היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אל על פליגערס קומען אן מיט חילול שבת רח"ל

אל על פליגערס קומען אן מיט חילול שבת רח"ל

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2096537

בעל_גאוה » 1/12/2006 16:18

צוליב די סטרייק די וואך און ישראל איז דא דילעיס ביי אל על מיט חילול שבת
http://www.inn.co.il:80/News/News.aspx/156885

אויך איז ארויסגעפארן א ישראעיר פליגער נעכטן שפעט ביינאכט פיל מיט היימישע אידן
מען האפט אז זיי וועלן לאנדן אין צייט אן חילול שבת

עבדעברי43 » 1/12/2006 19:39

"טאוער איר" אירליין  וואס חסידישע סאטמארע אידען פלעגען מדקדק זיין צו פארן ווייל זיי האבען נישט געוואלט פארן מיט אל על . פלעגט יעדען שבת מחלל זיין ...ער פלעגט לעצטענס עפארן דא אין אמעריקא. "דאמעסטיק" קיין קאליפארניע און קיין מיאמי "שבת" פונקט וויא אינדערוואכען און דער בעה"ב איז געווען א איד א מחלל שבתניק . וואס פלעגט אמאל אליין ארבעטין ביי "אל על"

ער פלעגט מאכן א ווערטעל "דאקטורים נוצט עטס אויך מחללי שבת"  מעגט עס נוצען אירליינס אויך מחללי שבת רח"ל
עס איז געווען נאך א טעם פארוואס מען האט נישט געוואלט פארן מיט "אל על" ווייל עס האט אמאל באלאנגט צו די מדינה . און מען האט נישט געוואלט שטיצען די מדינה וד"ל

עבדעברי43 » 1/12/2006 19:44

טאמער א עיראפלאן וואלט געדויערט צו פארן מער וויא דריי טעג למשל פון אמעריקא קיין ארץ ישראל וואלט מען געמעגט ארויספארן דינסטיק חאטשיג עס וואלט געפארן שבת אזוי וויא ביי א שיף

דער רבי זי"ע האט געזאגט תורה אויפן שיף שבת ווען ער האט דארט געפירט טיש. ער האט געפרעגט פארוואס האט די תוה"ק נישט געאסערט צו פארן אויף א שיעף ווען עס פארט שבת קודש האט ער גענטפערט "אז וועגען ישובו של עולם כדי מענטשען זאלען קענען אנקומען וויא זיי דארפן האט דאס די תורה מתיר געווען. און עס איז נישט קיין חילוק צווישן א שיעף און א אירפלאן. נאך מער דער רבי זי"ע האט דאך שוין געהאט א ברירה בימיו צו פארן מיט א אירפלאן וואלט דאך נישט שייך געווען ישובו של עולם פארוואס האט ער געדארפט פארן מיט א שיעף . אלא מאי מותר!! איז מותר!!

עבדעברי43 » 6/12/2006 06:24

יעצט גייען די ארץ ישראלדיגע אוסרים ובתוכם א חבר הכנסת וואס האבען לעצטענס אנגעהויבן צו אסרן צו פארן מיט אל על (וועגען עפעס א אינטערעס) אויסארבעטין א אפמאך מיט אל על אז זיי זאל נישט פארן שבת בפרהסיא אדער מיט א שטר מכירה אדער מיט געדונגענע פליגערס וכדומה.  אןן יעצט נאך זייער אפמאך וועלן זיי טריאומפירן מיט זייער מכלומערשטן זיג. און זיי וועלן שרייבן אז יעדער דארף פארן מיט אל על.

ביי אונדז די פאר אמתדיג ערליכע אידן וואס פלעגען זיך צוריקהאלטן פארן מיט אל על .האט נישט געהאט קיין שייכות צו אל על איז מחלל שבת אדער שומר שבת. והא ראיה די באן (טרעין) פון ארץ ישראל וואס איז אויך געפארן שבת דאך האט עס סאטמאר געדינגן נאך אין הייליגען רבין זי"ע צייטן
איך האב נאך א טיקעט פון יענע נסיעת הכבוד. . אויך זענען כמעט אלע לאיערס וואס סאטמאר דינגט און אגאנזשירט  . יודען פושעי ישראלים מחללי שבת ויו"ט . און זיי דינגט מען ארויס צו העלפן סאטמאר זאל בלייבן סאטמאר על דרך אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע. נאר וואס דען . ווייל אל על האט באלאנגט צו די מדינה מיטן גאנצן כוחי ועוצם ידי אפאראט . האט מען זיי נישט געוואלט געבען חיזוק. יעצט אפילו אל על זאל ווערן שומרי שבת איז דאס די זעלבע "חזיר פיסל" אויסער אויב אל על וועט מער אינגאנצען נישט באלאנגען צו די מדינה . דעמאלס קען מען פארן מיט זיי ווער עס וויל ודו"ק

בעל_גאוה » 13/12/2006 16:53

עבד עברי זעהט אויס אז די ארבעטס צו שווער און האסט נישט קיין צייט צו לערענן
די ברענגסט א ראי' פון א שיף און ווערסט שוין א גאנצער פוסק

איך וועל נישט אריינגיין און וויכיחם נאר א קורצע ווארט בשם דעם הייליגן דברי חיים אז גיין שבת און מקוה אין גאנצע שאלות, און פארן שבת מיט די באן דארף מען זוכן הסברים פארוואס ס'איז אסור
אבער איינער וואס פארט שבת מיט א באן איז א מחלל שבת און איינער וואס גייט שבת און מקוה איז א ערליכער חסידישער איד.

tzudick » 13/12/2006 17:50

טייערער עבד עברי עמו"ש,

אז מען דינגט א באן אין ארץ ישראל, שטיצט מען נישט די מדינה ?

אין דינגען "פושעי ישראלים מחללי שבת ויו"ט" צו העלפען די סאטמארער "אידישקייט", גייט נישט אריין אין כח הפועל בנפעל ?

נישט אומזיסט זענען די "הייליגע" סאטמארער מוסדות אנגעקומען אין גוי'שן קארט... 

בעל_גאוה » 14/12/2006 01:07

באקומען אין אישית

לינק בעניין אל על
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/157311

עס זעהט אויס אז אל על איז ליידיג