היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: מתיבתא ברך משה ד'סאטמאר

ברעיקינג: מתיבתא ברך משה ד'סאטמאר

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2103701

דוד46 » 11/12/2006 00:57

היינט זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א רירענדער פתיחת הבנין פונעם פראכטפולן בנין החדש פון די סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער סאטמארער רבי שליט"א מיט די הנהלה זענען אנגעקומען אינעם אלטן בנין און ארויסגענומען די ספרי תורה.

פון דארט זענען זיי געפארן צום נייעם בנין וואס געפינט זיך בערך א 5 מינוט צו פארן. ביים נייעם בנין האבן אפגעווארט די קרוב צו 700 בחורי הישיבה. ווען די ספרי תורה זענען אנגעקומען אין נייעם בנין איז מען אריין אין ביהמ"ד און געטאנצן עטליכע מינוט. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א צו זאגן לדוד מזמור. דערנאך האט מען צוגעשטעלט כיבוד און לחיים.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליטא צוריק אריינגעקומען און ר' שלמה יעקב געלבמאן נ"י האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה און באגריסט די עמודי התווך פונעם נייעם בנין וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט אסטראנאמישע נדבות.

דערנאך האט מען געהערט א קורצע דרשה פון הרב ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק ביי מרן רביה"ק און מרן רבינו הגה"ק זי"ע.

דערנאך האט מען געהערט די דרשה פון רבי'ן שליט"א לכבוד דעם פתיחת הזמן. ביים סוף פון די דרשה האט דער רבי שליט"א געמאלדן אז ער האט באשלאסן אז די ישיבה גדולה וועט טראגן דעם נאמען "מתיבתא ברך משה" לזכרו הבהיר פון רבינו הגה"ק זצוק"ל וועלכער האט איבערגעפלאנצט די ישיבה גדולה דא אין שטאט און האט זיך כסדר געזארגט פאר איר הצלחה

אשר_זלמן » 12/12/2006 18:02


אויף UPOC:


Fr: usa.2.go   I jost herd that zaly gave up his plan to call the new qevins bulding mesivta byrach moshe !!

זשוליאני08 » 12/12/2006 18:18

זרילע גליק האט נעכטן פראטעסטירט. ער האט נישט געוואלט רעדן דארט, ווייל ער איז אין צארן אויף דעם ביצים בעל מופת פאר דעם טפשות.

בכלל איז גאר א גרויס צארן קעגן רז"ל ביי אלע זאליס, וועלכע שווערן אז דער טאוועל "בירך משה" וועט נישט ארויפגיין.

_________________

monroe06 » 12/12/2006 18:22

אפשר פאר דעם האט אים די רוח געכאפט מיט עטליכע וואכען צוריק און געהייסען אויפהערן שרייבען אויף הייד פארק
ער האט געוואוסט אז ס'וועט קומען א טאג וואס זיינע שווענץ וועלן אים נישט קענען פארטיידיגען

שורשנגח » 12/12/2006 18:29

איך זעה אז די זאלונים דא שעמען זיך מיט דעם צעטל.

גלייך נאך די לויה פונעם בירך משה ווען די בני יואל/זאלונים האבן פראטעסטירט און געווארן עקלהאפטיגע פאשקעווילן קעגן רבינו בעל בירך משה, האבן זיי אויך פראבירט צו לייקענען

זה דרכם כסל למו. מ'מאכט געמיינע פאשקעוילן, און דערנאך לייקענט מען.

_________________

mefikel » 12/12/2006 19:25

גראדע, דאסמאל בין איך מיט די יעניגע אויף איין מיינונג אז עס איז א חוצפה אקעגן רביה"ק זי"ע ארפצומעמן שמו פון די ישיבה, אבער נישט חלילה ווייל עפעס פעלט פונעם הייליגען נאמען ברך משה, ליבערשט דארף מען א נאמען געבען א בנין אדער א נייע פראיעקט על שמו.

אבער צו גיין מיט פאשקעווילן אין השמצות אקעגן מרן רבינו הברך משה ז"ל הכ"מ ווייזט נאכאמאל ארויס מיט וועם רז"ל איז ארומגענומען מבית ומבחוץ, און ער ליידט פון זיין טאטענ'ס שונאים פון וועם ער האט געהאט בדעה צו זעהן נחת.
בנפול אויבך אל תשמח, אבער נוצר תאנה יאכל פרי-ה פלעגט מיין רבי ע"ה טייטשן 'אז מ'פלאנצט א "פייג" וואקסט א "פייג"! ודפח"ח

ארגינעלער » 12/12/2006 20:20

נפתלי בלומענפעלד די מנהל פון קווינס דברך משה, איז אריין נעכטן צו ר' זלמן אים אים געזאגט אז עס ברענט א פייער אין ער מוז צוריק ציען פון די נאמען ווייל עס איז א קאטסראפע, און טאמער עס בלייבט דעמאלס גייט ער אויפגעבן די מנהלת דארט ער ווייל נישט זיין אין ישיבה וואס הייסט בירך משה, ר' זלמן האט אים געזאגט עס איז נישט בידי און ער זאל גיין רעדן צו אליעזר קעסטענבוים.

חיים פסח גאלדשטין האט היינט געשטורעמט פאר כעס אין ראדני ער האט געשריגען דאס מיינט אז ר' זלמן איז בעל הבית אויף אונז און אז ער וויל וועט ער נאך מאכן א סקול דיסטריקט פון די גאנצע ישיבה!

א קווינס בחור זאגט מיר אז מען האט נישט געטוישט די נאמען רבינו יואל אויף "ברך משה", נאר פון "קווינס ישיבה" צו "ברך משה" ישיבה...

די לצים זאגן אז ר' חיים וואזנער האט גערעדט נעכטן ביי די זאליס פון די מתיבתא ברך משה...

אן אנדערער זאגט אז די ברך משה מיעט זיך פאר די אהרונים דארט אויבן, און ער האט אריינגעריקט איינס פאר די זאליס...

_________________

שורשנגח » 12/12/2006 20:26

דער סך הכל און דער אמת איז!

רביה"ק זצ"ל האט געבעטן פון די זאליס נעמט אראפ מיין הייליג נאמען פון ענגער ישיבה!

איך האב נישט געוואלט אז די ישיבה זאל זיין אין שטאט!

איך האב נישט געוואלט אז מען זאל לערנען די דרך הלימוד פון די ליטאים!

איך האב נישט געוואלט אז מען זאל נעמען מגידי שיעורים וואס לאכן פון ספה"ק ויואל משה!

איך האב נישט געוואלט אז מחללי שבתים און עוברי עבירה זאלן ארויס קומען פון מיין ישיבה!

יעצט איז זיין הייליג וואונטש מקוים געווארן און די הייליגע נאמען פון רביה"ק זצ"ל האבן זיי אויסגעמעקט פון דארט, און זיין נאמען ווערט מער נישט מחולל.

_________________

פשטידא » 12/12/2006 20:28

אזהרה: אווערסייזד בילדער אדער דאקומענטן, וועלן אויסגעמעקט ווערן, ווייל ס'שטערט צו ליינען די איבעריגע חלקים פונעם פעידזש.

עס איז נישט גאראנטירט אז די מנהלים וועלן עס צוריקלייגן.

------------------

שורשנגח:


 

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 18/12/2006 20:23:31

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]

שורשנגח » 12/12/2006 20:28

די ברך משה איז נישט קיין מגן דוד ביי אונז!!

שומו שמים!

ליינט די ענגלישע מעסיטזעש פון די זאליס אויבן.

_________________

פשטידא » 12/12/2006 20:42

זשוליאני08:

ברעיקינג: אויס בירך משה... נאר "זכרון תרועה בירך משה"

יעצט איז געקומען די מעלדונג פאר די חשוב'ע בחורי חמד אין קווינס ישיבה

אז די ישיבה גדולה וועט נישט הייסן:
מתיבתא בירך משה - ניין !

ניין ! און נאכאמאל ניין...

הדר ביה מההוא: דער רבי האט צוריקגעצויגן... צוליב פרעשע און דרוק פון די לעפקע'ס און יאקאבאוויטש'ס וכו', וכו', וכו'

עס גייט ווייטער הייסן: מתיבתא תו"י דרב"י דסאטמאר "זכרון (תרועה) בירך משה"
און אויך נישט אויף קיין סיין, נאר ווער עס וועט זיך וועלן איינרעדן וועט עס קענען אזוי רופן.

ניהול_גרופ » 12/12/2006 21:05

(שורשנגח:)

ברעיקינג, די זאליס לויפן ארום בעטן א עיקול!

די זאליס אנגעפירט פון אברהם בער יאקאבאוויטש לויפן יעצט ארום צו בתי דינים צו באקומען אן עיקול

קעגן ר' זלמן לייב און די הנהלת פון קווינס ישיבה, אז מען טאר נישט טוישן די נאמען פון רבינו יואל צו ברך משה.

זיי זענען פריער געווען ביי אגודת הרבנים בי"ד אבער זיי האבן גארנישט באקומען.

עס הייטס יעצט אז משפט שלום בי"ד וואס איז שוין אפגעשפארט וועט צוריק ארויסנעמען די לעדערהעד און מאכן אן עיקול

אייןסאטמאר » 12/12/2006 21:47

ווי איז דוד46 פארשווינדן?ת זייט נעכטן הערט מען נישט פון אים

שורשנגח » 12/12/2006 23:38

עס איז פארשווינדען געווארן צוזאמען מיטן רבינו יואל פון קווינס ישיבה...

_________________

אייןסאטמאר » 12/12/2006 23:52

און צוזאמען מיט הרב וואזנער שליט"א

yones69 » 14/12/2006 01:00

די פייער פלאמעט אויף די העכסטע טענער!

אברהם בער יאקאבוויטש און משה שמואל זופניק, האבן פריער אנגעריפען משה גבאי אז טאמער ער שרייבט איין ווארט אין דער איד פון מתיבתא ברך משה, דעמאלס גייען זיי עפענען אן אייגן צייטונג.

ווי עס הייסט יעצט האט משה גבאי נישט קיין ברירה און ער גיט זיך אונטער צו זיי, און גייט מארגן אין דער איד נישט שרייבן קיין איין ווארט פון מתיבתא ברך משה.

שורשנגח » 17/12/2006 06:31

אברהם בער יאקאבאוויטש אין זופניק ברענען, נאכדעם וואס משה גבאי האט זיי אריינגעריקט, אין האט ער האט אריינגעלייגט א באשרייבונג דורך א. שטערן אין די גליון "העדה" אז מען גייט טוישן די נאמען פון קווינס אויף מתיבתא ברך משה.

Mench » 23/2/2007 02:24

so when is the new sign going up on the new mesivta building

שורשנגח » 23/2/2007 04:13

דער צדיקל ז ל ט איז דער געלעכטער ביי אלע קווינסער בחורים 

_________________

trueonly2 » 23/2/2007 05:31

שור שנגל

פון ווי ווייסטו אזוי גוט???

אגב, איך קוק דיר זייער ארויף, אלעמאל ענטפערסטו זייער צו דער זאך און צום פינטעל, קיינער קען זיך נישט פארמעסטן מיט דיר.

כה לחי!

שורשנגח » 23/2/2007 05:55

ליל שבת קודש פרשת שקלים יוכיח      נאכדעם וואס די קווינסער בחורים האבן זיך אפגעגעסן די סעודה ברוב עם אין ויואל משה זאל זענען זיי אהיימגעגאנגען שלאפן און אים איבער געלאזט מיט זיינע פארענטשעס אין ראדני פוסט און ליידיג אבל וחפוי ראש ללעג ולקלס

_________________

trueonly2 » 23/2/2007 06:27

אז איך בין נישט דארט געווען קען איך מיר נישט טענה'ען מיט דיר און איך מוז דיר גערעכט געבן (אנדערש ווי דו וואס דו וועסט דיר האלטען ביי דיינס אפילו דארט ווי דו ביסט נישט געווען אפילו אין בייזען חלום), אבער איך זעה נאכנישט ווי אזוי דו ציסט אזוילכע מסקנות פון דעים, סוף כל סוף איז עס א נארמאלע זאך אז זיי האבען שוין געגעסן די סעודה אינאיינעם און געהערט תורה, דארף מען נישט ווייטער אפזיצען פריש אין ראדני, מען דארף נאך אויפשטיין לערנען גמרא תוספות וואס איז א געוואלדיגע ענין פארן דאווענען, ובפרט שבת פארן דאווענען (שבת אינדערפרי האסטו אוודאימקיים געווען דעים "שינה בשבת תענוג", און נישט אריינגעפאלען אין ראדני צוצוקוקען די ריזיגע ציבור וואס גרייט זיך צום דאווענען מיט א בלעטל גמרא).

ובפרט, אז אין קווינס ישיבה פאדערט מען אינגאנצען נישט קיין פארטייאישע ענינים, אדרבא עס איז דארט אויסגעשלאסען בתכלית הריחוק, נאר לערנען דאווענען תורה ויראה און נישט מער.

ווי אזוי דרוקט זיך ר' נפתלי אלעמאל אויס אין זיינע דרשות: "די ישיבה איז נישט קיין ארמיי פארן חסידות".

א דוגמא, פאריגע וואך ווען רבי אהרן איז אריינגעקומען קיין בארא פארק, הגם עס איז נישט פון די איינציגסטע מאל, איז די גאנצע ישיבה אריינגעקומען קיין בארא פארק, אבער ווען רבי זלמן לייב איז געפארן קיין קרית יואל פארגאנגענעם זומער אויף שבת, איז ניטאמאל קיין 150 בחורים מיטגעקומען אויף שבת, אריינגערעכנט די איבער 130 בחורים תושבי קרית יואל.

ראו מה בין בני לבן חמי.

קושקע » 23/2/2007 16:06

איך זאג אויך "ראו מה בין בני לבן חמי."

ביי אייך איז גיין צום רבי'נס טישן און דרשות נישט מער ווי "בויען אן ארמיי פארן חסידות און אנלערנען אהרן ט"ב".

ביי אונז איז עס "א זכי' צו וואס מער זיך צוקוקן די עבודה פון א צדיק צו איבערגעבן פאר די דורות הבאים".

שורשנגח » 23/2/2007 18:25

דער שולחן הטהור פונעם בעל דברי יואל  ז כותו יגן עלינו איז געווען א פארטייאישקייט אדער א רוחניותקייט? 

    זיינע טישן בכל ליל שבת קודש האט מען אויך באיקאטירט?  נאר וואזשע דען?  מען האט נישט קיין חשק און רצון צו גיין צו אןע ם הארץ וואס יעדער מגיד שיעור און משגיח אין קווינסער ישיבה האט מער תורה און יראת שמים אינעם שיך בענדעל ווי ער אין קאפ


_________________


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 27/02/2007 1:40:12

_________________

ארגינעלער » 26/2/2007 21:09

ווי עס קוקט אויס האט ר' זלמן נישט אויסגעפירט און די סיין גייט נישט ארויף.

די זופניק מיט די יאקאבאוויטש האבן אויסגעפירט, עס הענגען אין קווינס ישיבה טאוולעך פאר כל צרוע וכל זב, ווי משה טארעם, די רעביצן אלטא פייגא, שמעון ווייס ווייב, אברהם לייטנער'ס מאמע, משה שמואל זופניק שוויגער, יעקב נחמי' יאקאבאוויטש, יושע מרדכי ליבערמאן  וכו'

אבער רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז לא יזכר ולא יפקד.

ווייל דער אמת אזי אז די אלע חברה האבן געוואלט אז אין קווינס זאל א ישיבה זיין.

אבער רביה"ק בעל ברך משה האט זיכער נישט געוואלט.

yones69 » 28/2/2007 21:37

לויט ווי איך הער גייט מען ארויף ריקען די סיין בין הזמנים.

שורשנגח » 1/3/2007 18:03

מהרז"ל מסאטמאר איז דער גרעסטער לוזער צווישן די קווינסער בחורים.  זיי האבן נישט קיין שום רעספעקט פאר אים.  ווען ער קןמט אריין אין היכל הישיבה פון קווינס, קיינער שטעלט זיך נישט אויף פאר אים, קיינער ווארפט נישט אראפ דעם ציגראטעל, און עס איז זייער פארשטענדליך. אז מ'האט נישט פאר איהם קיין רעספעקט.


_________________


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 02/03/2007 21:42:50

_________________

שורשנגח » 9/3/2007 18:00

אט אט איז שוין כ''ו ניסן און דער סיין פון מתיבתא ברך משה איז נאך אלץ נישט ארויפגעגאנגען. וואס פארא לוזער און חוזק איז זל''ט.  ער האט בעלות און רעספעקט ביי זיינע מענטשןווי איך.

_________________