היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קריטישע אסיפה היינט נאכט, יעדער מוז קומען

קריטישע אסיפה היינט נאכט, יעדער מוז קומען

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2099832

זשוליאני08 » 6/12/2006 00:43

היינט דינסטאג ביינאכט קומט פאר א קריטישע אסיפה, ביים ליוטענענט עסקן, ר' יוחנן מענדלאוויטש, אינאיינעם מיט'ן בראדער רב, הרב יצחק שווארץ, ביי וועלכן עס וועט אויפטרעטן הרב סקאט מאלען, הויפט לאיער פאר די זאליס, הרב הארווי פייערסטין, הויפט אדוואקאט פון די פירמע, הרב יעקב בער טייטלבוים, אב"ד ור"מ בלעקבערי, הרב שאול פערלשטיין, הרב יאנקל כהנא, און הרב ליפא קרויס.

די אסיפה וועט זיך אנהייבן 8:30 אוונט שארף.

מען גייט אויך הערן א לייוו הוקאפ פון הגה"ק בעל נועם המדות שליט"א

איש בל יעדר.

trueonly2 » 6/12/2006 01:47

האט דאס צוטוען מיט די קארט, אדער מיט די נייע בנין הישיבה אין גלעינדעיל-קווינס וואס זיי האבן היינט מחנך געווען???

דוד46 » 6/12/2006 02:08

עס האט צוטאן מיט'ן מעכטיגן טענט אין גרינפאינט.

לייבל07 » 6/12/2006 03:46

דער בראדער האט די קאסע פון קרן חתנים וואס האט שוין בא' גנבט עטליכע בענק
מען כשרט דארט אלע גרעסערע געלטער וד"ל

דוד46 » 6/12/2006 04:49

איז דאס נוסח שלום ווייס וועלכער האט אנגעשטאפט די קאסע פונעם "גרויסן מאנראוער רב" מיט טריפה געלט?

לייבל07 » 6/12/2006 05:02

ניין נוסח בראד , מגזע א מ מייזעלס מיט א יאקאבאוויטש

mechel19 » 6/12/2006 05:03

דוד שוטה,
אנשטאפן יענעמס טאשן מיט טרפה געלט איז איין זאך, אבער אנשטאפן די אייגענע טאשן מיט יענעמס געלט, דאס איז אסאך געפערלעכער.

דוד46 » 6/12/2006 05:31

בויען בניני התורה מיט טריפה געלט איז דאס ארגסטע וואס קען זיין

ברוקליינער » 6/12/2006 17:35

איז עס ערגער פון סקול דיסטריקט? כפירה ומינות געלט...?
אדער איז עס ערגער פון די "אתנן זונה" געלטער פון די זשופניק / וויגדער יאקאב... / קעסטענבוים האנג קאנג...


וד"ל

ארגינעלער » 6/12/2006 18:53

דוד'ל

סקאט מאלען מיט הארווי פייערסטין האט געהאט שכל...
זיי האבן געמאכט דעם דינער נעכטן...
ווען זיי מאכן עס היינט וואלטן זיי פארדינט א פייג.


היינט האט סקאט מאלען פארלוירן אלעס אין קאורט.

אלעס. אלעס. אלעס.


קודם האט ער גוט אויסגעפרעסט די זאלונים. יעצט פארלוירן... און שלום דייטש מיט יעקב בערעלע קען זיך רייסן די האר פון קאפ

SUPER JOB

trueonly2 » 6/12/2006 21:33

נעכטן אינעם שטילקייט פונעם נאכט איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר אריבערגעגאנגען אפגעבן א שכוח פאר יוחי מענדלוויטש פארן אראנזשירען די "סוקסעספולע" מסיבה לטובת די קארט.

 

איך האב נישט געוואוסט פארוואס ער האט זיך אזוי שטארק געיאגט צו גיין שוין נעכטן אזוי שפעט ביינאכט, אבער היינט נאכן הערן די נייעס האב איך עס שוין אלעס זייער גוט פארשטאנען...