אבער מיט וועמען איך רעד זעהט אויס אז מען זעהט נישט וואס גייט דא פאר.
מורי ורבותי,
עת צרה היא ליעקב.
עס הענגט איבער אונז א מורא'דיגער סכנה פין איראן.
מען איז זיך בוטח אין אמעריקא וואס איז א מלכות של חסד,
וואס זאל איך זאגען,
די ליצנות איז גרויס,
אזוי ווי די אידען וואס האבען זיך פארלאזט אויף די מלכות של חסד פוילין.
גאר נישט מער.
די אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין אויף אונז, אז מיר זאלען נאך זוכה זיין צו זעהן אונזערע אייניקלעך'ס חתונות דא אין עטרת חי'. ווער ווייסט וואס וועט נאך זיין.