היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מופת פון רבנו שליטא (רז"ל)

מופת פון רבנו שליטא (רז"ל)

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2095883

מלוה_מלכה » 30/11/2006 20:30

עטליכע וואכן צוריק איז אריין א איש מוצלח פון ווימסבג בעטנדיג א ברכה פון רבי'ן ער זאל מצליח זיין אין א געשעפט וואס ער האט אפגעקויפט א אויל פעלד און נאכן גראבן א לאנגע צייט האט מען נאך אלץ נישט געטראפן אן אויל קוואל,

דער רבי שליטא האט אים אויפגעפאדערט צו מקדיש זיין א גרויס חלק פאר צדקה, די מוסדות הקדושים וכדומה, דער איד האט געענפערט יא אוודאי, איך וועל גלייך געבן די מעשר פארן רבין ער זאל עס געבן פאר די מוסדות. זאגט דער רבי, ניין, מעשר דארפסטו דאך געבן סיי וויאזוי, זאגט דער איד, גוט, כ'על געבן צוויי מאל מעשר, עשר אעשרנו.
נו, רבינו שליטא האט אים ווארעם אנגעווינטשן און זיך געזעגענט.

געציילטע טעג דערויף, שבת קודש (שבע ברכות ביים רבין) ביים מאכן די אייער צוויבל כמנהג אבותיו זי"ע, האט דער רבי שליטא מכבד געווען דעם איד צו גיסן די אויל אין די אייער, דערביי ווינטשנדיג: זאל זיך גיסן אויל בשפע!

מוצ"שק קומט אן די ידיעה אז מען האט געטראפן דעם קוואל!! אין א פארדונסט פון 20מ !!

[הערה, עס זענען דא צוויי גירסאות אין די מעשה, איך האב געשריבן וויאזוי איך האב עס געהערט]

kleinekup » 30/11/2006 21:07

איך קען באשטיין צו גלייבן

זאג מיר נאר וויאזוי איז ער אנגעקומען ביי די אייער
צוויבעל?
ער האט פארשטאנען דארט צו זיין?
אדער די גבאים ווייסן אז דעמאלט איז א שעת
שפע? און מ'האט עם געהייסן קומען דעמאלט?

ווייל דאכט זיך אז סעודת צפרא דשבתא איז א פריוואטע סעודה

נ.ב.
פרטים
ביטע. איך האלט שוין כמעט ביים האלטן פון ר"זל. איך ברויך נאר א
מופת/פאנטאזיע.
איבערציוועגן די אלע אנדערע באקאנטע זאכן

נ.ב.

לדעתי איז דאס
אז די שכינה כביכול מדברת מגרונו מיטן מאכן נייע פסוקים און משנה'ס א סאך מער
ווי א אויל .
אין די היסטאריע האט מען שוין א סאך אויל געטראפן
אבער אז אין אונזער דור השפל זאל זיך
געפינען אחר כהתנאים ואמוראים !!!!!!!!!!
דאס איז א חידוש נפלא
תוקן על ידי - kleinekup - 30/11/2006 21:07:03 תוקן על ידי - kleinekup - 30/11/2006 21:07:56

דוד46 » 30/11/2006 21:25

קליינע קאפ ווער נישט אזוי צעבראכן פון עפעס אן אזויגערופענעם מופת'ל... האטס א שווערע קשיא: לאמיר דיר לייכטער מאכן אויפ'ן הארץ. די מעשה איז געווען ביי שבת שבע ברכות פרשת נח, ווען בית רבינו שליט"א האט געלאדענט נגידים ותומכים נכבדים זיך משתתף צו זיין ביי די סעודת שבע ברכות אין עטרת אברהם. דער נגיד וואס איז יענע טעג אריין צום רבי'ן שליט"א זיך מזכיר זיין, האט אויך דארט מיטגעהאלטן די סעודה. און דער רבי האט אים געלאזט רופן. אויב האסטו נאך קשיות, פרעג דזשע מיין טייער שעפעלע. אבער בניחותא.

ביטע » 30/11/2006 21:51

דוד 46 שרייבט:
איך האב אויך געהערט פון די מעשה. אבער אין סאטמאר האט מען נישט געמאכט קיין צימעס פון קיין מופתים!

וויל איך פרעגן צו ווייסטו אפשר אז פון לערנען האט מען יא געמאכט א עסק און אבער נאך ווי א עסק ?.....................

דוד46 » 30/11/2006 21:53

קליינע קאפ און איך האב פארגעסן צו דערציילן דעם סיום העובדא. מוצאי שב"ק ביים גרויסן שבע ברכות וואס קהל יטב לב ד'סאטמאר האט צוגעשטעלט לכבודו פון רבי'ן שיט"א אינעם נייעם מעכטיגן סאטמארער ביהמ"ד, האט דער ריזיבער ציבור בייגעוואוינט וויאזוי דער נגיד גייט צו צום רבי'ן און רעדט עטליכע מינוט. קיינער האט נאכנישט געוואוסט פון די אייער-מיט-צוויבל מעשה. דער נגיד האט דעמאלסט פארציילט פאר'ן רבי'ן שליט"א אז ער האט מוצ"ש באקומען א מעלדונג אז מען האט געטראפן אויל ביי די גראבונגען. אבער קליינע קאפ, ווי איך האב געזאגט ביי א פריערדיגע תגובה, האט מען אין סאטמאר נישט געלייגט קיין דגוש אויף מופתים, זאלסטו טאקע אויך נישט נתפעל ווערן פון די זאכן.

ארגינעלער » 30/11/2006 22:10

יעצט וועט שוין הרב וואזנער (דער וועפער) מוז האלטן א מעכטיגע דרשה אויף דעם בעל מופת...

עס וועט זיין בערך אזוי:

1) בעל מדות (דער גרעסטער אין דער וועלט)
2) חכם מחוכם (איינס אין דער וועלט)
3) בעל מופת (פאקט איין באבא סאלי)
4) גאון הדור (פאקט איין רבי חיים קינבסקי)
5) מרביץ תורה (די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט)
6) עניו מאוד. (גלייך נאך משה רבינו)
7) בורח מן הכבוד (מ'האט אים ממש געצווינגען צו קומען ווערן לאקאלער)
8) שלאפט נישט קיין נעכט. (זיין לעקטער ברענט כסדר...)
9) פאסט משבת לשבת (ער איז א טאקע דאר ווי א שטעקן)
10) מחדש נפלא... (אפילו נייע פסוקים...)




די אלע צען זענען ריזיגע טיטלען... אבער אן תורה !




דוד46 » 30/11/2006 22:14

א רחמנות אויף הרב וואזנער וואס די אהרונים וועלן נאך טון מיט אים. זעט אויס אז די אהרונים האבן שוין מורא פון זיין קומענדיגע דרשה!

Ziskeit » 30/11/2006 22:28

סטאפט שוין די נארישקייטן פאר א גוט יאר.

שוין צייט אז מען זאל אנפאנגען צו באהאנדלען די צוויי רביס ווי פארטיי פירער (וואס דאס זענען זיי באמת) און נישט ווי הימל-אידן (וואס ביידע זענען נישט).

יעצט צו די פאקטן וואס כ'האב געהערט פונעם בעל המעשה אליינס:

1. דער איד אויף וועמען מען האט אנגעקלעבט די אויל מופת הייסט מ. ג., א סקולענער. ער איז אן איידים ביי ארי' ראטה.

2. ער האט אינוועסטירט 30 מיליאן דאלאר אין דעם אויל פעלד, און דערווייל זענען אלע גראבונגען לריק, מען האט גארנישט געטראפן. ער איז נאך אנגעוויזן אויף גרויס רחמים. זאל דער אויבערשטער אוודאי העלפן אז ער זאל אויפגעראכטן ווערן און קענען העלפן מיט די געלט ישיבות און מוסדות התורה.

3. ביים שבת שבע ברכות פון די זאליס האט מען איינגעלאדנט דעם איד צום שבת בייטאג סעודה, אבער ער האט אנטזאגט דעם כיבוד און געבעטן אזויפיל אז מען זאל זאגן פאר'ן רבי'ן ער זאל אים אינזין האבן ביי די אייער.

דא ענדיגט זיך די מעשה, ועדיין לא נשענו.

מקוה_איד » 30/11/2006 22:36

מיט מופתים מעשיות קען מען נישט אריינגיין אין קיין ווכיחים, איך געב 100% רעכט פאר איינעם צו גלייבן אז זיין רבי איז א בעל מופת, אויב מ'וויל קען מען חוזק מאכן פון יעדע מופת, אפי' פון משה רבינו. דאס איז זאכן וואס האט מיט "אמונה". אויב גלייבסטו אז דער רבי איז א צדיק, וועט ער האלטן אז ער איז א בעל מופת, אויב נישט וועט ער חוזק מאכן.

וואס עס וואונדערט מיך יא, צו דער זאלי וואס האט באריכטעט די מעשה האלט באמת אז ר' זלמן לייב טייטלבוים פיט די פראפייל פון א בעל מופת, ווייל איך האב שוין דורכאויס די יארן גערעדט מיט זייער אסאך זאליס, פון אלע טיפס, און פערצופאל האט נישט אויסגעקוקט אז איינער זאל האלטן פון רז"ל אפי' עפעס ענליכס צו א בעל מופת, די מערסטע וועלן זיי זאגן אז ער איז אן איידעלער, און נישט אזוי שלעכט ווי ר"א, אבער א בעל מופת? מאן דכר שמי'.

מיט דעם אלעם האב איך דאך נישט גערעדט צו אלע זאליס, ווער ווייסט אפשר זענען דא ערענסטע חסידים פון רז"ל, וואס איך האב פונקט נישט באגעגענט, איך וועל דן זיין לכף זכות אז זיי מיינען ריין "אמונת צדיקים".

פאטאקי08 » 30/11/2006 22:41

שומו שמים!!!!!!!!!!!!!!!!!

גראבן אום שבת??????????

ווארהייט » 30/11/2006 22:43

זיסקייט.

עס פאסט דיר נישט מודה צו זיין. פאקט איין.

איך ווייס קלאר, אז א חשוב'ער יונגערמאן, פון די גרעסטע נגידים ביי היימישע אידן איבער דער וועלט, איך וויל נישט פורש בשמו זיין, איך וועל נאר זאגן אזויפיל אז ער איז טאקע אביסל א משוגענער, אבער ער האט מיט בערך 30 יאר צוריק געעפנט א ביזנעס, (פון סאפטוועיר) און ס'איז נישט אזוי גוט געגאנגען. ער האט זיך שטארק געמוטשעט... מאכטס מיך נישט זאגן ווער ! פליז.


אבער... אבער נאך א קליינע מופת פונעם רבי'ן שליט"א (רז"ל) האבן זיך זאכן אזוי געוטוישט. אז די וועלט דרייט זיך איבער...

יא. הערט קלארע ווערטער,

היינט צו טאג, איז דער באלעבאס פון יענע קאמפאני (מייקראסאפט) געווארן גאנץ א שיינער עושר.

אזוי ווייט אז
די מאגאזין פארבס, עפעס א קליינע מאגזאין (אזויווי דער בליק) זאגט עפעס אז ער איז היינט דער רייכסטער מענטש אין עפעס א לענדל (אמעריקע).

דער יונגערמאנשיק, הרב ר' ביל געיטס, פארציילט, אז עטליכע יאר צוריק האט ער געגעסן פונעם רבינ'ס פאפקארן... און זייט דעמאלטס האט זיין קליינע סאפטוועיר קאמפאני אנגעהויבן מאכן געלט.


נו... פון קיין מופתים זאלט איר נישט לאכן... אויב יא... עסט מער נישט קיין פאפאקרן. (שיריים זיכער נישט)

פאטאקי08 » 30/11/2006 22:44

זיסקייט

וואס האסטו געטוהן?????

דוד איז דאך אויפגעשפרינגען נאך וואס מלוה האט געפענט דעם אשכול
קוק ווי ער טאנץ'ט פאר פרייד
פארגינסט אים נישט אביסל?

kleinekup » 30/11/2006 22:57

tא דאנק דוד'ל מיין קליינער מח באכעט און טשוכעט מיין דעסיזשאן אי"ה גלייך נאך שבת

אשר_אנשיל » 30/11/2006 23:04

ווייסט איינער דא ווען דער "בעל מופת" גייט נאכאמאל עסן אייער ברבים??

איך וויל זייער אריינגיסען אויל און זיין טעלער איך קען ניצן אפאר מיליאן.

לאמיר אלע זיך שטעלן און די רייע און יעדער וועט געבן א גיס אביסל שמן זית!  

דוד46 » 30/11/2006 23:05

אזא שיינער שמועס צווישן זיסקייט מיט ווארהייט... קענסט דיך דורכשמועסן צווישן זיך אין פראנט פון דיין קאמפיוטער זיצענדיג אויף איין בענקל...

שורשנגח » 30/11/2006 23:07

דוד

ווער נישט אפענסיוו, ווייל די דערמאנסט מיר אין איינעם POLISH.

ברוקליינער » 30/11/2006 23:11

אויפן ליובאוויטשער רבי'ן (מלך המשיח) זאגט מען דעם זעלבן מופת.

דארט זאגט מען אויף גוטניק. זעט אויס אז די זאלונים האלטן זייער רבי פאר משיח
גוטניק זאגט פאר יעדן אז ער האט געפונען אויל, דארט ווי דער רעבי, האט אים געהייסן גראבן.

איין חילוק.

יענער האט ליב געהאט וואדקע
דער האט ליב אייער מיט אויל.

verbeenich » 30/11/2006 23:11

נע מ'מוז גיסען די אויל דווקא אויף דעם רבינ'ס אייער

אנדערש העלפט עס נישט

אשר_אנשיל » 30/11/2006 23:17

דוד'ל טייערער,

איך פארשטיי גוט אז ביי די זאליס מאכט מען נישט קיין צימעס פון קיין מופתים, אבער פארוואס פארגינסטע נישט פאר אידישע קינדער אביסל פרנסה בריווח? די הוצאות יום יומית פאר א חרדישע משפחה איז דאך למעלה ראש!

אלזא ר' דוד, זיי א מזכה את הרבים און זאג שיין ווען קען מען גיין גיסן אביסל שמן און טעלער פון אונזער באליבטער בעל מופת?   

Ziskeit » 1/12/2006 00:01

דוד, פארשעם מיך נישט פליז.

גלייך מיך נישט צו צו דעם ניטוויט ווארהייט.

דוד46 » 1/12/2006 00:12

HO MY G--D! איך האב זיך פשוט נישט גערישט וואס פאר אן אפקלאנג דער אשכול וועט האבן. זעט אויס אז עס זענען דא פאראן אזויפיל מענטשן וואס ווילן טרעפן אויל (אדער גאחד...).

גוטזאגער » 1/12/2006 00:27

א נאר איז ווער ס'גלייבט דעם מופת.

א גרעסערער נאר איז ווער ס'פארציילט עס.

מלוה_מלכה » 1/12/2006 02:08

אזויווי דער הייליגער שינאווער רב פלעגט זאגן:

מיט אפגעהיטענע מחשבה און דיבור קען מען דאס אויסנוצן פאר אידנס וועגן!

 

איינמאל די מעשה איז אויף היידפארק געב איך עס צוויי וואכן, און עס וועלן

פליען מופתים פון ר' אהרן'ן,   (עיין ערך: נישט כאפן בילדער)

 

אבער עס באדערט נישט קיינעם, כל זמן אידן ווערן געזונט און רייך

בערקאוויטש » 1/12/2006 02:13

דוד!

איך וויל אויך זייער וויסן ווען מען קען גיין גיסען אביסעלע אויל... האב רחמנות אויף אונז ארימע אידעלעך,   

טאראראם » 1/12/2006 03:02


הו..............הו............האט......................רחמנות........................! ! ! !
 
....א...................ו.............................י.................................ל....................           ! ! !



תוקן על ידי טאראראם ב- 01/12/2006 3:04:14

ארענדאר » 1/12/2006 03:11

דער מופת איז דער געלעכטער פון שטאט. דער עולם האלט זיך אונטער דערמיט.

ווי מען שמועסט קומט די מעשה פון די סקווערע פיש וואס האט עס געהערט פונעם ירושלימ'ער דיבוק.

mechel19 » 1/12/2006 04:43

ווער איז דער רבי וואס פארשטייט צו אויל?,
איז ער גיט אין מאכן א אויל טשענטש?
אויב איז ער ביליג, ווער איך זיין חסיד.

דידןנצח » 1/12/2006 05:30

איך האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס זייט ר' זלמן האט געגעסן אייער צוויבעל איז די פרייז פין אויל שרעקליך געפאלען ...
יעצט הייב איך אהן צו כאפן וואס דא גייט פאר.....

איזראלי » 1/12/2006 14:18

עס איז איטערעסאנט צו וויסן וואס פאר א אויל האט מען געטראפן אפשר דעם פך שמן פונ'ם כהן גדול עס איז דאך פאר חנוכה יעצט ? [בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 1/12/2006 18:54

ארענדאר א וואונדער אז דיין רבי האט נישט געוואוסט דערפון ווען ער האט געמאכט אן עליית נשמה פרייטאג צונאכטס ביי קדושה פון מנחה.

שורשנגח » 1/12/2006 19:01

לויט די מעשה קומט אויס אז חי' שרה וואס גיסט יעדע וואך אריין די אויל אין די אייער כמנהג אבותינו הק' אז די ווייב גיסט אריין די אויל אין שנייד די צוויבל, האט שוין זיכער טויזענטער אויל פעלדער און צוויבל גערטענר איבער די גאנצע וועלט.

יעצט הער איך אז שופרא פאטעטע טשיפס האט זיך געמאלדן אז זיי ווילן גיסן די פאטעטע טשיפס ווען ר' לזמן עסט עס, און מהדרין אייז קרים וויל פיטערן ר' זלמן מיט אייז קרים...

און ר' ליפא וויל קויפן א מעטיס באל און קעפ פאר ר' זלמן אז די מעטיס זאלן געוינען...

עס איז אזוי וועקי...