קליפ מקבלת פנים ודרשת הרב וואזנער
תוקן על ידי אשר_זלמן ב- 23/11/2006 5:29:46
וועמען גייט אן צי ער איז געקומען אדער נישט?
13hooper:
ער האט אויך געזאגט אז משה רבינו איז געווען רבן של ישראל משא"כ מרדכי הצדיק האט נאר געהייסען מרדכי היהודי וכו'
דא האט איר א לינק צי דעם קליפ אין דרשה
המוכיח:
פאר ווער עס קען פון נאנט די דרשות און סארט רעדן פון הרב וואזנער שליט"א, איז עס נישט קיין חידוש.
יענקעלע11:
13
YOU ARE MISSING THE POINT,
"סאטמארער מנהיג", קען ער מארגן זאגן אויף ר' זלמן לייב,
הרב וואזנער שליט"א איז א כידוע זייער ברייט מיט טיטלען,
במילא בין איך פון עם אנרופן דעם רבין שליט"א "סאטמארער מנהיג"
בכלל נישט עקסיידעד, וואס יא, דאס וואס ער האט אזוי ארויס געברענגט דעם רבינס התקשרות
צו די תורה הקדושה, דאס קען ער נישט זאגן אויף ר' זלמן, ער האט אזוי שיין מסביר געווען
אז כתר תורה איז מער ווי כתר כהונה און כתר מלכות, ער האט זיער שיין ארויסגעברענגט
דעם רבינס אהבת התורה, אז ער איז לא מש מאהלה של תורה, און מיט דעם בין איך שטאלץ
דאס קען ער נישט און וועט נישט זאגן אויף ר' זלמן,
שווער צו טרעפן, אפילו צווישן גדולים, אזא פארגינער פון טיטלען און אזא מעודד און מחזק מיט די רייכסטע לשונות, אויף יעדן קלענסטן רב און רבי'ן:
"מנהיג בחסד עליון"
"ידיד נפשי, ידיד ה', וידיד כל בית ישראל"...
ס'איז נישט קיין סוד, אלס זקן פוסקי הדור לאויט"א, האט ער א בליק פון א גדול הדור, און א פערלדיגע מויל פון א חד בדרא.
ער וועט עס זאגן און ער זאגט עס אויף יעדן תלמיד חכם
ער איז טאקע א שטארקער פארגינער מיט אויסטערלישע מידות, אבער קיין ליגנער איז ער נישט.
חשוב רק לדעת שבסרט של צופר מחקו כמה מילים מדרשתו של הרב ווזנר
אשר כינה את האדמו"ר מהר"א בזה"ל: דער מנהיג פון די גרויסע סאטמרער עדה דער גרויסער מונורער רב" (בלשה"ק המנהיג של עדת סאטמאר הגדולה אב''ד מונורו הגדול)
ואת המילים "אב"ד מונורו הגדול" קיצצו.
ומי שלא מאמין יכול לשמוע את "קול החרדי" ואת "קו הציבור" ויווכח בצידקת הדברים.
אלע שונאים פלאצן אוועק.
13הופער.
הרב וואזנער האט נישט געזאגט דאס וואס דו האסט געשריבן וועגן די חילוק צווישן מרדכי היהודי מיט משה רבינו. ער האט ארום גערדט, אז מרדכי היהודי טראץ דעם וואס ער איז געווען די גרויסע מנהיג, און אלפים ורבבות האבן געגאנגען לאורו, ער ווערט נישט געטיטולט מיט דעם, נאר מיט דעם אז ער איז א"יהודי". ער האט דאס אויך געפירט אויפ'ן רעבי'ן שליט"א, אז זיין טיטול איז נישט וווייל ער איז די גרויסע מנהגי, אין נישט ווייל ער פירט אזוי פיל זאכן, נאר ווייל ער איז געקרוינט מיט "כתר תורה". ער האט דאס געזאגט אויך אויף משה רבינו, 'ישמח משה במתנת חלקו'- נישט ווייל ער איז די רבן של ישראל, נאר ווייל "עבד נאמן קראת לו".
אזא מין סארט דרשה, האט הרב וואזנער נאך קיינמאל נישט געזאגט, אזוי גרויס צו רעדן אויף איינער וואס איז יונג פון איהם מיט 35 יאהר, און נאך בפניו, האב איך אין מיין לעבן נישט געהערט. און איך האב אסאך געהערט פון רב וואזנער.
אין די ווארט פון ר' שלמה אלקבץ זצ"ל זאגט הרב וואזנר נאר פורים אין ער זאגט עס קיינמאל נישט אין יעצט איז די ערשטע מאהל וואס הרב וואזנרזאגט עס אינמיטן יאר אין אויפין רבי'ן אז אפילו די מענטשען פון הרב וואזנר זענען ארויס פון התפעלות איינערפון די שטוב מענטשען האט מיר געזאגט אז אויב מיין רבי האטו אזויע געזאגט אפויף'ן רבי'ן וויס איך שוין נישט וואס צו זאגען אין דער וואס האט מיר עס געזאגט איז א זאלי
SIM
די ביסט גערעכט
איך האב דאס אין שנעלקייט געהערט אין געזעהן אויף הצופר האב איך נישט אזוי משים לב געווען נאר איך האב שנעל אפגעשריבען א נייע תגובה וואס די מנהלים האבען שפעטער אריינגעשמאלצען אין א אנדערע תגובה
נאר איך פארשטיי נישט קלאר, וואס איז איש יהודי אזא גרויסע טיטול
ווען איינער ריפט היינט זיין רבין איש יהודי כאפט ער אריין א משכנתא
קוק און דער בלאט דער פולע טעקסט פון דרשה