מגלה סודות פין חדר אויף א מאסיווער פארנעם.
הערט און האטס הנאה.
2129906003
ער רעדט דארט פין א קונטרס שפוט השופטים
טאמער קען איינער זיין א מזכה הרבים זאל ער עס ארויף לייגען דא.
איך האב אים געהערט זייער שיין.
ער באשמוצט קיינעם נישט, אין גיט א שיינע שיעור.
זעט אויס אז דער מצב איז ליידער ביטער.
ווי אזוי הייסט דער בעל דרשן דארט?
_________________
ר' אברהם שמואל געשטעטנער פון מאנסי
געזאגט
בנוגע דיין לעצטן פאראגראף פון דיין תגובה.
איך מיין גארנישט פערזענליך, אבער דער בחינה פון דורכקוקן א קונטרס און נאר קוקן די ערשטע און די לעצטע בלאט דערפון, שפיגלט אפ דעם היינטיגן מצב. א מענטש קען ברענגען טויזנט ראיות לדבריו אויפגעוויזן מיט הונדערטער מראי מקומות, אבער אלעס איז מופרך מיט א מאך פון דער האנט, וויבאלד עס שטייט ביים לעצטן דף אז איינער האט געגעבן געלט צו קענען דרוקן דעם קונטרס. קענסט מיט דעם טענה אפפרעגן אלע שאלות ותשובות ספרים וואס האט ביים סוף נעמען פון זיינע תומכים....
קען זיין אז דא ליגט עפעס טיפער, אבער דאס אז אויב איינער האט צושטייער געגעבן פאר'ן קונטרס פרעגט אפ הונדערטער בלעטער מיט מראי מקומות, דאס איז דער היינטיגער דור...
בכלל, וואלסטו אויך געמעגט קוקן אויך אויף איינס פאר די לעצטע בלאט, וואו ער שרייבט אז ער גיט 50,000 דאלער, פאר ווער עס פרעגט אים אפ און וויייזט אויף אז ער איז נישט גערעכט מיט זיינע טענות...
גוטע נאכט,
בנוגע צו דעם פרס וואס ער זאגט צו פאר ווער עס פרעגט אים אפ, לענ"ד ווי לאנג ער איז דער איינער וואס וועט מחליט זיין צו דער אפפרעגער רעדט צום דבר, און שטעלט נישט פאר א תנאי אז א דריטער זאל זיין דער מחליט אז תיובתא, דער פירכא איז גערעכט, איז א שאדע יעדעס שאס. די חתם סופר זאגט שוין אויף כגון דא - שערי תירוצים לא ננעלו.
עס דערמאנט מיר פון דעם ליפשיץ פון ירושלים וואס זאגט צו 20,000$ פאר ווער עס פרעגט אים אפ (אז עס נישטא קיין היתר שבעולם צו גיין א שייטל). איך האב אמאל פראבירט מיין מזל מיט אים, וואס זאל איך אייך זאגען, עס איז מיר זייער שנעל פארגאנגען דעם אפעטיט. ער פשוט פאר רעדט דיר דער ציין, ער שרייט ער פאכעט מיט די הענט, פאנגט אן מיט דעמאגאגיע, ער לאזט ניטאמאל קומען צום ווארט.
נאך א מאל, מי יתן והיה ועם ה' כולם זאלען זיין מיט דעם איידיעל בית בית דין, איך נאר נישט קיין איינונג צו דער רב געשטעטנער (וואס זעהט אויס צו זיין א יודע ספר, אדער גאר איינער וואס ווייזט וויאזוי זיך צו באנוצען מיטען בר אילן...) איז דער ריכטיגער אלטערנענטיוו.