היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ישיבה גדולה ד'סאטמאר באקומט פערמיט אריינצומופן!

ישיבה גדולה ד'סאטמאר באקומט פערמיט אריינצומופן!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2098934

דוד46 » 4/12/2006 23:53

ענדליך נאך וואכן פון דורכגיין פארשידענע אומפאראויגעזעענע שוועריגקייטן, קומט די ידיעה אז די הנהלת הישיבה גדולה ד'סאטמאר האט פריער ערהאלטן דעם פערמיט פון די סיטי בילדינג דעפארטמענט צו קענען אריינמופן אינעם נייעם בנין אין א מז'דיגע שעה!

חסדי השם כי לא תמנו!

גוטזאגער » 5/12/2006 01:15

דוד, קוק כאטש וואספארא כח דער סאטמארער רבי שליט"א האט.

_________________

דוד46 » 5/12/2006 01:38

יא! ער האט באמת אזא שטארקן כח, אז ער האט נישט געקענט ערלעדיגן אז "זיין" אייגענעם בנין זאל באשטעטיגטווערן.

יענקעלע11 » 5/12/2006 17:59

איך הער אז די מעשה איז נישט אזוי פשוט,

נעכטן נאכמיטאג איז די הנהלת הישיבה אריבער געקומען צום רבין שליט"א אין זיי וואונונג אויף בעדפארד עווניו, תיכף נאכן שינת הצהרים, און געבעטן דעם רבין ער זאל מוחל זיין או תיכף  ערלעדיגן דעם פערמיט ווייל ס'איז כלה כל הקיצין, די בחורים דרייען זיך אין די גאסן זיי מאכן א שרעקליכן שלעכטן נאמן פאר די ישיבה, ווי אויך מאכן זיי אן שרעליכע חרבנות אין די ישיבה, אלזא דער רבי דארף שוין תיכף ומיד ערלעדיגן דעם פערמיט,

דער רבי שליט"א בענוות קודש האט גענטפערט, התחת אלקים אנו, קען איך דען ערלעדיגן די זאכן, איך בין דאך נישט קיין קאמישאנער אין די בילדינג דעפארטמענט, האבן זיי גענטפערט , אז יאנקל פעקעטע איז אצינד אין די בילדינג דעפארטמענט און זיי ווילן בשום אופן נישט באשטעטעיגן דעם סי עף או, און מיר אלע ווייסן דאך אז דער רבי האט א גרויסן כח, ער מישט אויל אין די איי מיט צוויבל אויף בעדפארד עוועניו, און גרינפעלד טרעפט אויל אין אפריקע, זאל דער רבי וויסן אז לא עת לחשות, דער רבי זאל נישט פראווען קיין עניוות, דער רבי זאל אינטערשייבן דא דעם פערמיט און מיר גלייבן באמונה שלימה אז דורך דעם וועט דאס ווערן ערלעדיגט,  דער רבי שליט"א גיט זיך א פארגלייז די אויגן, ווארפט זיך אויף צוריק צו וועגס, און גיט א שריי אויס, גיט אהער א שטיקל פאפיר מיט א פעדער, דער רבי וואשט זיך דעם פנים, (געדענקט דאס איז דאך געווען גלייך נאכן שלאף),  טיט זיך אן דעם גארטל, זעצט זיך אנידער און שרייבט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות PERMIT APPROVED, און וואס זאל איך אייך זאגן רבותי, ווי נאר דער רבי שליט"א ענדיגט דאס שרייבן קלינגט אן יאנקל פעקעטע פון בילדינג דעפארטמענט מיט א גרויסן מזל טוב, אז דער קאמישאנער האט נאר וואס אינטערגעשריבן דעם סי עף או, דער נארישער יאנקל פעקעטע האט זיי מסביר געווען ווי קלוג און קונצליך ער האט געארבייט מיטן קאמישאנער, האבן עם די הנהלת הישיבה געזאגט, שוטה איינער דער קאמישאנער האט דאס אינטער געשריבן?, דער רבי זאל זיין געזונט האט דאס אינטערגעשריבן... מיר האבן געזען א מפת פאר אונזערע אויגן, און דער רבי האט מיט גרויס ענוה צו געשאקלט מיטן קאפ, 

kj_village » 5/12/2006 21:29

יואלי שטערן די הויז בחור פון ר' זלמן לייב האט אנגעריפען ר' ישעי' בירענבוים פון די גרויסע פערניטשער קאמפאני אין די בראנס,

דאס איז געווען די שמועס בערך:

יואלי: דא רעדט יואלי שטערן איך בין דעם סאטמאר רבי הויז בחור

ר' ישע'י: וועלכע סאטמארע רבי עס איז דא אפאר

יואלי: פון וויליאמסבורג די דריטע זין

ר' ישע'י: וואס ווילסטו

יואלי: די ווייסט אז מען האט יעצט אויף געבויעט א נייע ישיבה גדולה אין קווינס, און מען האט געמאכט אן עקסטערע גרויסע שלאף צימער פארן רבין, כדי ער זאל זיך קענען אראפ לייגן ווען ער גייט אין ישיבה, ממילא דארף איך אז די זאלסט מנדב זיין אזוי:

א 48 ברייטע בעט
א נאכט קעסטעל
א לעמפ

ר' ישע'י האלט זיך די אטעם פאר גלעכטער

יואלי זאגט ווייטער:
אזא קלאסעט צו לייגן די וועש וואס מען טוט אויס
א סטענט צו לייגט די ביבער הוט
א גרויסע קאטש
א גרויסע ריקלאנער

ר' ישע'י: אקעי איך הער איך מיין אז עס פאסט אז חי' שרה זאל קאלן וועגן די בעדרום עס פאסט נישט פאר קיין בחור.

יואלי: ניין עס איז פאר די ישיבה

ר' ישעי': זיי געזינט איך וועל זעהן...

לייבל07 » 5/12/2006 21:43

דוד46 » 5/12/2006 22:37

איך הער אז דער "גרויסער מאנראוער" האט דעם שבת פשוט נישט געקענט עסן דעם טשאלענט פון גרויס צער אז זיינע מענטשן האבן נישט געקענט ערלעדיגן דעם פערמיט...

kj_village » 5/12/2006 22:46

פון די cfo זע איך צוויי נעגעטיווע זאכן.

איינס עס איז נאר טעמפערדעי.

2 שלאפן אין דאמעטארי איז נישט אפראוועד, אפילו טעמפארעדי.

איז עס אזוי?

שורשנגח » 5/12/2006 23:59

לייג פליז ארויף נאכאמאל

trueonly2 » 6/12/2006 02:03

דערווייל הער איך זענען זיי נאכנישט אריין, איז דאס אמת???

און פארוואס טאקע זענען זיי נאכנישט אריין אויב ס'איז אזוי וויכטיג, און די געדרענג איז אזוי גרויס אז מ'קען עס ממש נישט אויסהאלטען???

דוד46 » 6/12/2006 02:09

ווענדט זיך אין וועלכן מקוה דו ביזט היינט געגאנגען.

אויב ביזטו געגאנגען צו די הופער מקוה האסטו זיכער געהערט אז עס איז בכלל נישטא אזא בנין, עס איז פשוט א סאטמארער פאנטאזיע כדי צו קענען באזנוצן דעם "גרויסן מאנראוער רב" מיט זיינע אנהענגער אין מסירות.

לייבל07 » 6/12/2006 03:52

לייבל07 » 6/12/2006 20:09

דא האט איר די לגיונות זייערע שוין 2 יאר צוריק א שקרן דארף קענען געדענקן די מעשה

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1190220  
דא האט איר
http://download.yousendit.com/151572FC1AFF9DF1


תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 06/12/2006 23:32:26

trueonly2 » 6/12/2006 21:29

כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר האט היינט געדאווענט אינעם אלטען בנין הישיבה!!!

 

 

דרך אגב הרב דוד46: איז מען יא אריין אינעם נייעם "בנין החדש", אדער נישט???

kj_village » 6/12/2006 21:48

און ווי איז ער געווען כמנהגו הקדושה פארטאגס אין וועלעכע וועלט?

וואס זאי געווארן מיט די נייע בעד רום איז עס שוין גרייט?

רז"ל האט געמאלדן אז ווילאנג די בעד רום וועט נישט זיין גרייט אין קווינס און ער זאל קענען מאכן אן געשמאקע עלי' נשמה קען מען פארגעסן אז ער זאל אהין קומען.