אפאר נקודת בנוגע די געפעך:
1. להוי ידוע, אז די רייבערייען זענען נישט קיין אבי אויפגעבלאזענע מעשה'לעך, איך קען אייך באריכטן מיטן פולן קראנטקייט אז דאס איז אן ערענסטע קאנפליקט וואס פלאקערט אויף אלע צילינדערס, ערב כ"א כסלו איז געווען א הייסע מיטינג וועגן דעם ענין ביי רז"ל אינדערהיים די טענות זענען געגאנגען אויף אלע טענער.
2. איך ווייס פאר א פאקט אז א גרויסע זאלי פון ק"י האט זיך אויס געדרוקט מיט אנטוישונג אויף רז"ל בזה הלשון: "איך האב געמיינט ער איז אן אונזעריגער", נאכדעם האט ער צוגעגעבן: "מיט דעם האט ער (רז"ל) פארלוירן טויזענטער מענטשן".
3. ביי איינע פון זייערע אי-מעילס וואס זיי האבן ארומגעשיקט צו בארואיגן זייערע מענטשן האבן זיי געשריבן: "זארגט אייך נישט, די נאמען ברך משה איז נישט קיין מגן דוד".
4. סיז קלאר אז די געווינער וועלן דא זיין, ווי געווענליך, די בני יואל טיפ זאליס, זיי זענען די גרויסע מערהייט און מיט זיי קען מען זיך נישט אנהויבן, אן זיי גייט די גאנצע זאלי קאמפאני באנקראט, די ברך משה חסידים זענען דארט א קליינע אינטערדריקטע מיינארעטי, וואס שלינגען בשתיקה אלעס.
5. למעשה האב איך אביסל רחמנות אויף די געציילטע ברך משה חסידים וואס מוזן נעבעך שווייגן און ליידן און זענען געצווינגען צו זיצן מיט זייערע גרעסטע שונאים, אלעס נאר ווייל זיי האבן "נאך א גרעסערע" שונא, ר' אהרן. נעם למשל אזא איינעם ווי הרב ליפא ט"ב, יא איך ווייס ער איז א בלוט שונא פון ר' אהרן, און ער האט אנגעמאכט אסאך עגמות נפש פאר ר' אהרן, אבער ווי נישט ווי איז ער אלס געווען א געטריי קינד און חסיד פונעם ברך משה, צו לאנג וועט ער נישט קענען זיצן מיט די חברה.
6. רז"ל זעלבסט האט נישט קיין שום פראבלעם מיט גארנישט, ער איז אן EMPTY SUITE, פון זיין זייט וועט ער מפנה זיין טאטע אויב עס וועט מיינען דאס אנהאלטן זיין רביסטעווע.
7. מיין השערה איז אז דער אינצידענט איז אן התחלה פון א גרויסע שפלינטער אינערהאלב די זאליס, אפשר נישט שוין יעצט, אבער DOWN THE ROAD, צו לאנג וועט עס נישט קענען אנהאלטן, נישט אז די זאליס גייען אונטערגיין, די "פיקטשער" חסידים וועלן אלס קומען צו די "פיקטשערס", וואס דען עס וועט זיך אפטיילן א קליינע שפליטער אנטי- ר' אהרן אבער חסידים פון ברך משה.