היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כ"ק מרן רבינו שליט"א - חנוכה - וויליאמסבורג

כ"ק מרן רבינו שליט"א - חנוכה - וויליאמסבורג

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2106964

משמשבקודש » 15/12/2006 16:39

 
כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה זיין דעם 2'טן שבת חנוכה אין וויליאמסבורג

 ווי אויך וועט כ"ק רבינו שליט"א צינדן די חנוכה לעכט - לויט'ן יעצטיגן פלאן -
 מיטוואך נאכט און דאנארשטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג

trueonly2 » 26/12/2006 03:01

היינט אין מקוה הער איך אינטערסאנט שטיקל נייעס – באמת שוין גאר נישט קיין נייעס, עס גייט נאך צוריק צו די חנוכה טעג – אבער כ'האב מיך געוואנדערט פארוואס כ'האב נאך גארנישט געזען דא אויסגעשמועסט אויפן פארק.

כא ישט געוואלט מאכן דערפון א פרישן אשכול, אבער כ'האלט אז דא איז די פלאץ עס אויסצושמועסן, די ענין איז איבער "סילופים ושליחות יד בספה"ק דברי יואל עה"ת פון מרן רבינו הקדוש זי"ע???" (אזוי וואלט די קעפל געדארפט לויטען), קיין גענויע פרטים האב איך נישט דערווייל, דעריבער בעט איך פון ווער ס'האט עס מיטגעהאלטן לעבעדיג זאל מוחל זיין און פעסטשטעלן הדברים על דיוקן.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען הגר"מ ט"ב האט אין איינע פון די חנוכה טעג נאכגעזאגט א שטיקל תורה פון ספה"ק דברי יואל פרעגענדיג דערויף אז ס'שטימט נישט, און צולייגענדיג אז ווי באקאנט האט מען שולח יד געווען אינעם ספה"ק דברי יואל. דאס פון זיך אליינס איז מיר נישט געווען קיין גרויס וואונדער, ווייל דאס האט מען שוין געהערט פון זיין זיידן די ברך משה ז"ל אין ישיבה ומתיבתא דקרית יואל אין די מ' יארן, אבער וואס ס'האט אמערסטענס געצויגען מיין אויפמערקזאמקייט איז דאס וואס האט פארסירט דערנאך ווען זיין טאטע האט אין איינע פון די חנוכה טעג נאכגעזאגט די זעלבע תורה עס פארענטפערנדיג בטוב טעם ודעת, צולייגענדיג אז הגם זיין זון האט געפרעגט דערויף, האט מען שוין געהערט אזוילעכס, אויך די דברי חיים זי"ע מיטן שינאווא'ער רב זי"ע האבן זיך חולק געווען כמ"פ...

ארגינעלער » 26/12/2006 05:57

האסט פארגעסן צו ענדיגן, אז ווי נאר וויליאמסבורגער רב האט געהערט די ווערטער האט ער אנגעשפריצט זיין טאטן ברבים מיט קאכעדיגע לאטקע אויל.

פאטאקי08 » 26/12/2006 18:39

וועלכע טאג האט עס דער רבי נאכגעזאגט?

_________________