גוטע וואך. (ס'נאך זונאטג, אנהויב וואך).
אומגעפער מיט איין יאר צוריק, בעת עס איז דאן אנטשטאנען אן איבערקערענישט אין מעטרעפאלעטן ניי-יורק, דער שנעל-צוג וועלכע פארקניפן אונז רעגעלמעסיג צו דער ארבעט האט דאן ניט פונקציאנירט און איך בין דאן צוליב דעם שטעקן געבליבן אין אייער דארף אויף א טאג צוויי, האבן מיר דאן אנגענעם פארבראכט מיט די דארפס-לייט. מיר האבן זיי אביסל קענען געלערנט, מיר האבן דאן בקומען א שטיקל באגריף אין אירע אקטיוויטעטן, לעבנ'ס שטייגער, און איבער אלעם האבן מיר זיך קאנצענטרירט איבער אייער תכלית און ציל.
זינט מיר האבן אייך פארלאזט האבן מיר אין פרייע מינוטן פול פארבראכט דא אין פארק. ניט דווקא אין אייער קרעמל, נאר מיר האבן זיך געקליבן גיכער מער אינהטלטסרייכערע טעמעס וועלכע ציען אממיינסטנס אונזערע נאטורן. אבער אפי' דאן אין די ערטער וואו מיר האבן יא פארבראכט, האבן מיר מער ווייניגער בלויז זיך איינגעהערט צו געשפרעכן און ניט אריינגערעדט. ולמען הפונקטליכקייט, בכדי אייך ניט צו פארנארן, וועלן מיר אייך מגלה זיין אז פון צייט צו צייט האבן מיר אויך א בליק געטוהן צו אייערע געשפרעכן, און איר מעגט וויסן אז פון צייט צו צייט האבן מיר זיך אפילו גענומען די מיה און צופוסנס אריבערשפאצירט צו אייער נייעם לאקאל.
היינטיקן זונטאג, ביי אונזער באזוך אין אייער נייעם לאקאל, איז אונז צום באשלוס געקומען אז מחמת דעם "אל תמנע טוב" וועלן מיר אייך גיבן אביסל אנצוהערן מיינע געדאנקען איבער אייערע פראבלעמען.
אייערע געוויסן זענען פארפלאגט אונטערן לחץ פון אנפירן א בלאג 'אן א מטרה', און איר פרעגט זיך זעלבסט די פראגע פארוואס עס פאלן נישט אריין קיין פרישע באזוכער'ס און פארברענגער'ס. אין תלמוד-לשון ווערן די סארט פראגעס פארענטפערט מיט אן אויסדריק פון: "שאלות חכם חצי תשובה", דאס הייסט, אייער פראגע זעלבסט איז דער אנטווארט צו די פראגע...
אבער דאס איז נאר איינע פון די זאכן, וואס לויט מיר זעהן טוט איר זיך שוין אליין באנעמען מיט דעם פראבלעם. מיר וועלן זיך טרויען צודערמאנען געוויסע אנדערע פראבלעמען וועלכער אייער בלאג פארמאגט, און אפשר אזוי וועט איר קומען צו א שטיקל לעזונג צו אייער שווער פארפלאנטערטע דילעמע'ס.
האט ניט ביטע קיין פאראיבל אויף אונזער לאנגע מגילה, עס קען עס זיין עס וועט אייך צוניץ קומען. ליינט דאס מיט א רואיגקייט. אפי' ס'איז אביסל אויסגעצויגן אין שריפט איז דאס אבער קורץ אין אינהאלט, און מעגליך מען וואלט געקענט נאך מערער מאריך זיין אבער מחמת "טירחא דציבורא" וועלן מיר זיך פרובירן צו קאנצענטרירן און וואס ווייניגער.
אייער בלאג, "היימישע קרעטשמע", לויט ווי מיר האבן אים קענען געלערנט, איז געגרינדעט געווארן דא אינעם רוישיגן הייד פארק. דער ציל פון אייער גרינדונג איז דאן געווען - ווי איך פארשטיי דאס - היות איר זיינט אלע יונגעלייט פונעם זעלבן קרייז, און אייער אנקום צו פארק איז בלויז געווען צוליב די געוויסע סיבות פון אט די יעניגע פורמים וועלכע האבן אייך אהער געבלאזן און אהער געבראכט, און מחמת עס זענען פארהאן פון צווישן אייך בלאגערס וואס פון צייט צו צייט האבן זיי שוין א פאראיבל געהאט פון אט די יעניגע פורמים און געזוכט זיך אפצוווישן די בלאטע פון די בגדים, אבער פארט פון פארק זיך אוועקצושארן און א טאג פון אומעטוגקייט האבן זיי נישט געהאט גערן, דעריבער זענט איר אויפן געדאנק געקומען און מייסד געווען א וואונקל וואו בלאגערס, וועלכע האבן פארמאכט אונטער זיך דעם שמוץ-קאסטן טירל און אבער פארט געוואלט א געשמאקן פארברענג, זאלן האבן וואו דעם קאפ אראצולייגן, און אריינקומען דא צו אייך נאך א פארברענג, א גוט ווארט און אזוי ווייטער. פארשטייט זיך אז דער ווירטואלער שענק האט באלד געזען איר געוואונטשענע רעזולטאטן, און פון די הונדערטער בלאגערס וועלכע האבן געוואלט אין א רואיגן מומענט פארהאקן יענע טירן זענען צו אייך אריינגעפאלן.
אין משך פון די צייט איז אבער אנטשטאנען גאר א גרויסער צווייזייטיקער און צוויידייטיגער שינוי אינעם גאנצן הלוך ילך פון די אינטערעסן. צו ערשט; אז דער היץ אינעם גרויסן פארק האט שטארק נאכגעלאזט, וואס דאס האט אויטאמאטיש פארשטויסן אסאך בלאגערס פונעם גרויסן פארק, ווייל אויב האבן זיי נישט דאס וואס האב געזוכט, קומען זיי אינגאנצן נישט ארויס אויף א שפאציר אינעם פארק. אבער דער צווייטע שינוי איז נאך שטערקער ווי דער ערשטער. דער צווייטער שינוי, וועלכער איז דיירעקט געוואנדן צו אייך, און דאס איז א שינוי פון אייער זייט, דאס קען מעגליך זיין האט נאך מער פארשווערט דאס אנקומען צו אייך, מחמת עטליכע סיבות.
דאס עצם אוועקציען זיך אין א צווייט מקום, דאס אליין פארשווערט פרישע פארבייגייערס אנצוקומען אהין, איבערהויפט אז די תקופה פון אייער ווידער-בוי אינעם נייעם בלאג איז צושטאנד געקומען אין אזא תקופה וואס די באזוכער אינעם פארק זענען געפאלן אין א גאר שטארקן מאס. און דא האט איר טאפלט דערלייגט, איינס: אז דער פארק פאר-זיך האט פארלוירן אסאך בלאגערס צוליב איר איינגעצויגנקייט אין אירע טעמעס, און צוויי: אז אפי' די וואס קומען נאך יא אן צום פארק, וועלן זיך אבער שווערער נעמען די מיה אריבער צו שפאצירן אין א ניי דערפל, א ניי מקום.
דאס איז אלעס אויף אן אויסערליכן קוק. אבער אז מיר וועלן זיך איינטוהן אביסל מיט א טיפערן קוק, וועלן מיר זיך באגעגענען מיט געוויסע גאר גרויסע פראבלעמען, וואס אזא בלאגעל ווי אייערס טראגט מיט זיך, וואס דאס אליין וועט אייך שוין זיין גענוג סיבה צו פארשטיין די סיבה פארוואס בלאגערס זוכן נישט אנצוקניפן מיט אייך א פארקער.
אייער בלאגל ווערט געפירט פון אייך זעלבסט, און בלאגערס זענען אומבאקוועם מיט אייך!. נעמט מיינע ווערטער!
אז א בלאגער שארט זיך אריין צו כאפן א פארברענג וויל ער, געוויס, בלייבן אנאנים, דען אויב עס געווילט זיך אים צו פארברענגען מיט זיין ריכטיגן אידענדיטעט, וואלט ער ליבערשט זיך ארויסגעגעבן זיין ריכטיגן נאמען און נישט זיך פארהילט אין איין ניק, פארוואס? ווייל אויב שוין יא ריכטיק זאל שוין כאטש וויסן מיט וועם מען פארברענגט. דער אויפטרעף פון א בלאג, זאגט: "איך פיר מיט דיר געשפרעך אנאנים!, אויב געווילט זיך מיר בדייקא צו פירן א שריפט געשפרעך מיט א באקאנטן דאן ניץ איך ניט דעם בלאג, איך זעץ זיך אראפ צום שרייב-מאשינ'קע, איך קלאפ אפ א בריוועלע צו מיינעם א באקאנטן, וחוזר חלילה ער שרייבט אנטווארט, און איך שרייב אים צוריק. אז א בלאגער קומט פארברענגן איז דאס א בפירוש'דיגער אנדייט מצד דעם בלאגער אז ער וויל פירן א שריפט געשפרעך אנאנים. אייער בלאגל וועלכער ווערט געפירט פון אייך זעלבסט, האבן פולע מעגליכקייטן נאכצוגיין שפירן פונעם בלאגער, וואס קען מאכן זייער אומרואיג דעם בלאגער.
ערשטנס. איר האט א מעגליכקייט צו זען דעם איי. פי. אדרעססע פונעם בלאגער. איר מעגט אייך שווערן טויזנט-אין-איין-מאל פארן פובליקום, און פארעפנטליכן רעקלאמעס איינס נאך צווייטן, אז איר האט דאס אוואקגענומען, אבער פארוואס זאל מען אייך געטרויען?, איר קענט דאס איבערצייגן?, מיט וואס ווילט איר געוואונען אייער צוטרוי מצד דער בלאגער?. והגע בעצמך, דער בלאגער קען זיך ניט מיט די פארוואלטונג, און אפילו יא ווייס איך אויך נישט צו ער וואלט אים אונפארטרויט, איז דאך א מכל-שכן'דיק אז א בלאגער קען אייך ניט אונפארטרויען בעת עס האנדעלט זיך מיט בלאגערס מיט וועמען מען קען זיך ניט. הייסט איר ווילט אז ניק'ס זאלן אונפארטרויען ניקס, איז אפשר זייט איר מסביר מיט וואס? וויאזוי?
נאך א זאך, לאזן מיר זאגן אז מיר וועלן אננעמען און גלויבן אז איר האט טאקע אוועק גענומען די אפציע, וואס וועט זיין אז מארגן באשלוסט איר צוריק צוברענגען די אפציע, ווער וועט וויסן דערפון? ס'איז דאך אלעס בידכם אין געהיימעניס, ניט אזוי?
צווייטנס. פאר ווער עס איז אביסל באהאווענט אינעם אינטערוועלט ווייסט אז נאכן זיך איינשרייבן אין א וועב זייטל, בלייבט אבער דער פאס-ווארט אין געהיים, אפילו פונעם באלעבאס פונעם זייטל. איר וועט אין קיין פאל נישט קריגן קיין בליץ-פאסט, פון אן אפיציעלער זייטל, מיט א בפירושדיקן אויסלייג פון אייער געהיימען פאס-ווארט, (אחוץ אויב איר פארלאנגט דאס, צוליב שכחה), און אויב איר קריגט דאס יא, דאן זאל זיך ביי אייך באלד אנצונדן א רויט ליכטל און איר זאלט געוויסן זיין אז מעגליך איז דער זייטל א שווינדלערישער אדער נידערדטרעכטיקער זייטל. ביי אייער בלאג, ווי אלע אין אייער סארט, קריגט מען באלד נאכן זיך איינשרייבן א בליץ פאסט, ווי דער גאנצער פאס-ווארט ווערט אייך ארויס געשריבן מיט שם המפורש.
דריטנס. די פארוואלטונגס פון דעם בלאג האבן די מעגליכקייט ארום צו פאטשקעווען מיט א בלאגער'ס פאס ווארט.
פערטנס. אין מיינע אויגן ביישטייט אייער בלאג פון א צירקע 10-15 בלאגערס, וזהו, דאס אלעס. די אלע איבריגע זיינען בלויזע טאפלטע ניקים. טא, וואס פאר א פארגעניגן האט א בלאגער אריינצוגיין פארברענגען מיט א צען-פופצן בלאגערס, ווען א גרויס טייל דערפון גיבן נישטאמאל צו קיין חן צום פארברענג?. אין אנדערע ווערטער קומט אויס, אז צו א געשמאקן פארברענג האט ער לצדו אינגאנצן פיר-פינעף בלאגערס. נו, צוליב כאפן א קליינטשיג פארברענג'לע מיט א פיר-פינעף בלאגערס זאל ער אפשטאטן א באזוך ביי אייך?, וואלט ווען געווען די טעמעס אינטערסאנטע, וואלטן שוין אנדערע אולי געטראכט דערפון, אבער לויט איר איצטיגן צושטאנד, פארוואס?
און זאל זיך אייך ניט דוכטן אז מען מערקט דאס ניט, דען מער וויינקער פון יעדן שרייבער קען מען ארויסהאבן זיינע נאטורן, און ווען צוויי ניקים מיט די זעלבע נאטורן גיבן זיך אויס – אפילו אין א צייט אפשניט - ווערט דאס באלד געמערקט, און ס'הויבט באלד אן צו ציען די שייכות'דיקע בענדלעך, איבערהויפט ווען די טעמעס ווערן ניט געביטן. ס'טייטש אמאל פארקערט אויך, אז ס'קען געמאלט זיין אז מען זאל אריין קומען פארברענגען מיט איין מענטש אונטער א פיר-פינעף שלייערס, בעת ווען זיינע טעמעס זענען נאך צומאל גאנץ אומאינטערסאנט אויך, און פארן בלאגער זאל זיך נאך אנדאכטן אז ער ריידט מיט א צען אומאינטערסאנטע...
דאס, די אלע סיבות, און מעגליך נאך, זענען די ריכטיגע תירוצים אויף אייערע אזוי געפרעגטע פראגן.
בלייבט געזונט אויף דערווייל, און אנטשולדיגט אייך אויף די אומאיינגענעמליכקייטן וואס מיינע ווערטער האבן אייך געקענט פאראורזאכן.
א גוטן
תוקן על ידי service_03 ב- 10/12/2006 22:33:20