היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יצחק ווייס vs. רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע

יצחק ווייס vs. רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2107080

געגאנגען » 15/12/2006 19:37

אין די ארטיקל וואס יצחק ווייס פון ירושלים, דער שרייבער אין איד, האט אריינגעשיקט פאר Ynet וועגן די פורים בי"ד איסור אויף נטורי קרתא, האט ער אריינגעשיקט א פיקטשער פון דעם נועם הארץ ווי ער רעדט ביים דינער פאר 82'ס מוסדות, און ער האט געשריבן דארט אונטער די פיקטשער, נישט מער נישט ווייניגער, "מייסד חסידות סאטמר". גארנישט אנדערש!

אייגנטליך איז ער אבער נישט מער ווי גערעכט. אויב דער נועם הארץ טאר נישט אנערקענען זיין הייליגן טאטן דער ברך משה זי"ע, און ער מוז אים אויסמעקן פון די מאפע, בלייבט ער דאך אן די שלשלת צו זיין גרויסן פעטער זי"ע, דער אמת'ער מייסד. מוז ער נעבעך אליינס גרינדן א אייגענע חסידות מיט א אייגענעם בד"ץ (קלאר קעגן רצון פון רבוה"ק זי"ע, כידוע), האט ער שוין נעבעך געמוזט אויך אליינס פארשאפן די נאמען סאטמאר...

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3340422,00.html תוקן על ידי - געגאנגען - 15/12/2006 19:39:06

העבר_אין » 15/12/2006 21:46

און די געדאקטערטע בילד פון די חתונה וואס איז פארגעקומען [נישט ר"ח חשון, נאר] כ"א כסליו

וויפיל ""אמת"" עס גייט אריין אין איין ארטיקל פון איין שקרן

א מחי'

יכול » 17/12/2006 03:12

געגאנגען, איך קוק יעצט אויפו בילד און איך זעה נישט עס זאל שטיין וואס די זאגסט, מייסד חסידות סאטמר, עס שטייט נאר "הרב טייטלבוים, אדמו"ר חסידות סאטמר צילום: יצחק ווייס".
ביטע זיי מסביר.

13Hooper » 17/12/2006 07:59

דאס האבען זיי שוין פאראכטען 
אדער אריין לייגען  א ריכטיגע בילד פין זייער כא כסלו  דאס קענען זיי נישט, ווייל עס איז געווען א אויסגעשפילטער עולם