היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מקוה ישראל -- ר' נחום ראזענבערג

מקוה ישראל -- ר' נחום ראזענבערג

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2111171

יוסקעלע » 21/12/2006 05:04

נייע האטליין, אלע קעץ ארויס פון זאק 1-212-461-2778

שלוםשטוב » 21/12/2006 18:27

בקיצור וואס ער זאגט דארט.

אז רב ביק, און רב וויינבערגער, און איצא גליק, זענען א חברה מאפיאנערען, און שטערען אים ווייל ער האט זיי געפאקט געבען הכשרים אויף כשר'ע  מקוואות, און לאזען אים נישט שטעלען מודעות אין צייטונג, ווייל זיי ווילען אים אונטערברענגען.

שלוםשטוב » 21/12/2006 18:49

ער טענה'ט אז די מקוה אין ווילי פין סאטמאר איז ספק פסול דאורייתא,
א. די פלעקסי גלעס וואס איז דא ווען די מי גשמים קומט אריין, האט חקיקות,
ב. די טיילס האבען חריצים, און די אחרונים פסל'ן עס מדאורייתא.
ג. די השקה וואס מען דארף מאכען יעדען טאג, פלעגט מאכען ר' אברהם כ"ץ, יעצט טוהן עס אייניקלעך, וואס ווייסען נישט וואס זיי טוהן, און טוהן עס נישט כדבעי, זיי טריקענען נישט ריכטיג,
ד. די דיין, ר' ישראל חיים מנשה האט אים געזאגט אז ער גייט נאר פיר מאל  א יאר,
ה. ער גייט קיינמאל נישט פלוצלינג.


ROCKLAND » 22/12/2006 17:33

דער ראזענבערג, ווען נישט די הלכות מקוואות מיט וואס ער איז עוסק, וואלט ער זיך שוין געפונען אין "נארן הויז".

וועסטו אים רופן באקוקן די מקוה, וועט דיין מקוה זיין מהודר לכל הדיעות, מיט 20 ראשונים און דרייסיג אחרונים. (אמאל וועט ער הייסן שטילערהייט מאכן "עפעס תיקונים"),

וועט ער אבער קומען אין די מקוה אן קיין איינלאדונגען, אדער גאר ווען א יחיד רופט אים צו א ציבור'ישע מקוה, און כ"ש ווען ס'רעדט זיך נאך פון א נשים מקוה, איי איי איי וועט ער דארט טרעפן פסולים מדאורייתא אפילו אויף בדיעבד, לוי הונדערט פופציג שיטות (ברצותו מרחיב וברצותו מטה וברצותו מקצר...)

זיין גרעסטע הנאה איז ווען ער קען זאגן אויף א "מקוה טהרה" אז ס'איז שוין 20 יאר פסול, און אלע וואס זענען דא געגאנגען זענען רח"ל.....

די צווייט גרעסטע הנאה אהט ער ווען ער קען טרעפן א מקוה אונטער א השגחה אדער קהילה פון א גאר גרויסן ת"ח, און אויפווייזן אז "אפילו  פון יענעם גרויסן ת"ח רב ומרא דאתרא קען ער אויך בעסער מקוואות"..

עס זענען דא אין אמעריקא גאר גרויסע מומחים אין מקוואות (וואס גייען נישט מיט די העמד ארויסגעלאזט.. און גייען מיט אנארמאלן הוט..) אבער ער וועט יעדן אוועקמאכן, ער קען בעסער פון אלע, ווייל ער איז שוין ארומגעפלויגן א מיליאן מייל אין אלע הרי אררט...

ער איז א סייקאו, און הגם ער טוט אסאך אויף אין ווייטע מדינות, ער איז אבער א מחריב אויף א גרויסן פארנעם אין אמעריקא.


שלוםשטוב » 22/12/2006 18:41

כל זמן ער רעדט ווערטער, קענסט די אים נישט אוועקמאכען אז ער איז א סייקאו, דאס איז נישט א תירוץ.

ער זאגט זאכען, וואס איז די אמת?

ROCKLAND » 22/12/2006 18:55

ס'איז דא א תורה און א שו"ע, און ווען זאכן ווערן געטוהן עפ"י תורה ושו"ע, קען נישט קומען א "זעלבסט געקרוינטער" מקוה דאקטאר, און אלעס פסל'ן, בדרך הכלל, ווערט יעדע מקוה ווערט געמאכט דורך רבנים ומומחים, פוון פארשידענע שיכטן און קרייזן, עפ"י ביי מאכן מקוואות פארלאזט זיך קיינער נישט על דעת עצמו, יעדער ברענגט מומחים פון דרויסן אויך, דעריבער איז לעכערליך אים צו געבן א הונדערט פראצענטיגן נאמנות.

ווען 10 פראצענט פון מקוואות וואלט געווען ביי אים כשר, החרשתי, אבער ס'איז נאך נישט געווען אזא זאך א מקוה זאל זיין גוט ביי אים, חוץ ווען מ'רופט אים אפיציעל, דעמאלס איז אלעס פיין און וואויל אפילו לכתחילה.

אויב שפירט ער אז די רבני'שע אויטאריטעט מיט וועם ער קעמפפט איז צו שטארק, און ער קען נאך ארויס גיין א לוזער, דעמאלס הייבט ער אן מיט ניבול פה און שמוציגע פאשקווילן, ווייל אויב איז שוין די מקוה יא כשר, זאל ער כאטש עפעס געווינען...

עבדעברי43 » 22/12/2006 20:24


דעס איז געשטאנען אין נאך א פורום

אין יעדע זאך וואס ער שרייבט ליגט א שטיקל אמת. שטעלט אייך יעצט פאר ווען סאטמאר וואלט געמאכט דעם עירוב. אפילו עס וואלט געווען פסול . וואלטן זיי געשריגן פארקערט אויף יעדען וואס טראגט נישט "שייגעץ!!! פארוואס טראגסטו נישט !! צדוקי!!. אזוי וויא ביי די בשר בהמה מיט קאשויער רב האבען זיי געשריגען. "מוציא לעז" . און אזוי וויא ביי די פסחדיגע (חמצדיגע) מצות אין די למ"ד יארן וואס מען האט געטראפן ווייצלעך. עס איז געווען דעמאלס גדולי הרבנים וואס האבן געוואלט אסרן . די מצות. האבן זיי געשריגען. ווער עס עסט נישט איז א אפיקורס.

סאטמאר זאגט. אז ביי א אנדערען רבין טאמער דער דער רבי וואלט געגעסען חזיר ל"ע וואלט מען געזאגט אז די חזיר איז כשר . אבער ביי אונדז אין סאטמאר . וואלט דער עולם געשריגן . דער רבי איז א שייגעץ.
איין טעות איז דא אין די מעשה.

ביי אן אנדערען רבין. ווען דער רבי וואלט געגעסען חזיר ל"ע וואלטן די חסידים טאקע געזאגט אפשר אז די חזיר איז כשר . אבער זיי ואלטן נישט געגעסן.
אבער ביי אונדז אין סאטמאר טאמער דער רבי וואלט געגעסן חזיר. וואלטן זיי יעדען נאכגעשריגען... שייגעץ!! דו עסט נישט דעם חזיר . ביסט אן אפיקורס. !!
היינו טעמא דמקוה. היינו טעמא דערכאות. היינו טעמא דחלב דאורייתא. היינו טעמא דמצות פסח
 איך ביןן געווען ביי קידוש לבנה . ביי רבי טודרוס. מוצאי ש"ק מען האט געזונגן "טובים מאורות כנהוג. מען האט גענדיגט. והוא ישלח במעשי ידינו ברכה והצלחה. . האט איינער זיך גענומען צו שרייען. פארוואס זאגסט דו נישט במוצאי יום גילה. דער רבי זי"ע האט דאך איינגעפירט אז מוצאי שבת זאגט מען ביזן סוף חרוז. האט יענער גענטפערט. אז ער געדענקט נאך אין סאטמאר מען האט מוצאי שבת אויך נישט געזונגען ווייטער וויא ברכה והצלחה.  האט זיך דער ערשטער גענומען צו שרייען . אפיקורס . שייגעץ גוואלד דער רבי זי"ע האט דאך איינגעפירט אז מוצאי שבת זאל מען זאגען ביזן סוף.
דער אמת איז אז איינמאל מוצאי שבת האט מען זיך טועה געווען ביים רבין און מען האט געזונגען ווייטער במוצאי יום גילה וכו'  האט דער רבי געשמייכעלט און געזאגט אז עס זאל שוין בלייבן אזוי.

דאס זעלבע. אין די גאנצע וועלט איז דער קדיש נאכן שיר של יום און נאך קוה א קדיש יתום. אפילו עפ"י האר"י איז עס א קדיש יתום . און ווען איינער האט נאך ביידע עלטערען איז ער מדקדק ח"ו נישט צו זאגען די קדישים.
דא אין סאטמאר . ווייל ביים רבינס מנין האט מען געזאגט די קדישים . (חאטש אין רבינס צייטן ביי די אנדערע מניינים האט מען קיינמאל נישט געזאגט די קדישים אויזער אויב עס איז געווען א יתום ל"ע. )

טאמער איינער זאגט נישט דעם קדיש שרייען די סאטמארע .נו! נו!! קדיש . געוואלד דו זאגסט נישט קדיש נאך קוה ביסט אן אפיקורס. דער רבי האט דאך געזאגט.
אנשטאט מען זאל מתקן זיין די מקוה. וכדומה. איז דער צווייטער וואס האט יא א כשרע מקוה. דער איז דער אפיקורס..
.ווען אין וואודרידזש כולל קאנטרי איז די מקוה געווען פסול. עיין המכתב של רבי יצחק לעבאוויטש. והרב נחום. און עס איז געקומען א בער. ל"ע האט רז"ל פילעף נעבעך געוויינט און געשריגען . אלץ איז דערשולד. ווייל עס איז דא א "טמאנער עירוב" אין ווילאמסבורג. וועגען איז נעבעך געשען דער אומגליק אין וואודרידזש ביי די גרעסטע לוחמים קעגן עירוב.
און טאמער איינער לאכט שרייט מען געוואלד . ביזט דאך מבזה ת"ח . שפעטס פון די גאנצע תורה.

מום שבך אל תאמר לחברך. קודם האלטס איין די תורה  נאכדעם רעדטס.

דער שאפראנער שרייבט די וואך אין איד . אז די רבנים הרב צבי אייזנשטאט מיט הגאון הגדול רבי יונתן שטייף. מיט רבי מיכאל בער מיט פאפער רב זצ"ל האבען געוואלט מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג. נו!! וואס וויל ער  דער שאפראנער ! ביי אונדז אידען איז גענוג די הוה אמינא פון די הייליגע גדולי הרבנים . וואס ביי רבי יונתן שטייף זי"ע איז פארגעקומען אין איין וואך מער שאלות בד חלקי שו"ע וויא  ביי .... א גאנץ יאר. וד"ל.  נאר ליידער פאר די פארטיי פון יונגעלייטלעך געפעלט נישט די פסק פון די רבנים.  א רבס פסק איז נאר גוט טאמער ער האלט מיט די פארטיי. 
דעם ווינער מעג מען מבזה זיין ווייל ער טאנצט נישט נאך אינגאנצען. און רח"ל כץ מיט הגאון רבי יחזקאל ראטה וואס פאקען איין רז"ל פילעף אין די פאדעשוועס. זיי מעג מען מבזה זיין.
 סך הכל.  נחום איז דער משוגענער. די אמאליגע רבנים זענען אפיקורסים. פאפער רב זי"ע איז נישט קיין חכם. רבי מיכאל בער האט צוריקגעצויגען. . מקוה איז כשר. חלב איז כשר. חמצדיגע מצות זענען כשר. ערכאות ווען איך וויל איז כשר. בני יואל איז אמאל כשר אמאל טריפה. מעכל לעבאוויטש איז אויך אמאל כשר און אמאל טריפה. רבי מאטעלע. טאנצט ער מיט איז ער כשר. טאנצט ער נישט מיט דארף מען לייגען אויף עהם א פייפער.די ליסט איז נאך צו לאנג.
עם חכם ונבון וויא זענט עטץ. וויא איז ענקער חכמה. עטץ לאזט זיך איינרעדען פון א פאר העצערס.. הלוואי וואלט די מקוה געווען אזוי כשר וויא דער עירוב. וויאזוי האט הרב ביק זי"ל געזאגט. "הלוואי וואלט די סאטמארע מצות געווען אזוי כשר וויא די "דאמינא צוקער" . דעמאלס איז הרב ביק געווען פסול. נאר היינט ווייל ער טאנצט מיט די צדוקי פארטיי ווערט ער כשר און רשכב"הג..
עד מתי פתאיים תהאבון פתי. שטייט אויף פון ענקער שלאף. און זאגט מודה אני.
גוט שבת

גביר_אדיר » 24/12/2006 08:04

לכבוד עבד וכל השאר, עבד איז גערעכט מיט די גאנצע דרשה, אבער דא מיר נ ראזנבערג מיז א מחולק זיין מיט מיין געערטער ר' עבד, איך קען פערזענליך דעם מענטש איבער צוואנציג יאר, ווי אויך זיינע פעולות, איך האב נישט קיין צייט צו קיין אריכות, איך קען נאר זאגן אז ער איז בכלל נישט קיין רב נישט אויף מקוואות און נישט אויף גארנישט, וואס ער איז יא דארף איך נישט זאגן, לייען נאר אביסל זיינע בריוון, וועסטו זיין וואו זיין קאפ ליגט אים ער האט נאך כמעט נישט געבויעט קיין איין מקוה פון אנהויב ביזן סוף, חוץ מזה האב איך אליין מיטגעהאלטן פעלער ווי ער האט גע'פסל'ט מקוואות שלא כהלכה, מיט שקרים וכזבים און מיט פיל רשעות.

ווי פריער דערמאנט איך האב נישט יעצט קיין צייט, כ'אב נאר געפיעלט אז כ'מוז אפשרייבן דעם קורצן תגובה. ועוד חזון למועד.

mozez777 » 24/12/2006 15:57

נאך לייינען אפאר פון זיינע בריון, זיין שפראך איז מער גלייך צו א מנוול ווי צו א רב

קאמענטאטאר » 24/12/2006 18:21

כן נראה ג"כ לפענ"ד

כורמיזא » 24/12/2006 20:56

אט האט איר בילדער פונם חשוב'ן רב (מיט הגה"צ ר' מאיר בראנסדארפר) און מחבר פון סה"ק


[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 24/12/2006 21:22

עבד עברי דא האסטי אביסעל באשריבן די פרשה פין  הגאון הגדול רבי יונתן שטייף מיט די עירוב.
http://eruvonline.blogspot.com/2006/11/truth-about-rav-yonasan-stief-ztl-and.html

משה אין גביר_אדיר עטצסט קענסט זיין גערעכט, אבער דאס איז נישט קיין קינץ, צי הארגענען די מעסינדשער.

איך האב געהערט פין איין אינסייד מקור אין פאפא, אז זיין פראבלעם מיט די קריצען אויף די שטיגען איז לויט קיינם נישט געווען קיין פראבלעם (אויף די שטיגען טובלט מען זיך נישט אין די קריצען זענען געמאכט געווארן נאך וואס די סטעפס זענען געווען אינסטאלט.) דער פאפא רב האט מחליט געווען אז סאיז כדי צי באצלן אז ער זאל נישט מוצא לעז זיין, סאיז דא געניג וואס וואלטן זיך צי געכאפט דער צי. (ווער עס קען די היסטאריע פין די מקוה) 

עבדעברי43 » 24/12/2006 23:10

די בילד איז נישט פון רבי נחום. נאר פון א צווייטן וד"ל

שלוםשטוב » 25/12/2006 04:38

נאך ליינען אפאר פין זיינע בריוו, איז אמת, ער איז טאקע פיסט משוגע, ער טענה'ט אז די הערפיס פין מוהלים וואס זענען מוצץ בפה, קומט, נישט מער נישט ווייניגער, נאר ווייל זיי זענען מזנה, אדער ווייל זייערע ווייבער זענען נישט געגאנגען אין מקוה, אדער ווייל די מוטער פין די קינד איז נישט געגאנגען אין מקוה (דער פסול'ר קאפ פארשטייט אז די סכנות וואס ווערט געברענגט אין חז"ל אויף א נדה, איז אפילו אויב זי איז נישט געגאנגען אין מקוה - דאס איז א טעות, אפילו אויב מען גייט נישט אין מקוה, איז קיין סכנה נישט דא, כידוע).
איך ווייס נישט די זאך דאקטויריש, אבער עס גייט מיט זיין הילוך המחשבה, ווי ער באשולדיגט די שוויץ אין זופניק, איך ווייס נישט אויב עס איז יש דברים בגו, מיט זיינע טענות אויף א שוויץ, אבער איך בין כמה פעמים געווען אין א שוויץ, איך האב נישט געהאט קיין שלעכטע עקספיריענס.

זיינע טענות אויף פארשידענע מקוואות, זענען בעיקר נישט אויף די געבוי, נאר אויף די קוקערען, דאס טוישען די וואסער, למשל ער מאכט אן עסק פין נתן סאה ונטל סאה, וואס איז נישט מער ווי א חומרא, ווי אויך זיין טענה מיט די חריצים אויף די טיילס, דארף מען נאך אויך וויסען ווי אמת עס איז, ווייל עס לאזט זיך נישט גלייבען אז די טיילס זאלען האבען א דין כלי, לפי הבנתי, איך האב נישט אדורך געטוהן דאס ענין בשלימות, אבער אויבען אויף זעהט אזוי אויס. ווי אויך זיין טענה פין כלי בתלוש, מיין איך, אני הקטן, אז הגם אחרונים זענען מפקפק אויף געוויסע פעלער, אבער גיי זאג אז א סעמענט געגאסענע מקוה, הייסט א כלי, ווייל עס איז דאס שיטס פין פעך ארום און ארום, איך גלייב נישט אז עס הייסט א כלי אפילו בדיעבד, יעדער וואס האט אמאהל געלעהרנט ווייסט וואס די גדרים פין כלים זענען, גענוג צו פארשטיין אז דער מענטש וואס איז נישט א תלמיד חכם, און קען נאר איין מקצוע, קען נישט מכריע זיין אין גארנישט, ווייל ער פארשטייט נישט די הילוך הדברים אין די פוסקים, און האט נישט קיין געפיל צו דער זאך.

אן ענדליך דוגמא איז דא מיט שליח הקן, וואס עס האט איינער געמאכט א ספק קן צפור, וואס ער ארבעט שיין אדורך, אבער מען קען זעהן פין די ספר, אז ער איז נישט קיין תלמיד חכם, נאר דאס האט ער אדורעך געטוהן, און מען קען זעהן אז ער האט נישט קיין הבנה צו קיין הכרעות וכדומה.

ווי אויך זיין טענות אויף לעיק מיד, אז עס הייסט שאובים ווייל ווען די טייך הייבט זיך אהן גייט עס דורך א גענערעטאר, מיין איך, אז ער מאכט א טעות, ווייל טאמער מען זאגט נהרא מכיפי' מתברך, קוקט מען נישט ווי דער טייך הייבט זיך אהן, זאל זיין וואס עס איז.

דער מאכט פין הלכות מקוואות א פראקטיק, כאילו איינער וואס קען נישט פראקטיק קען נישט מאכען א מקוה, איים סארי, יעדער וואס לערענט הלכות מקוואות, און זעהט די רייד פין די פוסקים, קען מאכען א כשר'ע מקוה, נישט נאר ער, און קוטשי פאפא רב.

כורמיזא » 25/12/2006 10:08

עבד, ווילסט איך זאל ברענגען א בילד וויא דער חולה נפש עסט א געבראטענע פולקע אינמיטן גאס?

veaz » 25/12/2006 18:58

עס איז קלפי און קלאר אז דער מענטש איז נישט סתם א מטורף נאר אזא נער אז דער וועךט האט נאך אזאנס נישט פראדעצורט זינט ששת ימי המעשה. און דער בילד ווי ער עסט א געבראטענע פולקע ערקלערט פונקטליך וואס דער פארשוין איז, איך ווייס פון ערשטע האנט אז ער האט געסטראשעט א מעידזשעיר באס קאמפאני אז ער וועט זיי ארויסשטלען פון ביזנעס ווייל ער האט נישט געהאט קיין טוילעט ביים באס סטאפ, א יעדער מענטש וואס קומט נאר אין בארירונעג מיט איהם  שאקעלט זיך אפ פון איהם פון פין א נבילה סרוחה, רבותי ער איז נישט ווערט די שפייעכטס אדער די מינוטין וואס מיר פארברעמגען איבער איהם, אפילו ער קאן הלכות מקוואות ער איז נאך אלץ א שטאקיגע פערד

Baachi » 25/12/2006 19:21

אפשר איז ער א פערד. אבער די המצאה פון הייסען אויף זיין האטליין "בחורים שוין אויפהענגען" איז צופעליג יא מיט אביסל שכל.

ס'דער בעסטער מיטל אז די בחורים זאלען איהם אויסהערן ביז צום סוף.

והוא בדוק ומנוסה

מאה_אחוז » 25/12/2006 19:47

דער חברה מאן אט זיך ארום געדרייט אין ירושלים עטליכע וואכן און געזוכט מיט וועמען צו שפילן כדור, ווען ער אט געזען אז ער האט ניט געפונען קיין חומר צו בראטן מטעמים, אט ער זיך גענומען צום "שער הניוול"... און מחבר געווען עטליכע געמיינע בריוו וואס מ'טאר ניט ליינען.

און געארבעט מעשים אריינצודרייען די חברי הבד"ץ אין זיין מחריקה, ר' מאיר בראנסדורפער שליט"א וויל אים שוין ניט קענען, און די אנדערע חברי הבד"ץ קוקן ניט מער זיין וועג

gezoogt » 27/12/2006 04:27

 

איך קען דעם נחום ראזענבערג גוט, פארברענט אביסל צייט מיט אים הערענדיג זיין דרשות. (די בילד מיט די פולקע האב איך נישט געזעהן אבער אן אייס קרים פאפ אויף לי עוו. האב איך געזעהן לייוו). זיינע בריווען זענען זייער אינטערטענינג, אבער אין א מקום קדוש טאר מען דאס נישט אריין ברענגען.

לענ"ד קען טאקע זייער שטארק זיין אז ער איז בגדר משוגענער (לפי הסימנים המבוארים בחז"ל)
, אבער דער דרשה זיינע אויפ'ן האטליין פאריגער וואך איז ער געווען גאלד כלפי דעם אלטער משה האטליין. דער וועלט וואלט אבער געקענט ניצען נאך א פאר אזאנע משוגעים. איך ווייס פאר א פאקט פון ערשטע האנט אז ער בויט מקואות איבער די וועלט שלא על מנת לקבל פרס. ליינט נאר די אינפא אויף דעם וועבזייטל israel613.com/MIKVAH (ליינט דארט די בריוו פון דעם ביק פון בארא פארק ווי ער בעט אים איבער פאר רעדן אויף אים, איך בין נייגעריג צו דאס א פורים בריוו צו אן אמת)

ליינענדיג זיינע בריווען קומט מיר אויס אז ער איז גאנץ א שיינע מגזם. אבער דאס אלעס, נישט מער ווי א מגזם. וועלעכער מעשה זיינע איך בין נאר נאך דערגאנגען איז מיר נתברר געווארען אז יש דברים בגו, די יסודות'דיגער פאקטן פון די מעשה זענען אמת -  
based on true facts. פארשטייט זיך מען קען זיך מתוכח זיין וויפיל פראצענט פון זיינע מעשיות מען דארף סאבטרעקטען, איכא דאמרי פיפציג פראצענט עס איז דא א דעה אפילו ביז 86.4%, אבער אין גאנצען אוועק מאכען איז סתם געשטעקט די קאפ אין זאמד.

אויף די חלק ההלכה פון זיינע מעשות קען איך (אדער אן אנדערע אויף הייד פארק אדער אפילו רוב רבנים) נישט אריין גיין אין קיין ויכוחים, ווייל פשוט איך קען נישט אזוי גרינטליך הלכות מקוואות איך זאל אים קענען אפווענדען. פארשטייט זיך אזוי אויך קען איך (והנזכרים לעיל) נישט קויפן זיין צד אין די מעשה
lock stock and barrel. אשר על כן אויף זיינע מעשות קען מען זאגען למיחש מיהא בעי.

עס איז מיר אינטרעסאנט צו איינער קען אויף ווייזען
שווארץ אויף ווייס אויף א מעשה וואס ער דערציילט, צו אויף זיין האטליין צו און זיינע בריווען, אז עס איז שוא ושקר, הוידעל בוידעל, טשאדעלע באדעלע.

דרך אגב עס איז מיר א פלא אז ער רעדט אזוי אויף פאפא מקוה, איך האב אים אמאל געפרעגט וועלעכער
מקוה ער רעקאמנדירט האט ער מיר געזאגט פאפא אין וומסב"ג און 52 סטריט און בארא פארק.



תוקן על ידי gezoogt ב- 27/12/2006 4:39:22

jewboy » 27/12/2006 14:03

ר רעדט דאך צוקער זיס.......

Baachi » 27/12/2006 21:41

געזאקט

דו זאגסט עפעס.

ער איז טאקע אביסל טראלאלאלא, אבער איך מיין אזעלכע ווי ער האט געמיינט דער ר' שימעלה ז'עליחאווער זצ"ל מיט זיין באקאנט ווארט:

די צרה פון די היינטיגע וואלט איז אז 
א) ס'נישטא גענוג משוגעים,
ב)  די וואס זענען שוין יא דא, זענען נישט גענוג משוגע

אויף איהם דוכט זיך וואלט ער נישט געזאגט דעם סעיף ב'

על זה אנו מודים: וחסרונן על כל מה שבראת? להחיות בהם נפש כל חי!

CHAPLAIN » 28/12/2006 19:49

סאיז מיר זייער פרעמד פארוואס מ'קען אזוי אוועק מאכן א גרויסע עסקן, וואס נעמט נישט קיין געלט פאר זיין ארבעט, ער פארט ארום די גלאוב ביז די נארט פאול צו מאכן כשרע מקוות פאר יודען, קען ער אפשר מאכן א מיסטעיק, קען זיין נישט אייביג טוט ער הינדערט פערסענט, אבער ס'קומט אים אסאך קרעדיט פאר זיינע גרויסע אויפטיען אן א שיעור אין די גאנצער וועלט.

Baachi » 28/12/2006 20:33

CHAPLAIN

דו אליינס קענסט פערזענליך א מקוה וואס ער האט אויפגעשטעלט אדער אפילו פאראכטן?
 
אדרבה השמיעני נא

CHAPLAIN » 28/12/2006 20:34

אין בארצעלונא

Baachi » 28/12/2006 20:49

איך האב געהאט א חבר וואס איז זיך געאנגען טובלען דארט חתן ביום חופתו ...

דו קענסט דאס פערזענליך צו מפי השמועה?
אויב יא דו ווייסט אפשר וואס ער האט דארט אויפגעטוהן?

ער האט דאס אויפגעשטעלט צו ער האט זיך געמאלדן אלץ רב המקוואות אין זיי האבן איהם גענומען ווי א רב המכשיר?

ליכטיג » 28/12/2006 21:22

ער האט באמת געבויט אסאך מקוואות.

איך ווייס פון כל מיני פלעצער אין אוקריינא מיט 12-15 יאר צוריק

gezoogt » 29/12/2006 03:26

עס איז דא א יוד אין וומסב"ג בערל טייטלבוים וואס איז עוסק אין שפאניע, וכמדומה לי האב איך אמאל געהערט פון אים וועגען דעם מקוה שנתייסד או נשפץ על ידי נחום ראזענבערג.

און דעם וועבזייטל וואס איך דערמאן לעיל זעהט מען בעליל אז ער האט געבויט א מקוה און סאן פראסיסקא. אזוי אויך ווייס איך פערזענליך פון צוויי מקואות און נ. דזש. וואס ער האט געבויט.

Baachi » 29/12/2006 03:33

אם כנים אתם

לפע"ד איז זיך ווערט משוגע צו מאכען זיבעציג יאהר אבי אויף צובויען איין כשרע מקוה פאר אידען.

ירבו כמותו.

עבדעברי43 » 2/1/2007 00:19

 

 



תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 02/01/2007 0:19:43

מבינות » 21/10/2007 18:24

איך קען נחום פערזענליך, און איך האף אז ער איז נישט בייז אויף די אלע וואס רעדן אויף עהם, ווייל ס'וועט עם גארנישט העלפן..
ער איז א 'קלוגע משוגענער', ער מאכט א מצב וואס איז א חידוש בימינו אנו, און וויפיל ער טוהט אויף, באגראבט ער זיין נאמען מיטן האטליין, ווייל איינער וואס האקט אויף צדיקי ומנהיגי הדור, איז אטאמאטיש פסול.
אבער כ'מיז מודה זיין, ער איז זיס ווי ציקער אויפן האט ליין, ביטער ווי גאל מיט זיינע מעשים, און עיקש ופתלתול מיט זיין הנהגה.
ער איז אזוי גערעכט און געהויבן ווי עני באדי דא אין היידפארק, די חילוק איז אז קיינער געבט זיך נישט ארויס, און ער איז זיך מבזה למען כבוד שמו..

עבדעברי43 » 21/10/2007 22:56

אחי ורעי . ידידיי ואהוביי מאז ומקדם. להחזיר העטרה ליושנה. קודם כל שלום עליכם א גוט געבענטשט יאר עטץ זאלטץ האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס פאר ענק און ענקערע משפחות הי"ו. און כל משאלות לבכם זאל נתמלא ווערן לטובה ולברכה. עדי נזכה בקרוב לראות בגאולתן של כל ישראל ושמחתן במהרה. (איינס פון די סימני הגאולה איז דאך אז עס וועט זיין א ווינטער אהנע קעלט און פראסט)  

. איך זע אז איינער האט דא צוריק ארויפגעברענגט דעם אשכול פון די האט ליין פון ר' נחום ראזענבערג נ"י.   לידיעתכם זאלט איר וויסען אז יעדע גוטע זאך האט א קעגנער אויך. מאויבי תחכמנו
עס איז דא א האט ליין וואס שימפט יעצט און שעלט רבי נחומ'ן מיט קללות נמרצות אשר אין דוגמתן בכלל אפילו אין די דיקשענערי פון קללות רח"ל . מיט א שרעקליכע האס און שנאה כדוגמא שנאמר בעשו הרשע להבדיל "ועברתם שמרה נצח"  ער רופט עהם אהן מיט כינוי לשונות של גנאי "מקוה שווים באסיין"

און ער שעלט אויך . דזשי ענד דזשי קלאטינג. .אויך  הגאון הגדול אב"ד וואדרידזש שליט"א ער רופט עהם אהן רח"ל "דואג ואחיתופל." . בתוך הדברים גרענעצט זיך זיין האט ליין מיט דברי זלזול על התנאים הקדושים "שמעיה ואבטליון" און אויך איז מעורב בתוך זיין האט ליין . דברי כפירה ממש מלובש בתןך שיינע דברי אמונה רח"ל ערגער וויא די בחינה פון קליפת נגה וואס איז נישט ליכטיג און נישט טונקעל נאר מעורב רע בטוב. .
 (כבחינת הפלוגתא אנפאנג פסחים. רב הונא אמר נגהי ורב יודא אמר לילה. . רב הונא האלט אז מען דארף בודק חמץ זיין בין המשמשות ווען עס איז מעורב חושך ואור. (כפירוש הראב"ד) און רבי יודא האלט אז עס מוז זיין ממש לילה. ) 

די נומבער איז 2129907010  אבער אין מיין אז גלייך וויא איך האב דאס מפרסם געמאכט דא אויפן פארק. וועט ער גלייך און תיכף טוישן זיינע דיבורים אויף אנדערע זאכען וד"ל.

בדרך אגב די הויפט לוחמים קעגן עירוב למען קדושת השבת (בכלומערשט) הרב ביק און דער שאצער זענען דעם פרייטאג ארויסגעפארן קיין מאנסי . און זיי האבען אליין עכט מחלל שבת געווען זיי זענען אנגעקומען לאנג נאכן זמן של שבת קודש רח"ל. כידוע די מעשה פון הייליגן רבי ר' מיכל מזלאטשוב זי"ע מיט מורינו הבעש"ט זי"ע ואין כאן המקום להאריך.

אויך בדרך אגב וועגן די האט ליין פון אלטר משה וואס רעדט וועגן די טרייפענע פיש און מאנסי (וואס איז ערגער וויא פינקעל ווייל עס איז מער לאווין וויא טריפה און נישט געזאלצן פלייש) . דארף מען וויסן אז חסידישע אדער ערליכע יודען טארן זיך ממילא נישט פארלאזן אויף גיסינגער פון לעיקוואוד . וואס ער האט איינגעפירט אז מען זאל עסן אלע ווערעמדיגע ירקות בראקלי ספינאטש מיט א פאלשן הכשר .
 און אויף זיין הכשר איז געבויעט די גאנצע הכשר פון די התאחדות הרבנים אויף "בודק" . וואס לעצטענס נאכדעם וויא מען האט זיי געפאקט מיט מאכיל זיין שקצים ורמשים לישראל.  הייסן זיי לכתחילה אפקאכען אדער צומאלן די ווערעם פון זייערע (נישט) בודק סטראבעריס המתולעים בהכשר פון דעם זעלבען גיסינגער
 (אולי "קיסינדזשער" דער אמעריקאנער סעקרעטערי אף סטעיט וואס האט פרובירט שלום צומאכן אין מיטל מזרח .  אזוי מאכט ער שלום צווישן די ווערעם און די מענטשען רח"ל)  

אויך וואס אלטר משה איז מעורר קעגען דעם "טויביס" בוך געשעפט אין מאנסי איז לידיעתי אמת ויציב. ווייל ער פארקויפט אויך ספרי כפירנ ומינות רח"ל ומצא מין את מינו .

סך הכל פון די האט ליינס איז .. אז דער איד מעג פיטערען דעם עולם מיט שקרים וכזבים. קומען די באי במחתרת אויף די האט ליינס און זענען א ביסל מגלה דעם אמת .

מבינות » 21/10/2007 23:07

זאלן זיי אבער נישט בייז זיין, אז מ'לאכט פון זיי..
ווייל מ'דארף זיך היטן דעם כבוד אויכעט, און כ'ווייסנישט צו די אלע הייטליינס מיינט טאקע די טובת הציבור אדער יחוס עצמו, וכל הרודף אחר הפרסום הפרסום בורח ממנו..

יא » 22/10/2007 21:07

שלום עליכם עבד עברי!!!
ירבו שרייבער'ס כמותך וואס זענען מהנה דעים עולם!!!
יהא בואך לברכה!
מיר האבן דיר שוין נישט געקענט דערווארטן, מיר האפן אז דו גייסט נאר נישט אזוי שנעל פארשוואונדען ווערן פון די מאפע ווי אין די פארגאנגענהייט.
WELLCOME BACK

elmonsey » 23/10/2007 02:21

עבד נאדיר

_________________

Support our troops

עבדעברי43 » 23/10/2007 05:35

א שיינעם דאנק און א יישר כח פאר די שרייבערס וואס האבען זיך גענומען די מיה מיך מחזק צו זיין יברכם השי"ת כרצונם  וכמאוויים זיי זאלן האבן א סך נחת והצלחה אמן בתוך שאר עמו בית ישראל.

דאס וואס מבינות זאגט . אז(די האט ליינס)  זאלן נישט בייז זיין אז מען לאכט פון זיי.  
עס איז דא סיפור אז א רבי האט מכבד געווען אמאל א יוד צו זינגען ביי של"ס "ידיד נפש" האט דער יוד גענטפערט.  "געוואלד רבי ! איך קען דאך נישט זינגען" . האט עהם דער רבי געהייסן ער זאל דאך זינגען.  ממה נפשך. וועט ער שיין זינגען . דעמאלס וועלן יודען הנאה האבען. און טאמער וועט ער נישט שיין זינגען וועלען דאך יודען עכ"פ לאכען. וועלען זיי אויך הנאה האבען. וועט ער ממ"נ מהנה זיין יודישע קינדער.

דאס זעלבע איז מיט די האט ליינס. טאמער מענטשען לאכן האבען זיי (די האט ליינס) חאטשיג עכ"פ דערפרייט יודישע הערצער! וד"ל.
להבדיל די אמאליגע מוכיחים בשער און למעלה בקודש די הייליגע נביאי אמת וצדק איז אויך געווען מענטשען וואס האבען געלאכט.פון זיי .  דער זון פון הייליגן נועם אלימלך ברענגט אין אגרת הקודש. אז אפילו פון הייליגן האר"י הקדוש זי"ע (וואס אפילו די מתנגדים האבן געהאלטן פון עהם) איז אויך געווען מענטשען וואס האבען געלאכט פון עהם רח"ל.
המבדיל בין קודש לקודש ובין קודש לחול.    חטאתינו הוא ימחול.

אין פריערדיגען ארטיקל האב איך געשריבן וועגן די הויפט לוחמים קעגען עירוב הרב ביק  און דער שאצער וויאזוי זיי און זייערע משפחות האבען מחלל שבת געווען בפרהסיא פארענדיג בעיצומו של שבת קודש.    אבער נאך א זאך איז געשען די פאריגע וואך שב"ק
אז די פארגאנגענע וואך האבען די אנדערע הויפט לוחמים קעגן עירוב הר' ש. ש. שפיטץ ראש פון סאטמארען וויליאמסבורגער כשרות בי"ד מיט זיין איידעם מייזליש דעם שאפראנערס זון וואס שרייט נאך יעדען שבת אויף אלע גאסן געדאווענט שבת צופרי אין פאפא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג לכבוד א משפחה שמחה. 
און חאטשיג זיי האבען  געדאווענט צוזאמען מיט די מחללי שבתות לשיטתם און זיי האבן געזעהן וויא דער עולם חסידים ואנשי מעשה טראגען אריין און ארויס כרצון חכמים. דאך האבען זיי געשוויגען און נישט געשריגן כדרכם. . ווייל  פאר זייער אייגענעם אינטערעס פארשטייען זיי צו שווייגן און נישט צושטערן זייער שמחה.  נאר יענעמס מנוחה און יענעמס שבת און יענעמס שמחה גייט זיי נישט אהן צושטערן . ווייל  אזוי האט  מען זיי אויסגעלרענט "אני ואפסי" נאר איך מעג אלעס און קיינער טאר נישט גארנישט. ודו"ק.

אזוי וויא ווען רז"ל מסאטמאר שליט"א איז געפארן שבת קיין בארא פארק. האט ער גערופן זיינע הינטעלעך להבדיל און געזאגט אז זיי זאלן אין בארא פארק נישט "בילען" . ווייל די גמרא זאגט דאך  אז ווען כלבים צועקים . ווען הינט בילען דעמאלס ווייס יעדער אז "מלאך המות בעיר" דאס איז א סימן מובהק פון די גמרא. האט ער נישט געוואלט אז מען זאל זאגען "מלאך המות בעיר" האט ער זיי געהייסן נישט "בילען" .
און כאטש די זאכן זענען אמתע פאקטן . (אזוי וויא דער פסולער צורת הפתח וואס איז געווען ביים סאטמארען דיינס סוכה אויף ראסס סטריט אזוי וויא יעדער האט עס געזעהן בעיני בשר. (אויסער אז אפשר איז דארט אויך געווען נאך א עירוב וואס קיינער קען נישט זעהן א רואה ואינו נראה. אזוי וויא די שקצים רופן דאס אהן א "ווייערלעס עירוב" )
דאך ווילן זיי נישט הערן.
אזוי וויא ווער עס געדענקט אין אלטן סאטמארען בית המדרש נאפ מענשאן אויף בעדפארד קארנער ראסס סטריט . אין בית שני וויא ר' יחזקעלע מערץ זי"ע פלעגט דארטן לערנען בייטאג מיטן זידיטשויבער רבין זי"ע. און דער זידיטשויבער רבי פלעגט א סאך מאל הויעך שרייען אויף רבי יחזקעלע זי"ע.   האט דער רבי זי"ע געפרעגט.  ווואס שרייט ער דארט? האט דער עולם גענטפערט. אז רבי יחזקעלע הערט נישט גוט!  האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן במתק לשונו.  רבי יחזקעלע הערט נאר דאס וואס ער וויל הערן. ע"כ.
לעניינו יעדער הערט נאר דאס וואס ער וויל הערן. אפילו דעם אמת וויל ער נישט הערן נאר וואס עס איז גוט פאר זיין פארטיי.
איינער פון די ראשי הקהילה פון וויליאמסבורג סאטמאר האט געדאווענט אין א צווייט ביהמ"ד און האט געבעטן איינעם פון די פירערס פון קלויזענבורג .( מ ו )ער זאל מוחל זיין און צוגיין צום עמוד.  האט אים דער קלויזענבורגער גענטפערט . איך קען נישט צוגיין ווייל איך טראג דאך מיטן עירוב . דהייינו איך בין לויט דיר א מחלל שבת.  האט עהם דער סאטמארער ראש הקהל געפרעגט.  נו! היתכן? פארוואס טראגסטו טאקע?   האט עם( מ ו )גענפערט.  דיין יעצטיגע סאטמארע פאליטיק וויל אז מען זאל נישט טראגן מיטן עירוב. און מיין קלויזענבורגער פאליטיק וויל אז איך זאל יא טראגען מיטן עירוב. האט עהם דער סאטמארער ראש הקהל געזאגט. בראווא! האסט זייער גוט גענטפערט. און ער איז צוגעגאנגן צום עמוד ע"כ..  

בדרך אגב. די אלע וואס האבן פאריאר פארפירט וועגן די פאלשע שמן זית וואס טאמער עס איז אמת איז עס העסטענס נאר א הידור ביי א מצוה דרבנן ניטאמאל א לכתחילה עיין טו"ז הלכות שופר סימן תקפ"ו לגבי שופר של איל  ועיין דגול מרבבה שם. 
די אלע האבען דאס יאר אליין געזעהן וויא דער בעה"ב פון די אויל  איז געשטאנען גאנץ בין הזמנים ביי לי עווע. קארנער ראדני סטריט אין וויליאמסבורג. און פארקויפט אתרוגים און לולבים לכל היהודים אשר במדינות סאטמאר בלב העיר וויליאמסבורג
ואין פוצה פה ומצפצף  בלי שום השגחה. און צענדליגע חסידישע יודען ובראשם רבנים האבן געקויפט ביי עהם.
וואס דאס איז נישט סתם א הידור נאר א מצות עשה דאורייתא וואס קומט נאר פאר איינמאל א יאר . און א שאלה פון א ברכה לבטלה. און אויך די איבריגע טעג סוכות איז א מצוה מדברי סופרים מתקנת רבן יוחנן בן זכאי  . און טאמער דער מענטש האט נישט קיין נאמנות זענען זיינע אתרוגים פסול לגמרי.
דא זעהט מען ארויס זייער הידור פון די פאלשע מערערים נישט די פאלשע שמן זית ארט זיי נאר זייער פאלשקייט וויא די אנשי סדום להבדיל מן הקצה עד הקצה.
אין אמתן האב איך שוין דאס געשריבן גלייך פאר סוכות להודיע פאר די וואס ווילן יא מקיים זיין די מצוה בשלימות.
נאר די זעלבע זאך. אז זיי ווילן נאר הערן וואס זיי ווילן הערן.
איך האב א סאך צו שרייבן וועגען די עניינים ועוד חזון למועד אי"ה.

פארלעסליך » 23/10/2007 20:07

עבד:
We Want More!!!

מבינות » 24/10/2007 04:21

אבער די לשון הרע'ס וואס ווערט צו פויקט אין די עפענטליך, איז נישט קיין ווערטל צום לאכן. שטעל דיך פאר מ'צעלייגט דיך אויף מצה וואסער.. דא האנדעלט מען וועגן רבנים וואס מ'רעדט אויף זיי פיסט און פראסט, און ווי גרויסע בעלי גאווה ס'זענען דא, אלץ מער שטערט זיי עס. מ'טארנישט זויגען מענטשענס בלוט, און ס'אוודאי נישט קיין ווערטל..
אז די וועסט זען איינער פליט אריין אין ראדני סטריט, און האקט אראפ זעכצן זיידעס פינעף רבנים און א קיפקע בחורים, 'און עס איז גארנישט געשען מיט זיי', אבער ס'איז א ווערטל..? ער רעדט אויף מענשען בפומבי, און אנשטאט מ'זאל עהם לייגען אין ח' לייגט מען עהם אויפן אינטערטעימענט ליסטע..