היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היי טעק » ווינדאוס וויסטא

ווינדאוס וויסטא

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 22 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2111837

געדאנקען » 22/12/2006 01:30

האט שוין איינער וויסטא?

איך באניץ מיך מיט וויסטא פאר די לעצטע דריי וואכן אין מיין לעפטאפ, אין עס קוק אויס זייער גוט.
לאמיך הערן וואס דער עולם דא זאגט דער צו?

_________________

קאמענטאטאר » 22/12/2006 18:49

איך פארשטיי נישט, Vista איז שיון אוועילעבעל ?, איך האב געמיינט אז ערשט סוף יאנואר קומט עס ארויס,

געדאנקען » 24/12/2006 01:11

פארן פובליק וועט עס הערשט זיין אוועילעבעל יאנואר 30, אבער פאר volume customers אין פאר די טעקי'ס (אדער פאר עס ווייסט עס שוין וויאזוי צו באקומען) איז עס שוין אוועילעבעל זייט אינמיטן נאוועמבער, דער אפיצעלע Launch איז געווען נאוועמבער 30.

_________________

קאמענטאטאר » 24/12/2006 17:45

טעקי'ס ? מה זה ?

שמעק_טאביק » 25/12/2006 18:16

ווינדאוס וויסטא וועט האבן זייער אסאך עדווענטעדזשעס איבער XP. די ערשטע מעלה איז אז מען קען עס שרייבן אין "אידיש" "וויסטא", און מען מוז נישט טוישן צו ענגליש און שרייבן "XP".... דזשאסט קידדינג...

עס וועט האבן מער סעקיוריטי, וואס איז די וויכטיגסטע, א בעסערע "סוירטש" ענדזשין, זייער ענליך צו גוגל דעסקטאפ און יאהו, א בעסערע "סטארט" מעניו, די וועג ווי אזוי מען זוכט און מ'ארבעט מיט פיילס וועט זיין פיל גרינגער, דהיינו ווינדאוס עקספלאורער וועט אליינס זעהן וואספארא סארט פיילס דו נוצט און לויט דעם אויסשטעלן די טאלבאר אויבן. אויך וועלן אלע פיילס האבן "טאמבנעילס", דהיינו מען וועט זעהן אין קליין וואס איז דער פייל, דער אייקאן וועט זיין א פיקטשערל אין קליין פון דעם פייל.

ספעציעל וועט עס צונוצקומען ביי בילדער, וואס רוב מענטשן האבן דאך טויזענטער בילדער מיט די דיזשיטעל קעמערע, וועט זיין יעצט "וווינדאוס פאוטא גאלערי" וואס וועט מסדר זיין די בילדער לויט "לעבלס" וואס דער יוזער וועט אנצייכענען, און מען וועט קענען אויפזוכן לויטן דעיט, לויטן לעיבל, און נאך אנדערע פרטים. אויך וועט מען קענען פארריכטן בילדער, פארשטייט זיך בלויז די בעיסיקס, ווי אוועקנעמען די רויטע אויגן, מאכן ליכטיגער אדער טונקעלער, "ווארעמער" אדער "קאלטער" (כידוע ליודעים), און נאך פארשידנס.

אויך וועט עס קומען מיט אינטערנעט עקספלאורער 7, וואס איז אסאך מער פארגעשריטן ווי 6, אבער רוב מענטשן נעמען זיך נישט די מיה צו דאונלאודן די נייערע IE7 אויף ווינדאוס XP (וגם אני בתוכם), אויך וועט עס קומען מיט ווינדאוס מידיא פלעיער 11, וואס איז אויך שטארק פארגעשריטן אנטקעגן 10.

עס וועט אויך קומען נמיט "אעראו" גראפיקס, (חוץ די HOME עדישאן), וואס וועט מאכן די גאנצע אינטערפעיס פון ווינדאוס זייער מאדערן און פארגעשריטן, מיט דורכזיכטיגע ווינדאוס, 3D ווינדאוס אזוי אויך אלט-טעב, אדער בעסער "ווינדאוס-טעב" וועט ווייזן 3D אלע פראגראמען וואס זענען אפן אין קליינע טאמבנעילס.

א נייע בעקאפ סיסטעם. איר האט געטייפט א פייל אין ווארד, און דער נאך געמאכט טשענדזשעס, און געסעיווט. אצינד האט איר חרטה. וואס קען מען טון? אין וויסטא וועט איר קענען "צוריקדרייען דעם זייגער", און צריק האבן דעם אלטן ווערסיע.

און נאך אסאך זאכן וואס איז שווער צו באשרייבן אין די קורצע ראמען פון א היידפארק הודעה. ווי למשל "סאפער-פעטש" וואס וועט קענען לייגן זאכן אויף א USB דרייוו און אימפראוון פערפארמענס.

פאר מער אינפארמאציע קוקט דא:

http://www.pcmag.com/article2/0,1759,2074563,00.asp

http://www.pcworld.com/article/id,128009-page,1/article.html

קאמענטאטאר » 7/1/2007 18:09

פארוואס ראקאמענדירן אלע PC מאנופעקטשורערס Vista Bussiness , פארוואס נישט  אלטימעט ?
http://www.microsoft.com/windowsvista/getready/editions/default.mspx

TheFact » 24/1/2007 18:10

א בליק אויף ווינדאוס וויסטא
http://www.stardock.com/news/wb-oct05.jpg

natrul » 29/1/2007 03:04

דאס אז די קאמפאניס רעקמאנדירען וויזדע ביזנעס, איז נאר ווייל זיי מאכען מער געלט פון ביזנעס ווי רעגולאר וויזטא, דרך אגב קענסו באקומען א וויסטא אינטערגעשריבען דורך ביל געיטס, פאר נאך 10$ , און אויכט אויב די ווילסט קענסטו שוין היינט באקומען וויסטא און טשיינא פאר נישטיקע 30-40$ ( פארשטייטס זיך געפעלטש)און עס קומט מיט די זעלבע באקס ווי דע רעג.

קאמענטאטאר » 29/1/2007 04:16

איך פרעג נישט פארוואס זיי רעקאמענדן ביזנעסס אנשטאט האום, נאר פארוואס אנשטאט אלטימעט ווואס האט מער און קאסט מער ?

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

TheFact » 29/1/2007 05:17

ווער ס'געדענקט ביי ווינדא'ס XP איז געווען אסאך פראבלעמען (מנהג מייקראסאפט)
ביז ס'איז ארויס געקומען "סערוויס פעק 2"

ממילא, דער וואס דארף א קאמפיוטער פאר ביזנעס און קען זיך נישט ערלויבן קיין צרות
איז רעקאמאנדירט ער זאל צו ווארטן א שטיק צייט און ביז דערווייל זיך באגיין מיט די אלטע (?) xp

אויזער אויב ביזט א היי טעק מענטטש ווי מען רופט עס בלע"ז א קאמפיוטער גיעק (Geek)
און דו מוזט זיין די "ערשטע אויף דיין בלאק" צו האבן די נייעסטע טעכענעלאגיע דעמאלטס קויף עס
געזונטערהייט און לאז אונז וויסען אלע מעלות  און פיעטשעווקעס דערפון

ווי אויך די חסרונות און פראבלעמען, די אזוי גערופענע נאכווייען וואס א נייע אפערעיטינג
סיסטעם פון "ביל געיטס" ברענט מיט מיט זיך

natrul » 29/1/2007 21:33

איך גלייב נישט דאס מאל וועט עס זיין צו פראפלאמאטיש, ווייל וויסטא איז שוין דא פאר איבער א האלבע יאר, און מ'האט שוין דעלמאטס געקענט וויסען וועלכע פראפלעמען זאיס דא, און יעצט האבען זיי זיכער געמאכט געמאכט אז די אלע פראפלעמען אין שוין געפיקסט,אויכט יעדע קאמפאני רעקמאנדירט אן אנדרע וויסטע סאווטוועיר, איז יעדע קאמפאני האט זיך זיינע סיבות. און איך גלייב שווער אז ווען זיי רעקמאנדירען מיינען זיי טאקע נאר לטובתך

TheFact » 29/1/2007 21:41

ונזכה ונחיה ונראה

מחר יהיה האות הזה

TheFact » 20/2/2007 20:51

 ליסטע פון אסאך חסרונות און פראבלעמען  ביי ווינדא'ס וויסטע
און ווי אזוי מ'געט זיך אן עצה מיט טייל פון זיי

http://news.yahoo.com/s/zd/20070220/tc_zd/201477;_ylt=AvuFLfA8KIxI1663VTjL5B_w7rEF

TheFact » 20/2/2007 20:55

ליסטע פון 15 סיבות פארוואס יא צו קויפן ווינדאס וויסטא

איך וועל פרובירן איבער צוטייטשן צוביסלאך
אויב איינער איז בכלל אינטערעסירט

http://www.pcworld.com/article/id,128656/article.html

TheFact » 20/2/2007 20:58

קודם קוק די לינקס

TheFact » 20/2/2007 21:15

א. די נייע צורה
די בעסטע זאך אין ווינדאוס וויסטא איז בולט די נייע צורה מיט דורכזיכטיגע לעבעדיגע ווינדאוסוואס זענען ווי געגאסן אויפן פלאץ  מיט שארפע עלעגאנטע קאלירן א נייע מין "סטארט מעניו" און גענוג און נאך אנדערע תיקונים אויף די חלק הצורה דאס איז די שענסטע ווערסיע ווינדאוס  וואס  איז פארהאן
אויב גלייכט איר "Mac envy" איז דעס די ווידאויס וואס איר דארפט עס איז די ענליכסטע צורה צו א מעק

TheFact » 28/2/2007 17:17

איינער איז אפי' נייגעריג ווייטער?

popaner » 1/3/2007 07:24

איך באזיך דא יעדן טאג פאר פרישע וויסטע נייעס...

קאמענטאטאר » 28/3/2007 18:03

עפעס רירט זיך יא
כאטש נישט ווי ערווארטעט NY Times

OldBrisker » 29/4/2009 18:39

עס איז ווערט עפיס?