און ווער עס וויל טאקע וויסן קען זיך צו מיר ווענדן באישי.
און נאך א זאך דער רב שליט"א ענטפערט יעדען איינעם אלע שאלות וואס יעדער פרעגט. אז איר האט פראבלעמען מיט א זאך אויף וואס ער געט א השגחה . קענט עטץ עהם אליין אנקאלן און פרעגען. ממילא סתם עהם אויסציען דא ברבים.האט נישט קיין שום זין.
דער קאפלאן(טשאפלעין) האט עפעס א אינטערעסט. אדער ער האט געהאט א סטאר אין בארא פארק און געבטען א השגחה . און דער רב האט עהם נישט געוואלט געבען מאיזה סיבה שהיא . אדער עפעס אנדערש.
. און פאר די התאחדות העלפט דאס אלעס נישט נאר וויא מער מען נעמט זיך אהן קומט ארויס דער ביטערע אמת אלץ מער און מער וויאזוי מען נארט אריין דעם עולם המדקדקין בכשרות.
איך ווייס טאקע פון א יוד וואס האט געפרעגט דעם רב ק. אויף עפעס א פראדאקט וואס איז געוועזען אונטער זיין השגחה, און א אמעריקאנע ארגעניזאציע האט געזאגט פאר דעי יוד, אז דעי פראדאקט האט טרפות אין זיך, האט דער יוד גערופען דעם דיין וואס געבט השגחה דעראויף און אים אנגעפאנגען צו פרעגען קשיות
און דעי דיין האט אפגעשטיפט דעי יוד אפאר מאל מיט נארישע תירוצים, ביז צו דע ענד האט ער געשריגען דעי יוד אין טעלעפאן "מדארף דיך פיטערען שטרוי צו עסען"
איך ראט טאקע יעדער זאל קאלען דעי רב מיט קשיות וואס מהאט אויף זיין השגחה, און ער וועט יעדעם גערען אנווינטשען אביסעל שטרוי (אשטאטץ געבן א ענפער..)
אגוטען טאג און א גוטען וואך
איך האב באקריגען אין אישית צוויי מעשיות אויף די השגחה פון רב ק. פון א., איך קען נישט פאוסטען קיין מעשה בעפאר איך פרואוו עס צו זיין 100% ריכטיג, איך טו מיין ריסערטש, און איך האף ביז מארגען צו פאוסטען די גאנצע אינפארמעישאן.
תוקן על ידי allnewspic ב- 28/01/2007 23:42:37
דער פורום איז נישט קיין פלאטץ צו אינסאלטען אנדערע חברי הפורום.
ביטע דאס נעמען אין קענטעניס.
אזוי ווי חנוכה איז אט אט דא, דעריבער דארף מען צייטליך דערמאנען דעם ציבור, צו לייגן אכט ביים איינקויפן "שמן זית" פאר די נרות חנוכה, נישט אריינפאלן מיט פאלשע שמן זית. פון די פאריעריגע פאלשע שווינדלערישע אויל מיט די השגחה פון הרב ק. איז נאך דא אין טייל געשעפטן צו באקומען, ידע הקהל להזהר!
אויך זאל מען אכטונג געבן בכלל נאר צו קויפן אויל מיט א פארלעסליכע השגחה, ווייל ס'איז דא אין די גאס מער פון איין שווינדלער, וואס פרובירט צו מאכן א לעבן פון אפנארן דעם ציבור, און אריינשמירן אין דעם עולם געבלאפטע פראדוקטן, בפרט יעצט אין די שמן זית סעזאן.
א פרייליכן "כשר'ן" חנוכה, למהדרין.
די פאריאריגע פאלשע שמן זית האט שוין דאס יאר ענדליך דעם הכשר פון די התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה. און מען האט אויף די פאריאריגע אלטע באטלעך ארופגעקלעבט נייע צעטלעך מיט די השגחה פון די התאחדות. עס האט שוין מער נישט די השגחה פון הרב ק.
א פרייליכן "כשרן" חנוכה למהדרין מן המהדרין