היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריזיגע סעודת הודאה בסאטמאר ירושלים

ריזיגע סעודת הודאה בסאטמאר ירושלים

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2105825

שורשנגח » 13/12/2006 23:43

א הערליכע סעודת הודאה כ"א כסלו איז פארגעקומען אינעם גרויסן סאטמאר ביהמ"ד ברך משה דקהל יטב לב דסאטמאר ירושלים, עס האט זיך באטייליגט א ריזן ציבור די ביהמ"ד איז געווען געפאקט מן הקצה אל קצה, מען האט נשיט געקענט א ריר זיך טאן.

עס האבן זיך באטייליגט כ"ק גאב"ד רבי יצחק טובי ווייס שליט"א, כ"ק הראב"ד רבי משה שטערנבוך שליט"א, רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א, רבי יעקב בלויא שליט"א, רבי נפתלי פרענקל שליט"א, רבי יעקב מענדל יאראוויטש שליט"א, (הרב אולמאן שליט"א האט געהאט א משפחה שמחה), כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און נאך פילע רבנים.

כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א האט גערעדט דורך א הוק אפ, עס אזי געווען א מעמד הוד.

ווידער פון די אנדערע זייט אין קהלת יפו ביי חיים הערשלע, איז געווען תשעה באב, נאכדעם וואס זיי האבן געארבעט ביטער שווער די לעצטע פאר וואכן צו מאכן א "מעכטיגן" כ"א כסלו מסיבה, זיי האבן אהיים געשיקט צעטלעך מיט אלע קינדער פון חדר אז אין דעם "ריזיגען" אוהל רחל שול, גייען זיי מאכן 12 סענקשאנס פאר יעדע יארגאנג, און פאר די קינדער, אויך האבן זיי געארבעט מיט אלע מיני טעראר אז די רבנים זאלן נישט גיין צום כ"א כסלו אין ברך משה.

די יפער האבן דעלייגט בעריקעטס אין ביהמ"ד, און געמאכט א טראראם, אבער ווער עס איז אריין געקומען אין אוהל רחל כ"א כסלו ביינאכט האט געזעהן אז דארט איז תשעה באב נאכמיטאג עס איז געווען ליידיג, און ביטער אויסגעשפילט עס איז געווען בזיונות דארט עד אין לשער, דער יפוער האט באפוילען אז מען זאל ווי שנעלער ענדיגן ווייל די בזיונות איז געווען שרעקליך.

yones69 » 14/12/2006 01:01

זעהט אויס אז ר' חיים הערש גייט אין זיין טאטעס דרכים, און מאכט אויך א סעודת הודאה פאר א ליידיגן זאל.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 14/12/2006 22:43:34

_________________

פאטאקי08 » 14/12/2006 19:42

דער גאב"ד ווי איז געווען?
נאר אין ביהמ"ד ברך משה דקהל יטב לב דסאטמאר?

שורשנגח » 14/12/2006 19:56

עסאיז געווען ביי ביידע אין גערעדט ביי ביידע, אבער דער ראב"ד שליט"א אזי נאר געווען אין ביהמ"ד ברך משה.