היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בעלזער דיינים קומען היינט איבערבעטן דעם רבין!

בעלזער דיינים קומען היינט איבערבעטן דעם רבין!

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2089141

ארגינעלער » 21/11/2006 17:47

לויט שמועות גייען די בעלזער דיינים קומען היינט צום ציון פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איבערבעטן אויף דאס וואס ער האט אים מבזה געווען ברבים.

אלעס ווייל דער בעלזער גייט אויס צו טרעפן דעם רבין שליט"א יעצט אין ארץ ישראל.

kleinekup » 21/11/2006 18:13

פאר א גוט געבענטשט יאר אויף אלע יודן געזאגט שלום מהיכי תיתי . קום בעט איבער . בעט נישט איבער. איך וועל נישט זיין מער בידודות אדער ווייניגער פריינטליך צו קיין בעלזער חסיד בעלזער רבין'ס השקפות גייען מיר נישט דיקטירן איך וועל מיך סייווי נישט קוויטלען ביי אים ער ווערט מיר נישט ווייניגער אדער מער אפגעפרעגט -------------------------------------------------------------- מה לי ולך עם אסתר המלכה -------------------------------------------------------------- איך וויל צוריקגיין עסן קארן פלעקס מיט מילך לאזטס די וועלט ווייטער אנגיין ---------------------------------------------------------------- און טאמער נאך א איד וועט קומען צו רבינו'ס ציון איז וואס? און טאמער בעלזער רבי וועט קומען קיין וויזניץ צו די חתונה איז וואס? ס' מאכט מיר אזוי אויס ווי וועלכער יאץ איז אויפן וועד הפועל פון שומה"ח..........צו ווער ס'איז טשעירמאן פון בוני עולם.......... יא יענער שלאפט נישט נעכט אין פראקטיצירט ביים שפיגל וויאזוי איבערצוגעבן "פלעקס"...פון רעכטס צו לינקס דער עולם קייט PICKLES און מ,גייט אהיים ----------------------------------------------------------------- אלע יודן הן די וואס וועלן זאגן תהילים ביים ציון הן די אין ביהמ"ד, און אפילו סתם אלע וןדן זאלן זוכה זיין צו אלעס גוטס. אמן ואמן

רעדאקטער » 21/11/2006 18:27

קליינקאפ נאדיר [בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

mefikel » 21/11/2006 18:35

קליינעקאפ,
וואס האט דיך אפגעשטעלט פון שרייבן ווייטער די לעצטע תגובה?
צייט, געדולד, אדער דיין בעלבאס האט דיך געפאקט?

ווייל וואס צו שרייבן גלייב איך נישט אז ס'איז געווען די בעיה

שורשנגח » 21/11/2006 18:43

איך בין נאכנישט זיכער אויב ס'איז אמת, אבער אויב איז עס יא אמת, און בעלזא טוט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, דעמאלט זעה איך נישט פארוואס מ'זאל נישט צוריקגיין צום סטאטוס קווא, פון פאר די מחלוקה, אין די יארן ביז תש"מ.

זיי זענען טאקע פון די אגודה, אבער נישט ערגער פון גור און וויזניץ

ווען רבינו בעל בירך משה איז געווען אין ארץ ישראל, ביידע מאל, איז ער געגאנגען באזוכן גור'ער רבי'ן,

אפילו ער איז נישט קיין מחותן מיט אים,
אפילו ער איז אן אגודה פירער,
אפילו ער אליין גייט צו די בחירות,
אפילו ער האט דעפוטאטן אין כנסת המינים.

רביה"ק בעל דברי יואל האט זיך אויך געטראפן מיט רבנים פון די אגודה.

בעלזא, נאכן איבערבעטן (אויב עס פאסירט), איז פונקט אזא קהילה ווי אלע אנדערע.
קיין אונטערשייד, וואס די ביד"צ האלט, וואס דער שיכור משה בן פראדעל און זיין נעילת החג רעבע האלט.

דאס איז מיין קליינע מיינונג.

חיים_נחום » 21/11/2006 18:48

נו?
קען עס איינער באשטעטיגן?
ווער זענען די דיינים?
איז דאס גענוג פאר רבינו שליט"א? 
ביטע גיבן מער באריכטן ווער עס ווייסט.

kleinekup » 21/11/2006 18:56

שור איך האלט נישט אנדערש ווי די. אבער די העדליין איז גרילצענד און פאקטיש פארדינט נישט קיינער דערפון סיידן אפאר פאבליסיטי הינגעריגע בערן -------------------------------------- מפוקל וואס האב איך נישט געפארטיגט? האסט סתם געוואלט מאלן וואסער? ------------------------------------------ רעדאקטאר א דאנק. אבער א לעפל מיט אביסל מילך ביטע.

אוילנו » 21/11/2006 19:13

דאס אז הייד פארק שרייבער שרייבן דירעקט לויט די הויכע פענסטער, אדער אומדירעקט - אז בעלזא איז דער וואס מוטשעט פאר שלום. נו שוין. זאל זיין. אבער אפגעזען פון דאס אלעס וויל איך פרעגן א קשיא; ווער איז ערגער? יוסל וואלדמאן וואס האט פארשעמעט דעם ברך משה? אדער הרב ישכר דוב רוקח וואס האט פארשעמט דעם ויואל משה? ווער איז ערגער? איינער וואס האט פיינט געהאט שנאת מות דעם ברך משה'ס זון? אדער איינער וואס האט 'נאר' פיינט געהאט שנאת מות דעם ויואל משה? און אויב די איבערבעטן פראצדעור גייט טאקע לויטן הייליגער פון סאטמאר'ס ריצעפט, אז נאכדעם וואס יענער שטארבט שטעלט מען זיך אויף זאגן א דרשה אז מען האט נישט געמיינט און נישט געוואלט. און מען שיקט שלוחים צום קבר פונעם באטראפענעם. דאן האט שוין יוסל וואלדמאן שוין לאאאאנג צוריק יוצא געווען די מצוה. נישט אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דארף זיך גיין פארענטפערן פארוואס ער איז מקרב יעדע איד באשר הוא שם, און ברעכט אויס מיט איבעל זיין ברודערס שמוץ. אבער אז דער הייליגער האט רעכט זיך צו חנפנן צו שונאים, אז דער הייליגער האט רעכט צו זאגן פארן קלויזנבורגערס זון ביים חתונה "איך פיר נישט די פעטערס מחלוקה", מעג זיין ברודער זאגן "איך פיר נישט די ברודערס מחלוקה". אידעלעך די וועלט דרייט זיך.

kleinekup » 21/11/2006 19:30

ביסט כשר גערעכט אוילנו.
----------------------

אבער וואס קען מען טון אז דאס וואס
די האלטסט גייט קיינעם נישט אן?
ביי אונז און כמעט און ערגעץ ווי די כבוד פון סאטמאר איז א
פריאריטעט נישט פון היינט. אינטערעסירט נישט וואס די מיט דיין פוילע געטשקעלע כראמפירן אין
בוידעם
------------------------

אגב . מנהיגים=מנהיגים. נישט לעקער פון פינגער און
ווינט נאכלויפערס
------------------------

תוקן על ידי - kleinekup - 21/11/2006 19:32:05 תוקן על ידי - kleinekup - 21/11/2006 19:32:30

גוטזאגער » 21/11/2006 19:40

אויב דער בעלזער רבי טוט אזא דראסטישע מאוו (וואס אן קיין ספק פארלאנגט דאס אסאך קוראזש) אז ער בעט זיך איבער מיט רבינו בעל דברי יואל, דעמאלץ איז נישטא קיין שום פראבלעם אין מאכן שלום מיט אים.

איך ווייס ס'איז דא עקסטרעמיסטן וואס קענען דאס נישט דערליידן, אבער ווילאנג ס'איז נישטא קיין פראבלעם צו האבן נארמאלע באציאונגען מיט גער און וויזניץ, איז נישטא קיין שום פראבלעם צו האבן נארמאלע באציאונגען מיט בעלז.

שור שנגח, דער בעל דברי יואל האט זיך געטראפן אפילו מיט חברי הכנסת. איך זע נישט פארוואס דער רבי שליט"א זאל זיך נישט מעגן טרעפן מיט זיין שוואגער, אויב ער בעט זיך איבער מיט רבינו בעל דברי יואל זי"ע.

רעדאקטער » 21/11/2006 19:43

די חכימא דיהודאי וואס דו ביסט
אויך מיר א צוזאמשטעל איינער וואס נעמט זיך ארום מיט זיין טאטעס גרעסטע שונאים - יודען וואס זענען געווען פארנומען טאג און נאכט ווי אזוי מען קען זיין טאטען אינטערברענגען - זיין גאנצע חסידות איז געגרינדעט אויף די שנאה וואס זיי האבן צו זיין טאטען - ווי א גרעסערע שונא מען  איז געווען צו זיין טאטען אלץ א גרעסערע שוויצער איז מען ביי אים - און שטעל דאס צוזאם מיט  איינער וואס איז נאך 30 יאר זיך גרייט איבערצובעטן מיט זיין שוואגער (מיט געוויסע תנאים פארשטייט זיך) וועלכער האט יארן צוריק ביי א דרשה פוגע געווען אין כבוד פון רביה"ק זי"ע
שאול פערלשטיין קען זיך ביי דיר לערנען

_________________

ארגינעלער » 21/11/2006 19:55

דוכט זיך אז מענטשן האבן דעם בילד וואו דער "נועם המידות" גיט די האנט פאר א
חבר הכנסת....

עס געדענקט זיך נשט אז איינער פון די "תלמידי רבינו'ס" זאל בכלל אמאל האבן מוחה געווען דערויף.

מקוה_איד » 21/11/2006 19:58

מיין מיינונג איז אז עס גארנישט זיין אין די נונטע צוקנופט...

אבער פשוט FOR ARGUMENT SAKE, קען איך באשטיין צו רעדן פון בני יואל.

בני יואל איז גע'אסרט געווארן ביי די זעלבע קערפערשאפט ווי בעלזא, דהיינו, די בי"ד הגדול אין ירושלים בראש דער מנחת יצחק זצ"ל מיטן סאטמארע רבי בעל ברך משה ז"ל.

דאס מיינט ביידע זענען אייניג טרייף, און איז אסור זיי צו שטיצן, און זיך אנשליסן.

די צוויי גרויסע חילוקים צווישן די צוויי איז:

1. בעלזא טוען די זעלבע קערפערשאפט וואס האט געלייגט די איסור, דהיינו די ביד"צ, פורבירן יעצט צו פארהאנדלען און אראפנעמען דעם איסור, בני יואל איז נאך קיינמאל דערווייל געווען א מדובר צו אראפנעמען דעם איסור.

2. בני יואל האט נאך דערווייל גארנישט געטאן צו ווייזן עכ"פ לפנים אז זיי זענען חוזר מדרכם הרעה, אדרבא זיי זענען עומדים במרדם. ממילא איז נישט קיין שום היתר בעולם פאר א סאטמארע חסיד צו איגנארירן דעם איסור פונעם בעל מנחת יצחק ובית דינו, מיט רבינו זצוק"ל.

ווידער בעלזא שרייט אז זיי ווילן זיין וואויל, זיי טוען תשובה, נו ס'שטייט דאך "ובלבד שלא יהא כאכזר".

איך שרייב נאר דאס הייפיטעטיקל, ווייל איך ווייס קלאר אז אינעם נונטן צוקנופט גייט גארנישט זיין.

זשוליאני08 » 21/11/2006 20:03

לא לנו.

גראדע בין איך ביי די מיינונג אז אויב יאשקעלע וואלדמאן זאל שיקן א מנין צום ציון פונעם בירך משה איבערבעטן
האט ער יוצא געווען ידי חובתו עפ"י שלחן ערוך, און שלום על ישראל.

דער בראך איז אבער אז ס'איז נישט אזוי.

יאשקעלע וואלדמאן האלט אז ער האט גוט געטאן. און דאך לעקט זיך זיין "בנו חביבו" צו אים. פאר דעם פלאקערט דאס  פרצופ'ל דיינער.

kleinekup » 21/11/2006 20:10

ר' איד . ווי נאר איר קומט ארויס פון מקוה ווען איך אייך צוקישן שרייבסט דאך פערל ווערטער. ---------- צינד אן די גרויסע EXHAUST פען'ס און עפן אויף די השקה. און לאז דיך הערן מער אפט

לייבל07 » 21/11/2006 20:19

ווער פארשטייט פארוואס מען דארף שלום מאכן מיט בעלז ?
וואס האסטו דערפון ?
עטץ ווייסט אז און בעלז אליין איז נישטא אזויפיל מעריצים פארן שלום א חוץ דע רבי דארט ?!
עטץ געדענקסט ווער עס האט אונז צוגע'גנב'עט אונזער ראס שול ? על רוב לא לו ? און עד היום האט ער דארט א חלק און אונזערערע מיליאנען גניבה
מיר האבן פון מאכן שלום גארנישט, זאלי האט א מארטגעזש, די עדה האט א הכשר ביזנעס מיר האבן דערפון גארנישט
מיר ברויכן נישט זיין די ערשטע, מיר דארפן דאס ווי א לאך און קאפ
די גאנצע געטועכץ דארף מען נישט עקסעפטן, און זיך נישט לאזן מיטן הא-הא


מבקש_האמת » 21/11/2006 20:54

איך ווייס נישט וואס דער רבי האלט, אבער איך בין אויך ביי די מיינונג אז אויב דער בעלזער וועט באמת איבערבעטן אונזערע רביס זי"ע, איז נישטא קיין שום היתר בעולם אנצוהאלטן דער סארט מערכה וואס מ'האט געהאט מיט אים ביז היינט.

אודאי וועט ער בלייבן אפגעפרעגט כל זמן ער טרעט אויף די פרינציפן פון תוה"ק, אבער ליידער איז דאס היינט א פראבלעם פון רוב כלל ישראל.

ארענדאר » 21/11/2006 21:53

א באדינג פאר שלום דארף זיין אז דער בעלזער זאל אונז צוריקגעבן אונזער שוהל אויף ראס סטריט, וואס מען האט צוגענומען פון אונז.

ווילאנג דאס געשענט נישט וויל איך נישט הערן פון קיין שלום.

אז ער בעט איבער דעם רבי'ן זי"ע וועט אים אפשר דער רבי מוחל זיין, אבער מיר סאטמארער חסידים קענען נישט מוחל זיין בעלז פאר'ן צונעמען אונזער בית המדרש פון אונז.

kleinekup » 21/11/2006 22:01

מיינסט באבאד? וואס דרייסטו דעם קאפ?

גוטזאגער » 21/11/2006 22:32

באבד איז אונטער דעם בעלזער'ס השפעה. מיט איין ווארט קען ער אים איבערדרייען.

אבער פונדעסטוועגן האלט איך אז מען דארף שלום מאכן, און דערנאך ארבעטן אויף די בעלזער אז זיי זאלן צוריקגעבן אונזער גניבה. תוקן על ידי - גוטזאגער - 21/11/2006 22:34:07

Ziskeit » 21/11/2006 22:39

בהמות, די בית המדרש ליגט שוין לאנג נישט אין באבד'ס הענט.

ער האט אנגעמאכט זיינס, און יעצט קען ער שוין לאנג נישט צוריקציען, אפילו ער וויל.

kleinekup » 21/11/2006 22:42

באבאד איז אזוי בעה"ב אויף ראסס ווי קעסטענבוים איז אויף בית פיגא ס"ה איז ער בעה"ב אויפן מארטגעדזש. און אפשר דאס אויך נישט. און אליעזר האט גארנישט געקאנט טאן .קאן ער אויך נישט אבער ס'איז נישט קיין שלעכטע פאנטאזיע {באלד וועט די מעשה נאך ווערן א שטייגער דברים שהשתיקה יפה להם....ווער עס רעדט ווייסט נישט, און דער וואס ווייסט רעדט נישט....} הא הא אזוי מיין איך פאררעכט מיך ביטע אויב יאך האב א טעות

געווינער » 21/11/2006 22:51

די גאנצע זאך איז הוידל בוידל, די דיינים זענען נישט געווען היינט ביים ציון

קודם איז עס ראש חודש, נאכדעם זענען צוויי בעלזער דיינים פון דאהי כהנים

דריטנס, האלט עס נאכנישט ביי דעם. מען רעדט דערפון, אבער עס האלט נאכנישט ביי דעם

מנהלים, אראפ מיט'ן אשכול.

kleinekup » 21/11/2006 23:05

טויש די קעפל נישט אראפ אינגאנצען

hotwire » 21/11/2006 23:07

אין אז זיי זענען כהנים, זענען זיי געשטאנען אין כהנים שטיבעל

in_time » 22/11/2006 00:52

עס האט זיך אויסגעלאזט מיט "גארנישט" !

ארענדאר » 22/11/2006 01:18

זיסקייט,

איי דאנט קעיר,

באבאד דארף אונז פארגיטיגן פאר די גניבה, דורך געבן פאר אונז אן אנדערן בילדינג.

מיר האבן געבויט דעם שוהל מיט אונזער בלוט און שווייס און געלט, איז געקומען דער בעלזער גנב, און זיך אריינגעמישט אין א פרעמדע מחלוקה און צוגעגנבעט דעם בילדינג פון אונז, מיט די הסכמה פון זיין רבי'ן.

זאל יעצט דער בעלזער באצאלן פאר די גניבה.

bloozer04 » 22/11/2006 02:36

ביררתי כעת עם אחד מהדיינים החשובים של בעלזא בבורו פארק, ובשיחה אישית אתו, הבנתי שלא היה לוא נברא ואף אחד עדיין לא קיבל הוראה ללכת לציון,
ולא ידוע לנו שום דבר חוץ מהפגישה של המשב''ק קליין בבית האדמו''ר מסאטמאר
ברגע שיהיה לי פרטים לאמת או להכחיש את הדברים אודיע בהקדם

שקל_שלם » 22/11/2006 02:52

א הויפט מקור פאר די שמועה איז געווען דאס וואס ר' לערנער, דער בעלזער דיין פון מאנטריאל, איז געזען געווארן היינט אין קרית יואל.

למעשה איז ער נישט געקומען וועגן דעם, ער איז געקומען באזוכן דעם בית השחיטה (אפשר האט דאס גאר שייכות מיטן שלום...).