היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דינער אין בארא פארק מוצ"ש ויצא

דינער אין בארא פארק מוצ"ש ויצא

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2094661

accurate » 29/11/2006 05:26

די וואך מוצ"ש קומט פאר די דינער פאר די מוסדות אין בארא פארק אין די זאל פון עטרת חיה.

וועט די רבי זיין אין בארא פארק אויף שבת?

שורשנגח » 4/12/2006 21:50

בורי הענדלער, וואס האט אמאל באלאנגט צו די פראדעל קליקע, האט אלס טשערמאן אויסגענוצט דעם מיקראפאן ארונטערצורייסן די טראבעל מעיקערס, מענדעלע שווימער, שניאור קליין, יאנקעל בערקאוויטש און דעם גרויסן הרב חיים דוד קאטץ שליט"א.

דער טשערמאן הענדלער האט געשריגן מיט פאטאס אז מ'זעט בחוש אז די אלע טראבעל מעיקערס קומען אין ערגענץ נישט אן, מיט זייער געמיינעם קאמפיין קעגן ר' אהרן וועלץ, וויילר' אהרן האט סייעתא דשמיא, און ער האט שוין איבער  25 יאר סוקסעס מיטן פירן דעם מוסד, צו יעדענס צופרידנהייט

אשר_זלמן » 10/12/2006 22:03

קיינר ווייסט נישט פון דעם ביהמ"ד צי זאגן?

trueonly2 » 26/12/2006 03:07

ס'מיר געווען א גרויס וואונדער ביז יעצט פארוואס מ'האט נישט געהאט פארטיילט די "רשימת אנשי ידידינו" ליסטע ביים "דינער השנתי" היי יאר אויפן ארט, הגם די דינער איז יעדעס יאר אין די זעלבע באשטימטע צייט, און וואס האט שוין געקענט אינטערקומען אז מ'זאל עס נישט האבן גרייט אין צייט, ובפרט אז אינטערען טיש האב איך געהערט אז ס'איז דייקא אלעס איז גרייט צום פארטיילען נאר גאר א זייטיגע סיבה האלט אלעס אפ...

אבער ענדע פארגאנגענע וואך ווען די ליסטע איז אנגעקומען אויף פאסט איז שוין אלעס פארענטפערט געווארען מיט איין גרויסן סטיקער וואס איז אנגעקלעבט געווארען אויפן זייט ווי ס'ווערן אויסגערעכנט די דייני קהילתינו הק'... והמבין יבין.